אין יעדער גרויסער דיכטונג איז פֿאַראַן משמעות אַ סוד. וואָרעם בײַ אַלע אויפֿקלערן, אויסטײַטשן און אַנאַליזן, וואָס מע קאָן מאַכן, בלײַבט כּמעט תּמיד — איבער דעם העכער, צי אפֿשר נאָך מער אונטער דעם טיפֿער — דאָס איינמאָליק נײַ־באַשאַפֿענע: צווישן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס נײַע געשפּרייטן, געעפֿנטע דורך יש־מאַינדיקן כּוח פֿונעם פּאָעטישן וואָרט, וואָס גראָבט אויס און הויפֿט אָן כּסדר נײַע סטראַטעס. און איטלעך מאָל בלײַבן מיר שטיין פֿאַר אָט דעם מיסטעריע באַגליקט, באַפֿליגלט, באַפֿרײַט.
ס׳עפֿנט זיך פֿאַר אונדז אַ וועלט אַ נײַ־באַשאַפֿענע מיט אירע וווּנדערס און שרעקן, אירע תּהומען און הימלען, מיט אַלע, ווי אַבֿרהם סוצקעווער רופֿט עס אָן, "די ניטאָען און די דאָען" אירע.
אין די גרויסע שטראָמען פֿון פּאָעזיע, פֿון השתּפּכות־הנפֿש, געפֿילן, געדאַנקען, שפּירונגען, בילדער, קלאַנגען, פֿאַנטאַזיעס און פֿאַנטאַזמען זײַנען אָט די סודותדיקע אונטערימישע וווּלקאַנען, פֿון וועמענס אויסבראָך ס׳קומען אויף נײַע פּאָעטישע קאָנטינענטן, טאַקע ניט אַזעלכע אָפֿטע. נאָר זיי באַרעכטיקן דעם גאַנצן שטראָם און גיבן אים זײַן תּיקון. זיי לאָזן אונדז שפּירן, וויסן, אַז די אייביקע שאלה וועגן די שײַכותן צווישן דעם זײַן און דעם עקזיסטירן — אויב אַפֿילו ס׳איז ניטאָ אויף איר קיין תּשובֿה — איז ניט קיין אויסטראַכטעניש, אלא דאָיִק און רעאַל, און שטענדיק ווירקעוודיק.
דעם דאָזיקן סוד אין זײַן רעאַלקייט און ווירקעוודיקייט שפּירט מען אין דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. איטלעך מאָל, ווען ס׳קומט אויס וועגן איר צו שרײַבן, שטייט מען פֿאַרן זעלביקן וווּנדער: ס׳איז שוין, דאַכט זיך, אַזוי פֿיל וועגן איר געזאָגט געוואָרן; אַלע דימענטן פֿון איר פֿינקלענדיקער קרוין אָפּגעווויגן; אַלע אַקסן פֿונעם פֿילקאַנטיקן קרישטאַל אירן אויסגעמאָסטן; און איטלעך מאָל אַנטפּלעקט מען, אַז מע שטייט ווידער בײַ אַן אָנהייב; אַז דאָס זײַנען ערשטע טריט אויף אַ נײַ זיך צעעפֿנטן אומבאַקאַנטן קאָנטינענט, וווּ ס׳דערוואַרטן נאָך אַ סך איבערראַשנדיקע התגלותן און דערקענטענישן. די סיבה איז, ווײַזט אויס, ניט בלויז איינער פֿון די גרונט־אייגנשאַפֿטן פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע — אין איר פּערמאַנענטער און כּסדרדיקער איבערראַשנדיקער באַנײַונג, נאָר אפֿשר נאָך מער אין דער נאַטור פֿון דאָזיקן שטענדיקן באַוועג: אַ באַוועג אין אַ ספּיראַל.
וואָס מער מען לייענט סוצקעווערס דיכטערישע ווערק, מען גייט פֿון איין תּקופֿה צו דער אַנדערער אַהין און צוריק, אַלץ מער אַנטפּלעקט זיך אָט דער עצמדיקער ספּיראַלישער באַוועג, ווי ס׳וואָלט די פֿירקאַנטיקע בענד זיך געהאַט אויסגעבויגן, די אותיות זיך געסדרט, געשטאַלטיקט אין אָט דעם ספּעציפֿישן באַוועג, אָפּהיטנדיק אויף אַ שטרענגן, מיסטעריעזן, ווילט זיך זאָגן, אופֿן אַלע זײַנע נאָרמעס און סימנים. פֿון פֿאַרוויגטן סיביר און זוניקן וואַלדיקס צום שופֿר־שאַל פֿון דער באַלאַגערטער פֿעסטונג; פֿון די קאַנאַלן פֿון דער געהיימשטאָט אין דער פֿאַרגיייִקער דאָך קיין מאָל ניט פֿאַרגאַנגענער ייִדישע גאַס צום רײַט אין פֿײַער־וואָגן; פֿון דער אָדע צו דער טויב, וועמעס לאַנדשאַפֿט ס׳איז די נשמה, און איר קעגנשפּיל מיטן געהיימענישפֿולן פֿאַרבנבײַט אין גרינער אַקוואַריום ביז צו דער גליִיִקער לאַנדשאַפֿט פֿון אין מידבר סיני.
און ווײַטער ביז צום פֿאַרבאָרגענעם אַרײַנקער אין אייגענעם אָאַזיס, פֿון וווּ ער רײַסט זיך ווידער אַרויס צום נײַעם אומרו פֿון פֿירקאַנטיקע אותיות און מופֿתים און דעם קאַליידאָסקאָפּ פֿון צײַטיקע פּנימער. באַלד וואַקסט ער אויס צום חידושימדיקן, נאָך מיט געזעענעם געוויקס פֿון דער פֿידלרויז און גייט אַריבער צו די לידער פֿון טאָגבוך, אַ נײַעם צו אומבאַגרענעצטקייטן שטרעבנדיקן וויקל פֿון דער ספּיראַל. אומעטום איז עס ניט קיין פּשוט אַהין־און־אַהערגיין. אויך ניט, ווי דאָס קומט צו מאָל פֿאָר בײַ פּאָעטן, אַ באַוועג אין קאָנצענטרישע קרײַזן ארום באַשטימטע פּעריאָדן און עוואָלוציעס מיט פֿאַרשיידענע גרונט־אידעען צו איבערלעבענישן, דרויסנדיקע און אינעווייניקסטע, צי געשיכטלעכע, צי דיכטערישע.
ס׳איז, גראַפֿיש געזען, אַ ספּיראַל־פֿאָרמיקער באַוועג דורך דער צײַט, וואָס קרײַזנדיק אין תּמיד גרעסערן און ווײַטערן היקף, נעמט אַרום כּסדר נײַע אומבאַקאַנטע געשפּרייטן, און באַגעגנט איינצײַטיק אויף איטלעכן אָרט און אין יעטוועדער רגע זיך גופֿא, מיט אַלע דורכגעקרײַזטע, אַדורכגעלעבטע און אַדורכגעפּאָעטיזירטע צײַט־שטחים, נאָר שטענדיק פֿון ווײַטער און העכער, אין נײַעם אויסמעסט. די אינעווייניקסטע דיכטערישע וויזיע, די יסודותדיק־אַבסטראַקטע גאַנצקייט, וווּ זײַן ווערט וואָרט און וואָרט — רעאַליטעט, איז אין איר, בכן, כּסדר אויסגעשפּרייטער און איינצײַטיק געדיכטער. אַזוי בלײַבט סוצקעווערס פּאָעזיע אין איר כּסדרדיקער אַנדערשקייט תּמיד אידענטיש צו זיך: וויזיאָנעריש און רעפֿלעקסיוו. איר זעונג איז באַטראַכטעריש, איר באַטראַכט — זעעריש. דער קלאַנג — פֿון ביידן די פֿאַרגופֿונג. נאָר תּמיד אַ באַנײַטע און אַן איבערראַשנדיקע. מיט דער פֿרוכטיקער איבערראַשונג, וואָס איז איינער פֿון די עיקר־עלעמענטן פֿאַר איר קיין מאָל זיך ניט אָפּשוואַכנדיקער מאָדערניטעט.
[...]
מאַי קאָ משמע לן פּעריאָדישע באַנײַונג? מיר מיינען מיט דעם ניט אַזוי טעמעס, בילדער, צי פֿאָרמעלע עלעמענטן. פֿאַרקערט: ס׳איז אין הסכּם מיט דער נאַטור גופֿא פֿון אַ ספּיראַל, אַז בײַ יעדן אויסגעווײַטערטן היקף אירן קומען אויף די זעלביקע גרונטוויזיעס תּמיד ווידער, אָבער אויך תּמיד אַנדערש. די ייִדישע גאַס פֿון ירושלים דליטא אין אויפֿקום און אומקום; די צען פֿון די ווילנער קאַנאַלן, וואָס דער דיכטער האָט זיי, קאָן זיך דאַכטן, שוין אַזוי פֿיל מאָל געהאַט אָפּגעזונגען, זיי לאָזן זיך ניט אָפּזינגען. און ער אַליין מיט זײַנע ביידע פּנימער צווישן נעכטן און מאָרגן צעשניטן און אַזוי טיף איינס אין שפּיגל פֿונעם הײַנט. נאָר אַלע זעונגען קומען בײַ יעדן נײַעם אויפֿקום ניט בלויז אין אַן אַנדערן לבֿוש, נאָר דער עיקר אין אַן אַנדערן און איבערראַשנדיקן אויסמעסט. סוצקעווערס ליד איז באַזעסן פֿון זיי, אָבער ניט געפֿאַנגען. זײַן געזאַנג איז ניט קיין באַפֿרײַען זיך פֿון די געשפּענסטער, וואָס וואַנדלען דורך דער "גיהנום־נאַכט פֿון מײַן זכּרון", נאָר זייער רעאינקאַרנאַציע אויף אַנדער סטראַטע; ניט קיין עקסטעריאָריזירן, אלא אַן אינטעגרירן אויף העכערן שטאַפּל.
פֿאַרשיידענע פּעריאָדן אין סוצקעווערס פּאָעזיע מיינט דאָ, בכן, קודם־כּל געענדערטע שײַכותן צווישן דער וועלט, געזען פֿון אינעווייניק, און דער אינעווייניקסטער וועלט פֿונעם פּאָעט; צווישן אײַנדרוק און אויסדרוק; דעם שטראָם פֿון וועלט צום דיכטערישן איך און דעם שטראָם פֿונעם איך צו דער וועלט. ביידע שטויסן זיי זיך תּמיד צונויף אין זײַן ליד און שאַפֿן דורך דער היץ גופֿא פֿונעם צונויפֿשטויס די נײַע פֿאַרבינדונג, די "אַלכעמיע" און יש־מאַין פֿונעם דיכטערישן וואָרט. טאַקע דער אָפּוויקל פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס באַדינגט די פֿאַרשיידנקייט.
אַבֿרהם סוצקעווער. "אָדע צו דער טויב"
II
קלאַנגען אין ליפּן געפֿאַנגען, ווי פּערל אין ימיקע שלעסער,
שטומען שוין טויזנטער יאָרן, און איבער דער
שטומקייט — אַ מעסער.
— טײַבעלע, קינד פֿון דער קינדהייט, גיב לשון די ליפּן, גיב לשון,
הער דאָס געוויין פֿון די קלאַנגען, אַניט איז אַ חלום פֿאַרלאָשן...
פּלוצעם — אַ קוש מײַנע ליפּן. ווער בין איך, וווּ בין איך?
די שלעסער
שליסן אַליין זיך פֿונאַנדער. די שטומקייט — צעשניטן פֿון מעסער.
פּערל און פּערל און פּערל, מיט ימיקע רוישן געהיימע,
רעגענען שוין פֿון די ליפּן, ס׳באַפֿאַלט מיך אַ פּערלענע אימה.
... גרילן, ווי שוסטערלעך, קלאַפּן די גראָזן אַרײַן אין מײַן שטערן,
ס׳קומט אויפֿן בוידעם אַ לאָנקע און לאָזט אויף מײַן
באַק אירע טרערן.
ס׳קרייען געקוילעטע הענער לכּבֿוד אַ רגע פֿון טרויער.
שנייען צעגאַנגענע גיסן געצונדענעם ספּירט אין מײַן אויער.
ווער האָט פֿאַרשיכּורט די פֿינגער, זיי זאָלן באַשאַפֿן אַ שורה:
"אַלע וואָס ענדיקן לעבן פֿאַרזייען אין מיר זייער גבֿורה?"
— טײַבעלע, האָסט מיר געשאָנקען אַ בלעטל פּאַפּיר ווי אַ שפּיגל,
האָסט מײַנע ווערטער וואָס בלאָנקען מיר איבערגעשפּרייט מיט די פֿליגל!
V
בויען און בויען דעם טעמפּל, מיט זוניקן שׂכל אים בויען!
קומט אין אַ פֿײַער דער טײַוול צו ברענגען מײַן טויב צום נסיון.
גראָ איז די זון. אַלע פֿאַרבן פֿאַרשפּינט ער מיט גראָע לישײַעס,
איבערגעברענט איז דער טעמפּל, ס׳אַנטלויפֿן די זײַלן ווי חיות.
קינדער, ווי גאָלדענע פֿייגל, צעלייגט ער אַצינד אין סקעלעטן,
סם אויף די ליפּן פֿון קלאַנגען, זיי זאָלן פֿאַרסמען פּאָעטן.
פּנימער שטעקן אויף העלדזער ווי שאָטנס פֿון העק אין
דער נידער.
גליקלעכע זענען די טויטע ווען אײַזן אין פֿלייש זענען ברידער.
זומפּיק די ערד און דער הימל, און איך ביזן האַלדז בין געזונקען.
פֿײַער — און מיר אַזוי פֿינצטער. אַ שטיין מיט
פֿאַרלאָשענע פֿונקען.
בלויז אין די גלייביקע פֿינגער דאָס בלעטל פּאַפּיר דאָס פֿאַרהיטע,
מוזן די פֿײַערן קניִען, זיי האָבן אויף דעם ניט קיין שליטה.
ווייס איך: די טויב איז דאָס בלעטל, וואָס לאָזט ניט
פֿאַרגליווערן פֿינגער,
ווערטער, ווי אייניקלעך, זאָלן געדענקען די צײַט פֿון באַצווינגער.
טעג אָן דער טויב זענען מילבן, אַ לויב צו די לויטערע פֿאָרמען!
זאַמל איך זילבערנע זילבן צו קענען מײַן טײַבעלע קאָרמען.
VII
וועלט, וואָס איז וועלט ?בלויז איר ניגון איז כוואַליק און וואַלדיק
און וועלטיק,
יאָמערט איר געטלעכער ניגון אין אָדערן מײַנע: געוועלטיק!
לעש איך דעם יאָמער מיט ימען, ס׳באַגריסן מיך שטעט
אומבאַקאַנטע.
שטיי! מיט אַ רעגן טערצינען האָט דאָ זיך אַ שפּיל געטאָן דאַנטע.
— מײַסטער פֿון גיהנום, צי וויסלטו זיך בײַטן אַ ווײַל מיט
די גיהנומס?
איך וועל אין דײַנעם שפּאַצירן, און דו — אין די פֿײַערן יענעמס...
מינערן וועט עס ניט, מײַסטער, דײַן אייביקע,
מאַרמאָרנע גלאָריע,
דו ביסט נאָך אַלץ אַליגיערי, דײַן גיהנום — נאָך אַלץ אַלעגאָריע.
מעטנשן... וווּ זענען זיי, מענטשן! מקנא זײַן דאַרף מען די שטויבן,
בלויז אין די ווערטער פֿון איינעם איז דאָ זייער גײַסט,
זייער גלויבן.
ס׳קלינגען בית־עלמינס — מען הערט ניט... פֿאַר מיר זענען
זיי אַן אכסניה.
שטיי! ווי אַ לייב האָט הלוי מײַן בענקשאַפֿט געזונגען פֿון שפּאַניע.
העי, איר פּאָעטן, אָן אײַך איז דאָס לעבן אַ דרעמל,
ס׳וואָלט דאָך שוין לאַנג אָן פּאָעזיע געקניט פֿאַרן טויט
ווי אַ קעמל.
ס׳וואָלטן סײַ מענטש און סײַ חיה געפּײַניקט זיך עלנטער,
פֿרעמדער,
ס׳וואָלט ניט מײַן טויב מײַן געטרײַע באַגלייט מיט אַ פֿלייט
איבער לענדער...
X
אונטער אַ בוים לעבן ים־סוף. די כוואַליעס דערקלינגען
מײַן אָדע.
שטיל. אין זײַן שאָטן — אַ מילשטיין, געדרייט פֿון דער זון
מיט התמדה,
אָטעם איך היישעריק־דיונעס — די היטער פֿון צײַט און זכּרון.
דאָ האָט דאָס פֿאָלק זיך געצויגן דורך פֿערציק תּנכישע יאָרן.
מײַליקע טריט אונטער זאַמדן, און גרויס ווי דער
מידבר די ציפֿער.
זאָלן די היישעריק־דיונעס אַנטפּלעקן די זעונגען טיפֿער!
וווּ זענען מײַנע פֿיר צענדליק, אין מידבר, צוזאַמען מיט יענע?
ביינער געבליבן, בלויז ביינער — גענאָד פֿון די בלינדע היענע?
וואָרקעט די טויּב אויף מײַן אַקסל: גוט־מאָרגן! און איך
וועל דיך פֿרעגן —
יאָרן דאָס זענען דען ביינער? אַ בלאָז אין זיי שפּילן אַנטקעגן.
זאַנגען מיט קינדערשע אויגן באַוועגן זיך אונטער די דיונעס,
תּחית־המתים פֿון זאַנגען, און אויבן — אַ וואָלקן מיט סטרונעס!
טײַבעלע, ביסטו די זעלבע, די פֿליגל ניט גראָ, איז דאָס מעגלעך?
זאָל איך דאָ בויען מײַן טעמפּל, ווי איך האָב געבויט אים
טאָג-טעגלעך?
זאָל איך מײַן צויבערדיק לעמפּל צעגרינען אויף ס׳נײַ און צעבלויען?
— בויען און בויען דעם טעמפּל, מיט זוניקן שׂכל אים בויען!
1954