ס’איז פּשוט אַ מחיה געווען צו הערן לעצטנס ווי די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דערקלערט די שייכן, אַז אַ מחנה פֿון די אַזוי גערופֿענע "שומרי־רעוואָלוציע" האָבן אויפֿגעשטעלט אין איראַן אַ דיקטאַטור פֿון אַ מיליטערישן און רעליגיעזן דעספּאָטיזם. "די דאָזיקע גרופּע, אין שפּיץ מיטן זון פֿון דעם גײַסטלעכן פֿירער אַלי כאַמענעיִ, — האָט זיי קלינטאָן געלערנט שׂכל, — האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט און טעראָרעזירן דאָס גאַנצע לאַנד".
אַוודאי איז די מלוכה־סעקרעטאַרין גערעכט: ווער וואָלט אין דעם געצווייפֿלט; אָבער די נײַעס שמעקט שוין מיט שימל, און אַרויסצושלעפּן זי אויסצולופֿטערן אַפֿילו ערגעץ אין די עמיראַטן, וועט זי פֿרישער נישט ווערן. שוין זשע האָט מען אויך פֿריִער נישט געוווּסט אין "ווײַסן הויז", אַז די "שומרי־רעוואָלוציע" איז נישט נאָר אַ מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציע; זי קאָנטראָלירט די וויכטיקסטע אָביעקטן פֿון דער איראַנישער ווירטשאַפֿט, ווי אויך דאָס שוץ־מיניסטעריום און מיניסטעריום פֿון אינערלעכע ענינים. די מיליטאַנטישע פֿאַנאַטיקער האַלטן אַן אויג אויף דער נאַציאָנאַלער מעדיאַ.
"שומרי־רעוואָלוציע" ווירקט אויף דער אויסערן־פּאָליטיק; איר האַנט ציט זיך אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק, זי שטיצן די טעראָריסטישע באַוועגונגען "כאַמאַס" און "כעזבאָלאַ".
יאָ, אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט דער מערבֿ גלײַך ווי נישט באַמערקט די אַלע דערשײַנונגען אין איראַן. זיך געטרייסט, אַז איין זאַך איז צו סטראַשען, ווי עס טוט כּסדר דער איראַנישער פּרעזידענט, און אַן אַנדער זאַך צוקומען צו אַ ממשותדיקן ציל. פֿאַר די אויגן איז נאָך געווען איראַק — סאַדאַם כוסיין האָט געסטראַשעט מיט זײַן נוקלעאַרער באָמבע, און אויסגעלאָזט האָט זיך אַלץ מיט אַ תּליה פֿאַר אים. פֿון דעסטוועגן האָט דער מערבֿ געמאַכט זײַן אויספֿיר נאָך דער מלחמה אין איראַק, און אַכמאַדינעדזשאַד, צוזאַמען מיט זײַנע פֿאַנאַטיקער פֿון "שומרי־רעוואָלוציע" האָבן עס נישט געמאַכט.
און בכלל, אין אַלע צײַטן האָבן די דיקטאַטאָרן געהאַט אַ שיטערע צונג: געסטראַשעט די גאַנצע וועלט. האָט מען דען זיך צוגעהערט צו זיי? עס דערמאָנט אײַך גאָרנישט? טאַקע, אין 1938 האָט טשעמבערלען גערופֿן אָנצוהאַלטן אַ "רויִקע פּאָליטיק" מכּוח דעם דײַטשישן דיקטאַטאָר אַדאָלף היטלער. וועמענס עסק איז, אַז היטלער סטראַשעט אומצוברענגען די ייִדן?! מע דאַרף נישט ציִען קיין פּאַראַלעלן? אָבער אין דעם פֿאַל איז עס נישט קיין היסטאָרישע פּאַראַלעל, נאָר בלויז אַ היסטאָרישער אויספֿיר. ער, דער איצטיקער היטלער, האָט נישט בדעה צו קריכן אין וואַרשע, אָדער פּראָג און אַפֿילו אין ניו־יאָרק אַרויסצושלעפּן פֿון דאָרטן די ייִדעלעך. ער טשעפּעט אַפֿילו נישט די געציילטע ייִדישע נפֿשות בײַ זיך אין דער היים — זאָלן זיי זשיפּען. ער האָט זיך נישט וואָס צעבײַטן אויף קליינגעלט. איין נוקלעאַרע באָמבע וועט מאַכן אַש און פּאָרעך פֿון דער ייִדישער מדינה... עס וועלן לײַדן אויך די פּאַלעסטינער ברידער?.. איז עס דאָך אַ מיצווה — מיט איין קלאַפּ אַרײַנטרײַבן די ציוניסטן אין גיהנום, און אין דער זעלבער צײַט איבערפּעקלען אַ פּאָר מיליאָן מוסולמענער אין גן־עדן צו די שיינע, זיסע בתולות.
טאַקע דערפֿאַר קאָן די איצטיקע רעגירונג, בראָש מיט בנימין נתניהו, נישט רוען: זיי אַרבעטן מעשׂים נישט ווײַל מע וויל זיך ראַטעווען פֿונעם גיהנום, נאָר ווײַל מע פֿאַרגינט נישט די פּאַלעסטינער זיך אַריבערצופּעקלען אין גן־עדן!
און איראַן האַלט אין איין סטראַשען ווײַטער, און וואָס אַ מאָל שטאַרקער. איז דער מערבֿ פּלוצעם געפֿאַלן אויפֿן שׂכל: אפֿשר קאָכט זיך טאַקע אַ באָמבע אין דעם איראַנישן נוקלעאַרן קעסל, בפֿרט אַז אויך די אינטערנאַציאָנאַלע נוקלעאַרע קאָמיסיע בײַ דער "יו־ען" האָט אויך פּלוצעם אָנגעהויבן צו טענהן, אַז איראַן האָט שוין טאַקע אָט־אָט "אויסגעקאָכט" איר אַטאָם־באָמבע. נאָך נעכטן, הייסט עס, האָבן די מומחים פֿאַרזיכערט, אַז ס’איז אַ בלאָף, און הײַנט — נאַט אײַך!
אויב אַזוי, וואָס זשע ציט מען מיט די סאַנקציעס? ס'איז ווידער נישטאָ קיין אַחדות! רוסלאַנד זיצט צווישן די בענקלעך: פֿון איין זײַט, זאָגט זי צו דעם ישׂראל־פּרעמיער: "פּאָסמאָטרים! — מיר'ן אַ קוק טאָן!" — און פֿון דער אַנדערער — האָבן זיי דערווײַל הערמעטיש פֿאַרפֿעסטיקט דעם נוקלעאַרן רעאַקטאָר, אויפֿגעבויט אין בושער, אויפֿן פֿאַל, אויב ישׂראל וועט אים באָמבאַרדירן. כינע — זאָגט פּשוט אויף ריין כינעזיש: "לא מיט אַן אלף".
אַ גוט מאָרגן, וועלט. כאַפּ זיך שוין אויף!