|
דער בנין פֿונעם טעאַטער "שלום" אין מאָסקווע |
|
ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט.
אין די 1950ער יאָרן האָט מען ערנסט גערעדט אין מאָסקווע וועגן ווידער אויפֿשטעלן דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס די מלוכה האָט חרובֿ געמאַכט צום סוף פֿון סטאַלינס ממשלה. דעם פּראָיעקט האָט מען שוין אַפֿילו באַוויזן אָנצורופֿן: טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון שלום-עליכם, מיט אַ טעאַטראַלער סטודיע — אויף צו גרייטן ייִדישער אַקטיאָרן. און דער אַדרעס איז שוין געווען באַוווּסט: די פּושקינסקאַיאַ גאַס, וואָס איז אין צענטער פֿון דער סאָוועטישער קרוינשטאָט. אין מאַרץ 1959, ווען מע האָט אָפּגעמערקט דעם -100יאָריקן יוביליי פֿון שלום-עליכמען, האָבן ייִדישע אַקטיאָרן געשפּילט אויף דער בינע. דאָס האָט אויסגעזען ווי אַן אָנזאָג אויף דעם קומענדיקן טעאַטער.
אָבער דער סוף איז געווען אַז קיין טעאַטער האָט זיך ניט באַוויזן. עמעצער אין די סאַמע הויכע סאָוועטישע פֿענצטער האָט עס ניט דערלויבט. מע האָט באַשלאָסן, אַ פּנים, אַז ייִדן קענען זיך באַגיין אָן אַזאַ טעאַטער. אפֿשר האָט אין דעם באַשלוס געשטעקט אויך אַ פֿינאַנציעלער חשבון. מע האָט דאָך געדענקט, אַז דער ייִדישער טעאַטער בראָש מיט שלמה מיכאָעלסן האָט קיין רווח ניט געגעבן. באַזונדערש שווער איז געווען אָנצופֿילן דעם טעאַטער מיט צושויער אין מאָסקווע. דאָס געשעפֿט איז געגאַנגען אַ סך בעסער, ווען די טרופּע פֿלעגט קומען אין דעם געוועזענעם תּחום-המושבֿ.
אַזוי צי אַזוי, אָבער אין יאָר 1962 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ ייִדישער טעאַטראַלער אַנסאַמבל. דאָס הייסט, אַז קיין ריכטיקער טעאַטער איז עס ניט געווען, ווײַל אין מאָסקווע האָט דער אַנסאַמבל קיין לאָקאַל ניט געהאַט. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט זיי שפּילן אין די געבײַדעס פֿון אַנדערע — "ריכטיקע" — טעאַטערס. למשל, פֿון דעם ציגײַנערשן טעאַטער "ראָמען". אָבער ס׳רובֿ ספּעקטאַקלען האָט דער אַנסאַמבל געשפּילט דאָרטן, וווּ ס׳איז נאָך פֿאַרבליבן אַן עולם, וואָס האָט געקענט פֿאַרשטיין ייִדיש. עס זײַנען געווען פֿאַלן, ווען דער אַנסאַמבל האָט געמוזט געבן אַ צוגאָב-ספּעקטאַקל, מחמת דער עולם האָט זיך אויסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש וואָרט.
דער אָנהייב איז געווען אַ געראָטענער. אָבער ביסלעכווײַז האָבן זיך גענומען אָנזאַמלען פּראָבלעמען. דער עלטערער דור טעאַטער-לײַט איז אַראָפּגעגאַנגען פֿון דער בינע. דער טראַדיציאָנעלער צושויער איז ניט צוגעקומען. קיין טעאַטראַלע שול פֿאַר ייִדישע אַקטיאָרן האָט מען ניט געשאַפֿן. און דער יונגער דור האָט אָדער ניט געקענט פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אויף דער בינע, אָדער די פּיעסעס פֿון דעם סקאַרבאָוונעם רעפּערטואַר האָבן אים ווייניק אינטערעסירט. הקיצור, עס האָט געהאַלטן שמאָל.
|
אַ סצענע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג |
|
און דאָ האָט זיך פֿון ערגעץ באַוויזן אַלעקסאַנדער לעווענבוק. לויט זײַן פֿאַך איז ער געווען אַ דאָקטער, אָבער ווי אַ רופֿא האָט ער, דאַכט זיך, זייער ווייניק געאַרבעט. מע האָט אים געקענט ווי אַ לץ, בפֿרט אין פּאָפּולערע ראַדיאָ-פּראָגראַמען. ער פֿלעגט אַרויסטרעטן מיט אַ שותּף, וואָס האָט געהייסן ליפֿשיץ. אָבער ליפֿשיץ איז דערנאָך אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, און לעווענבוק איז פֿאַרבליבן, נעבעך, אַליין.
ווי אַזוי האָט אַזאַ מענטש, אָן אַ ברעקל ייִדיש, אָן אַ ייִדישער קולטור און אָן אַ טעאַטראַלער בילדונג, באַקומען אַ צוטריט צום ייִדישן טעאַטער? קיין ענטפֿער אויף דער פֿראַגע האָב איך ניט. אָבער אין יאָר 1988 האָט זיך, אויפֿן יסוד פֿון דעם אַנסאַמבל, באַוויזן אַ טעאַטער, מיט אַן אייגענעם לאָקאַל אויף אַ פּאָר הונדערט פּלעצער. דער נאָמען "שאַלאָם", ניט "שאָלעם", האָט אָפּגעשפּיגלט די כּמו-העברעיִשע מאָדע פֿון יענער צײַט. בפֿרט נאָך, אַז ייִדיש האָט גלײַך גענומען פֿאַרשווינדן ווערן פֿון דעם טעאַטער. ס’איז געוואָרן אַ ייִדישער טעאַטער אויף רוסיש. דער ניוואָ איז תּמיד געווען אַ נידעריקער, ממש אַן אַמאַטאָרישער. אָבער דער טעאַטער האָט עקסיסטירט, ווײַל אים האָט אויסגעהאַלטן — און הערט ניט אויף אויסצוהאַלטן — די מאָסקווער רעגירונג.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט זיך אין "שאַלאָם" געמאַכט אַ סקאַנדאַל. 37 מענטשן, כּמעט די גאַנצע טרופּע, האָבן אונטערגעשריבן אַ בריוו צום מאָסקווער מייאָר. מע האָט זיך געקלאָגט אויף דעם טרויעריקן מצבֿ אין דעם טעאַטער, וווּ אַלעקסאַנדער לעווענבוק האָט געשאַפֿן אַ משפּחה-געשעפֿט: די לייצעס פֿון דעם טאַטן (וואָס איז גאָר ניט קיין יונגער-מאַנטשיק) האָט איבערגענומען זײַן -24יאָריקער זון, אײַוואַר, אַ גראַדואַנט פֿון אַ טעכנישן קאָלעדזש. אײַוואַרס מוטער, וויזמאַ וויטאָלס, שטעלט ספּעקטאַקלען, כאָטש קיין געהעריקע בילדונג האָט זי ניט.
אין קורצן, אָבער, האָט מען דעם פֿײַער פֿונעם סקאַנדאַל פֿאַרלאָשן. מע האָט געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. הייסט עס אַז מאָסקווע וועט נאָך אַלץ קענען באַרימען זיך מיט דעם אַטאַוויסטישן טעאַטער, וועלכער הייסט נאָך אַלץ, צוליב אַ היסטאָרישן קאַפּריז, "ייִדישער".