אַהרן צײַטלין

מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש


געלייענט פֿון הערשל גלעזער
פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אַרכיוו פֿון ייִוואָ
פֿילם־אויסצוגן פֿון "אַ טאָג אין וואַרשע"
(National Center for Jewish Film)

‫פֿון רעדאַקציע

ס’איז פּשוט אַ מחיה געווען צו הערן לעצטנס ווי די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דערקלערט די שייכן, אַז אַ מחנה פֿון די אַזוי גערופֿענע "שומרי־רעוואָלוציע" האָבן אויפֿגעשטעלט אין איראַן אַ דיקטאַטור פֿון אַ מיליטערישן און רעליגיעזן דעספּאָטיזם. "די דאָזיקע גרופּע, אין שפּיץ מיטן זון פֿון דעם גײַסטלעכן פֿירער אַלי כאַמענעיִ, — האָט זיי קלינטאָן געלערנט שׂכל, — האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט און טעראָרעזירן דאָס גאַנצע לאַנד".

קולטור
פֿון איציק בלימאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די כּלי־זמרים פֿון "ווערעצקי־פּעס" שפּילן בײַם קאָנצערט מוצאי־שבת
(פֿאָטאָ׃ דייל פּערלמאַן/"קלעזקאַליפֿאָרניע")

די וואָס זײַנען פֿאַרטיפֿט אין דער וועלט פֿון כּלי־זמר־מוזיק און ייִדיש, מיינען געוויינטלעך, אַז קאַליפֿאָרניע איז גלות־שבגלות. אויב אַ קאַליפֿאָרניער וויל אָנטייל נעמען אין דער אַמעריקאַנער "ייִדיש־קהילה", מוז ער מוותּר זײַן אויף אַלע באַציִונגען מיט דעם מערבֿ־ברעג: פֿאָרן פֿאָרט מען אויף צפֿון־מיזרח אויף אַ פּילגרים־נסיעה, ווי אַ גאַסט בײַ דער "נאַציאָנאַלער ייִדישע ביכער-צענטראַלע", קלעזקעמפּ, "יוגנטרוף", א״אַ. דער "ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל",

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
הרבֿ יצחק ברײַטאָוויץ דריקט אויס זײַנע געדאַנקען בעת אַ פּאַנעל וועגן "כּלאים און גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען". רעכטס: די פֿאָרזיצערין, איוואָן מאַרזוק, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרטאָדאָקסישער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־אָרגאַניזאַציע "כּנפֿי־נשרים". לינקס: זעליג גאָלדען, דער קאַליפֿאָרניער אַדוואָקאַט, וועלכער פֿירט אַ קאַמף קעגן די הײַנטיקע קאָנטראָווערסאַלע מיטלען פֿון דער אַלפֿאַלפֿע־פּראָדוקציע

מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן 150 ייִדן, פֿון אַלע עלטערס, און פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שיטות, זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אָרגאַנישער ייִדישער פֿאַרם, "קים" ("קאַיאַם"), לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, צו פּראַווען שבת אין איינעם און צו הערן שיעורים אויף אַ טעמע, וואָס מע לערנט געוויינטלעך נישט אין די ייִדישע שולן: וואָס זענען די דינים אין דער תּורה, משנה און גמרא אין שײַכות מיט אַגריקולטור און פֿאַרמערײַ?

ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די שאָפּפֿלאָכער שיל אין 1910

(ייִדיש — אין דער "געהיימער שפּראַך" פֿון שאָפּפֿלאָך)

K. Philipp. Lachoudisch, Geheimsprache Schopflochs. Verlag C. W. Wenng KG,
Dinkelsbühl, 1969

אַ נאָטיץ אונטערן קעפּל: "וועבזײַט וועגן אַ ייִדישן בית־עולם געווינט אַ פּריז", וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון 12–18 פֿעברואַר ה״י, דערציילט וועגן אַ געוויסער פֿרוי אַנגעליקאַ בראָזיג, אַ נישט־ייִדישע סאָציאַלע באַאַמטע פֿון דער בײַערישער שטאָט שאָפּפֿלאָך.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם משכּן, ווי אויך וועגן די ספּעציעלע בגדים, וואָס די כּהנים האָבן געטראָגן בעת זייער עבֿודה. "ואתּה תּצוה" — און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן אָנצוצידן אַ "נר תּמיד", אַ שטענדיקער לײַכטער; אַזוי האָט דער באַשעפֿער געזאָגט משה רבינו.

