דאָס פּינטעלע ייִדיש

אין יעדער גרויסער דיכטונג איז פֿאַראַן משמעות אַ סוד. וואָרעם בײַ אַלע אויפֿקלערן, אויסטײַטשן און אַנאַליזן, וואָס מע קאָן מאַכן, בלײַבט כּמעט תּמיד — איבער דעם העכער, צי אפֿשר נאָך מער אונטער דעם טיפֿער — דאָס איינמאָליק נײַ־באַשאַפֿענע: צווישן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס נײַע געשפּרייטן, געעפֿנטע דורך יש־מאַינדיקן כּוח פֿונעם פּאָעטישן וואָרט, וואָס גראָבט אויס און הויפֿט אָן כּסדר נײַע סטראַטעס. און איטלעך מאָל בלײַבן מיר שטיין פֿאַר אָט דעם מיסטעריע באַגליקט, באַפֿליגלט, באַפֿרײַט.