פּורים־שפּילער, בילד פֿון אַרטור קאָלניק |
"אַ גוטן פּורים און אַ גוטן אָוונט, ייִדישע קינדער!
איך וועל אײַך דערציילן גרויסע וווּנדער
איך האָב בנבֿואה געזען,
אַז עס וועט ייִדן גרויסע נסים געשען".
"דער חסיד מיטן דײַטש", ייִוואָ־זאַמלונג, 1938
דעם שבת צו נאַכטס און זונטיק וועלן ייִדן זיך פֿרייען איבער דער וועלט בײַם לייענען די מגילה און בײַ די הוליאַנקעס וואָס וועלן פֿאָרקומען בעתן יום־טובֿ. אין באָראָ־פּאַרק, וווּהין איך באַמי זיך צו פֿאָרן יעדן פּורים אויף דער נאַכט, ווערט מער לעבעדיק, מיר דאַכט, פֿון יאָר צו יאָר. הײַנט קען מען בײַזײַן בײַ צוויי באָבאָווער פּורים־שפּיִלן, ווײַל די באָבאָווער חסידים האָבן זיך צעטיילט נאָך דער פּטירה פֿונעם פֿריִערדיקן רבין. אויב מע האָט כּוח קען מען צוגיין צו די מונקאַטשער חסידים, און געבן אַ קוק אויף זייער פּורים־שפּיל אין אַ קלענערן בית־מדרש אין דער געגנט, געבויט לויטן מוסטער פֿון דער אַמאָליקער שיל אין דער אַלטער היים. און אויב, נאָך די אַלע שפּילן, מען איז נאָך נישט גרייט זיך צו לייגן שלאָפֿן, קען מע צוגיין צום סקולענער שטיבל, צום לעצטן רומענישן רבין אין אַמעריקע, און זינגען און צוזען אַ פֿארשטעלונג פֿון אַ בדחן אָדער צוויי. אָבער דאָס וועט זיך ערשט אָנהייבן האַלב צוויי, צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט.
אין די לעצטע פּאָר יאָרן האָב איך צוגעגעבן נאָך "סטאַנציעס" אין מײַן פּורימדיקן סדר־היום אין באָראָ־פּאַרק. שוין געווען בײַ די סקאַליער חסידים און געהערט דאָרטן, ווי בעת דער רבי זאָגט אָן זײַנע חסידים וועגן דעם שלעכטס פֿון געלט, האָט דער חסיד לעבן מיר טאַקע צעריסן אַ דאָלער בײַם הערן די ווערטער. כ׳האָב שוין אויך געטאַנצט מיט די סטאָלינער חסידים, געהערט די ניגונים פֿון די בחורים פֿון דער ישיבֿה "אמונת־ישׂראל", און אַוודאי זיך באַקענט מיט אינטערעסאַנטע פּאַרשוינען בײַ דער "טשאָלנט"־שׂימחה, וווּ חסידים, אַמאָליקע חסידים, און "פֿרײַע" לײַט קומען זיך צונויף. יעדעס יאָר ברענגט מיט זיך נײַע איבערלעבונגען. עס טרעפֿט זיך אויך, אַז פֿון יאָר צו יאָר שטעלן אויף "נײַע" רביים אַ שטיבל, און אַזוי ווי דער עולם, בפֿרט יונגע־לײַט, האָט ליב עפּעס נײַס, ציט דאָס שטיבל צו מענטשן און וואַקסט, און ווערט אַ פּונקט אין דער רבייִשער טאָפּאָגראַפֿיע.
מײַנע פֿרײַנד פֿרעגן מיך יעדעס יאָר ווען הייבן זיך אָן די שפּילן, און איך וואָרן זיי, אַז קיין אַחריות טראָג איך נישט פֿאַר די צײַטן וואָס איך לייג פֿאָר, ווײַל נישט איין מאָל האָט מען מיר געזאָגט איין צײַט, און ווען איך קום אָן איז שוין אַחר־המעשׂה, אָדער גאָר צו פֿרי מיט דרײַ שעה. דערפֿאַר איז גוט צו האָבן אַ "רעזערוו" פֿון חסידישע הויפֿן צו באַזוכן, אין פֿאַל ווען דאָס שטיבל איז געשלאָסן, ווען מע קומט אָן צו דער רעקלאַמירטער צײַט.
פֿאָלקלאָריסטן האָבן אָפּגעשאַצט די פּורים־שפּילן ווי גאָר וויכטיק. די פּורים־שפּיל, להיפּוך צו אַנדערע זשאַנערן אין פֿאָלקלאָר, באַשטייט נישט פֿון איין מענטש, ווי למשל, דער זינגער, וויצן־דערציילער אָדער מעשׂה־דערציילער, נאָר אַ גאַנצע טרופּע; דאָס הייסט, די שפּילן זענען מער אַ פֿאַרברייטערטער געזעלשאַפֿטלעכער פֿענאָמען ווי די אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר. די טעקסטן פֿון די שפּילן גופֿא קענען אָפּשפּיגלען סײַ עלטערע טעקסטן, אין געוויסע פֿאַלן גאָר אַלטע (זעט די זאַמלונג פֿון פּראָפֿ׳ חנן שמערוק), סײַ הײַנטצײַטיקע געשעענישן. אין דער שפּיל "טרהפֿנע סחורה", לשמל, פֿאַרשריבן פֿון שמואל לעהמאַן, און געדרוקט אין דער זאַמלונג "בײַ אונדז ייִדן" אין 1923 מאַכט מען חוזק פֿון דער שמוגלערײַ בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. ווען די כאָמייני־רעוואָלוציע איז פֿאָרגעקומען אין איראַן אין 1979 האָט מען אין דער באָבאָווער שפּיל גוט אַרײַנגעזאָגט דעם אַיאַטאָלאַ.
דעם סאָוועטישן פֿאָרשער משה בערעגאָווסקיס זאַמלונג פֿון פּורים־שפּילן, געדרוקט אין קיִעוו אין 2001, פֿאַרמאָגט אַן אוצר פֿון מאַטעריאַלן, און דער עיקר, נעמט אַרײַן נישט נאָר די טעקסטן, נאָר אויך די מוזיק פֿון די לידער און קופּלעטן. דערווײַל האָט קיינער נישט פֿאַרגליכן די לידער אין די שפּילן מיט די לידער אין ייִדישע פֿאָלקסלידער־זאַמלונגען, אָבער אויף זיכער האָבן די שפּילער גענומען "דרויסנדיקע" לידער און זיי צוגעפּאַסט צו דער שפּיל ווען אַ ליד האָט געפֿעלט. די שאַפֿערישקייט פֿון די פּורים־שפּילערס איז אָבער נישט נאָר באַשטאַנען פֿון צונויפֿשטעלן די טעקסטן פֿון די שפּילן, נאָר אויך פֿון צונייען די קאָסטיומען, אויסשפּילן די ראָלעס און מאַכן אַ רושם מיט דער שפּיל, דער עולם אין יעדער שטוב זאָל זיי אַלע באַלוינען מיט אַ גרעסערער מטבע.
די טראַדיציע פֿון גיין פֿון הויז צו הויז בײַ די פּורים־שפּילערס איז שוין פֿאַרשוווּנדן צוזאַמען מיטן שטעטל, אָבער אָריגינעלע פּורים־שפּילן קען מען נאָך זען אין די באָראָ־פּאַרקער, אַנטווערפּנער און ישׂראלדיקער הויפֿן פֿון די רביים, און אפֿשר אויך אין געוויסע ייִדישע שולן איבער דער וועלט: וואָס מער, אַלץ בעסער — די שפּילן זענען פֿון די פּערל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.