שטענדיקייט מיינט, געוויינטלעך, פֿעסטקייט און סטאַביליטעט. אין דער אמתן, אָבער, ווי עס שטייט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט די מנורה געברענט יעדע נאַכט, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. די כּנהים פֿלעגן זי צוגרייטן און אָנצינדן יעדן טאָג פֿון ס׳נײַ.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער ייִדישער דיכטער. פּינקטלעכער צו זאָגן, עס איז געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער דיכטער בכלל. דער גאַנצער באַגריף "דער גרויסער דיכטער" איז אַוועק אין דער אייביקייט, פּונקט ווי אַ מאָל זײַנען אַוועק שרײַב־מאַשינקעס. די שרײַב־מאַשינקעס זײַנען געווען שלמותדיק, אַ פֿרוכט פֿון דער עוואָלוציע און פֿונעם מענטשלעכן טאַלאַנט, און זיי זײַנען אויסגעשטאָרבן אין דער גאַנצער פֿילמיניקייט זייערער, ווי עס שטאַרבן אויס די בריאות פֿון דער העכסטער מדרגה. עס דאַכט זיך, אַז די דיכטער, וואָס האָבן אויסגעקלאַפּט זייערע לידער אויף שרײַב־מאַשינקעס, זײַנען נעלם געוואָרן אין איינעם מיט זיי.

דאָס פּינטעלע ייִדיש

וווּ נאָר ס׳גרייכט מײַן וואָרט, בין איך פֿאַראַן
אבֿרהם סוצקעווער,
פֿונעם בוך "וואַלדיקס", 1940

"דו האָסט דאָך זעונגען געזען וואָס ניט געזען האָט קיינער." און באמת: "באַוואַקסענע מיט קליינע פֿליגל שוועבט אַ מנין שטיינער / און איבער זיי דער שער־הרחמים איז ניט מער פֿאַרשלאָסן." ("לידער פֿון טאָגבוך", 1977) וואָס איז אַזוינס אומגעזענס אין דער דאָזיקער זעונג? דער געעפֿנטער שער־הרחמים?

דאָס פּינטעלע ייִדיש

אין יעדער גרויסער דיכטונג איז פֿאַראַן משמעות אַ סוד. וואָרעם בײַ אַלע אויפֿקלערן, אויסטײַטשן און אַנאַליזן, וואָס מע קאָן מאַכן, בלײַבט כּמעט תּמיד — איבער דעם העכער, צי אפֿשר נאָך מער אונטער דעם טיפֿער — דאָס איינמאָליק נײַ־באַשאַפֿענע: צווישן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס נײַע געשפּרייטן, געעפֿנטע דורך יש־מאַינדיקן כּוח פֿונעם פּאָעטישן וואָרט, וואָס גראָבט אויס און הויפֿט אָן כּסדר נײַע סטראַטעס. און איטלעך מאָל בלײַבן מיר שטיין פֿאַר אָט דעם מיסטעריע באַגליקט, באַפֿליגלט, באַפֿרײַט.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער בנין פֿונעם טעאַטער "שלום" אין מאָסקווע

ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט.

ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּורים־שפּילער, בילד פֿון אַרטור קאָלניק

"אַ גוטן פּורים און אַ גוטן אָוונט, ייִדישע קינדער!
איך וועל אײַך דערציילן גרויסע וווּנדער
איך האָב בנבֿואה געזען,
אַז עס וועט ייִדן גרויסע נסים געשען".
"דער חסיד מיטן דײַטש", ייִוואָ־זאַמלונג, 1938

פּובליציסטיק, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט?