פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער ייִדישער דיכטער. פּינקטלעכער צו זאָגן, עס איז געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער דיכטער בכלל. דער גאַנצער באַגריף "דער גרויסער דיכטער" איז אַוועק אין דער אייביקייט, פּונקט ווי אַ מאָל זײַנען אַוועק שרײַב־מאַשינקעס. די שרײַב־מאַשינקעס זײַנען געווען שלמותדיק, אַ פֿרוכט פֿון דער עוואָלוציע און פֿונעם מענטשלעכן טאַלאַנט, און זיי זײַנען אויסגעשטאָרבן אין דער גאַנצער פֿילמיניקייט זייערער, ווי עס שטאַרבן אויס די בריאות פֿון דער העכסטער מדרגה. עס דאַכט זיך, אַז די דיכטער, וואָס האָבן אויסגעקלאַפּט זייערע לידער אויף שרײַב־מאַשינקעס, זײַנען נעלם געוואָרן אין איינעם מיט זיי.

סוצקעווער איז געווען אַ גרויסער דיכטער אין דעם זין, וואָס מיר מיינען ווען מיר רעדן וועגן אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אָדער פּאַול צעלאַן, אָדער טשעסלאַוו מילאָש, אָדער אַנאַ אַכמאַטאָוואַ (דאָס איז אַ צופֿעליקע רשימה, די נעמען זײַנען פּשוט דוגמאָות). און ער איז טאַקע געווען דער לעצטער. ניט וואָס מען האָט, חלילה, זיך אָפּגעוווינט אָדער פֿאַרגעסן, ווי אַזוי צו שרײַבן לידער, נאָר עס זײַנען פּשוט ניטאָ קיין גרויסע דיכטער, און עס וועלן, אַ פּנים, שוין מער ניט זײַן. עס וואָלט געווען נאַריש צו פּרוּוון אָפּשאַצן, צי דער גוואַלדיקער טעקטאָנישער איבעררוק פֿון אַזאַ פֿאַרנעם איז "גוט" אָדער "שלעכט". נאָר עס איז כּדאַי, מען זאָל עס באַמערקן.

אָבער עס איז אַ גרויסער סופֿק, צי מען וועט עס באַמערקן, און אויב יאָ, איז לכל־הפּחות ניט גלײַך. ווען סוצקעווער איז ניפֿטר געוואָרן, האָב איך זיך אַ טראַכט געטאָן: "מאָרגן וועט ער ניט שטאַרבן אין קיין צײַטונג, אין קיין ראַדיאָ און אין קיין טעלעוויזיע, און בלויז די אַלוויסנדיקע אינטערנעץ וועט מספּיד זײַן דעם דיכטער". מען קאָן זאָגן אַפֿילו, אַז ער וועט בכלל כּמעט ניט שטאַרבן, נאָר בלויז אַ ביסל אַזוי, אין אַ פּאָר פּריוואַטע בלאָגן. מיר זײַנען נוהג צו האַטלן די אומשטערבלעכקייט פֿאַר אַ סינאָנים פֿונעם אַלוועלטלעכן רום. אָבער אויב מען האַלט בײַ דער פֿאַרשפּרייטער צינישער דעה, אַז אַלץ, וואָס איז ניט אַרײַן אין טעלעוויזיע, האָט ניט קיין ממשותדיקייט, עס באַקומט זיך, אַז דווקא דאָס, וואָס בלײַבט אומבאַקאַנט, קאָן ניט שטאַרבן. און די דאָזיקע אומבאַוווּסטקייט מאַכט נאָך בולטער דעם ביטערן אַנאַכראָניזם פֿונעם לעצטן גרויסן דיכטער אין דער וועלט, וועלכע האָט פֿאַר אים ניט קיין אָרט.

סוצקעווער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם ווילנער געטאָ, האָט זיך געשלאָגן ווי אַ פּאַרטיזאַן. לויט דער בקשה פֿון איליאַ ערענבורג און דעם ליטווישן פּרעזידענט יוסטאַס פּאַלעצקיס, האָט די סאָוועטישע רעגירונג אַרויסגעשיקט אַן עראָפּלאַן, וואָס האָט געבראַכט סוצקעווערן און זײַן פֿרוי פֿריידקע פֿון יענער זײַט פֿראָנט. איך קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער זאָל שיקן הײַנט אַן אַעראָפּלאַן איבער דער פֿראָנט־ליניע, כּדי צו ראַטעווען אַ דיכטער. אמת, צעשיסן צעשיסט מען דיכטער הײַנטיקע צײַטן אויך ניט. אַ סבֿרה, איין זאַך האָט צו טאָן מיט דער אַנדערער.

אין 2004 בין איך געווען אויף סוצקעווערס אָוונט אין תּל־אָבֿיבֿ. מען האָט אים אַרויסגעפֿירט אין אַ רעדערשטול. דער אַלטער מענטש אינעם רעדערשטול איז ניט געווען ענלעך אויף די באַקאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס. אויף זײַן קינדערישן פּנים, כּמעט אָן הויט, האָבן געפֿעלט ניט נאָר די שטענדיקע "טשאַפּלינישע" בערשטל־וואָנצעס, נאָר אַפֿילו די נאָז... אַנשטאָט דער אָפּגעשניטענער נאָז האָט מען צוגעקלעפּט אַן אַקוראַט שטיקל פּלאַסטער פֿון לײַבקאָליר. איך האָב זיך איבערגעשראָקן: דאָס פּנים אָן אַ נאָז איז שרעקלעכער, איידער דאָס פּנים פֿון אַ בלינדן. מײַן ערשטער פּחדניש־מיאוסער געדאַנק איז געווען: "צוליב וואָס האָט מען אים געבראַכט? איצט וועל איך תּמיד, לייענענדיק זײַנע לידער, זען פֿאַר מײַנע אויגן אָט דעם ראָזעווען שאַרבן".

אָבער דער דאָזיקער פּחד איז גלײַך צערונען געוואָרן, ווי נאָר סוצקעווער האָט געעפֿנט דאָס מויל און אָנגעהויבן רעדן. זײַן הילכיקער, קלאָרער, איידעלער ווילנער ייִדיש האָט געבויט אין דער לופֿט אויסגעשניטענע ריטמישע סטרוקטורן, וואָס האָבן זיך ניט צעלאָזט. אין משך פֿון צוויי שעה האָט סוצקעווער געלייענט לידער און געשמועסט מיטן עולם. ער האָט געלייענט פֿון זײַן שפּעטערער ליריק, פֿון די "לידער פֿונעם טאָגבוך". ער האָט זיך געפֿרייט איבער יעדן וואָרט, און עס האָט זיך געדוכט, אַז ער איז אַליין גליקלעך, וואָס אַלץ קומט אַרויס אַזוי געראָטן אין די לידער, וואָס יעדעס וואָרט איז אַרײַן אויף זײַן איינציק־באַשערטן אָרט, אָן קיין צרות און שפּאַרעניש. און איצט — ער איז געווען זיכער — וועט עס אַזוי בלײַבן אויף תּמיד.

סוצקעווער איז געשטאָרבן אויף דעם זיבן־און־נײַנציקסטן יאָר פֿון זײַן לעבן. קיינעם וועט ניט אײַנפֿאַלן צו רופֿן זײַן פּטירה אַ פֿריצײַטיקע. ער האָט געהאַט אַ סך געלעגנהייטן צו שטאַרבן פֿאַר דער צײַט, דאָס איז געווען אַפֿילו כּמעט אומפֿאַרמײַדלעך. ער איז אַרײַן אין ווילנער געטאָ שוין מיט אַ שם פֿון אַ דיכטער, וואָס איז געווען באַקאַנט ניט נאָר אין דער ייִדישער, נאָר אויך אין דער פּוילישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. פֿאַר דער מלחמה און אין דער געטאָ האָט סוצקעווער אָנגעשריבן אַ סך שיינע לידער, און וואָלט ער אומגעקומען דעמאָלט, ווי כּמעט יעדער איינער, וואָלט זײַן נאָמען סײַ ווי פֿאַרבליבן אין דער ליטעראַטור־געשיכטע. אין פּאָעטישע אַנטאָלאָגיעס וואָלט געשטאַנען: אַ גרויסער דיכטער ... אומגעקומען פֿאַר דער צײַט".

דער שאַנס צו בלײַבן לעבעדיק איז געווען אַ נוליקער, אָבער די געזעצן פֿון משמעות האָבן דערמיט גאָר ניט צו טאָן. סוצקעווער האָט געהערט צו יענעם מין מענטשן, וואָס באַשליסן אַליין, צי זיי וועלן לעבן צי ניט. בעתן חורבן האָט ער זיך קונה געווען די אומשטערבלעכקייט ניט אינעם מעטאַפֿאָרישן, נאָר אינעם סאַמע "טעכנישן" זינען, אויב מען קאָן אַזוי זאָגן: דאָס לעבן אָן דעם טויט.

ער האָט באַשלאָסן צו בלײַבן לעבעדיק און צו לעבן ווײַטער. ער האָט דורכגעלעבט נאָך צוויי לעבנס, און אָנגעשריבן אַ סך שיינע לידער וועגן דער מלחמה, און אַ סך שיינע לידער ניט וועגן דער מלחמה. דער חורבן האָט ניט דערהרגעט זײַן גוף און האָט ניט צעקאַליעטשעט זײַן נשמה. ער איז אַרויס פֿונעם גיהנום ווי אַ פֿרײַער מענטש, נאָך מער פֿרײַער איידער די, וואָס זײַנען ניט געווען אינעם גיהנום.

די אַמעריקאַנער אַוואַנגאַרדיסטן, וועלכע האָבן שטאָלצירט מיט דעם, וואָס זיי האָבן באַפֿרײַט ייִדיש פֿון "ייִדישקייט", האָבן זיך אַלע מיט אַ מאָל געוואָרפֿן צו שרײַבן "נאַציאָנאַלע", "ייִדישע" לידער, וועלכע זײַנען לרובֿ געווען ניט איבעריק גוט. דער הורבן, וואָס האָט ניט אָנגערירט זייערע גופֿים, האָט צעבראָכן זייערע נשמות. סוצקעווער, דער ראַפֿינירטער מײַסטער, האָט גאָרנישט מקריבֿ געווען פֿון זײַן עסטעטישער פּראָגראַם, האָט אַלץ אָפּגעהיט און פֿאַרמערט. ער האָט געגעבן זײַן תּשובֿה אויף דער אומפֿאַרמײַדלעכער קשיא, צי מען מעג שרײַבן לידער נאָך אוישוויץ: איר מעגט ניט, און איך מעג יאָ, איך בין געווען דאָרטן, און נאָר איך אַליין קאָן באַשליסן.

עס איז ניטאָ קיין קעגנזאַץ צו דעם אָפּגעריבענעם אויסדרוק: "פֿאַרצײַטיקער טויט". אפֿשר "צײַטיקער טויט"? וואָרן נאָך דעם פֿיזישן טויט אין דער איצטיקייט קומט די אומשטערבלעכקייט, און דווקא ניט קיין פּריוואַטע, קיין יחידישע, נאָר די אמתדיקע און די סאַמע לעצטע. פֿאַר דעם נייטיקט מען זיך ניט אין גאָרנישט. די אומשטערבלעכקייט הייבט אָן וואַקסן ווי אַ פֿידלרויז אין דעם מאָמענט, ווען דער צײַטיקער טויט האָט באַדעקט דעם דיכטערס גוף מיט דער שטיינערדיקער ערד אויפֿן ארץ־הקודשדיקן הייליקן אָרט.