די כּלי־זמרים פֿון "ווערעצקי־פּעס" שפּילן בײַם קאָנצערט מוצאי־שבת (פֿאָטאָ׃ דייל פּערלמאַן/"קלעזקאַליפֿאָרניע") |
די וואָס זײַנען פֿאַרטיפֿט אין דער וועלט פֿון כּלי־זמר־מוזיק און ייִדיש, מיינען געוויינטלעך, אַז קאַליפֿאָרניע איז גלות־שבגלות. אויב אַ קאַליפֿאָרניער וויל אָנטייל נעמען אין דער אַמעריקאַנער "ייִדיש־קהילה", מוז ער מוותּר זײַן אויף אַלע באַציִונגען מיט דעם מערבֿ־ברעג: פֿאָרן פֿאָרט מען אויף צפֿון־מיזרח אויף אַ פּילגרים־נסיעה, ווי אַ גאַסט בײַ דער "נאַציאָנאַלער ייִדישע ביכער-צענטראַלע", קלעזקעמפּ, "יוגנטרוף", א״אַ. דער "ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל", אָנגעפֿירט דורך דער אַמביציעזער אָרגאַניזאַציע "קלעזקאַליפֿאָרניע", האָט אָבער באַוויזן, אַז דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע איז גאָר לעבעדיק. פֿונעם 12טן ביזן 15טן פֿעברואַר האָבן הונדערטער מענטשן זיך צונויפֿגעקליבן אין פּאַלאָ־אַלטאָ, אַ מין הויפּטשטאָט פֿונעם "סיליקאָן־טאָל", כּדי צו שפּילן, טאַנצן און גוט פֿאַרברענגען אויף ייִדיש.
"קלעזקאַליפֿאָרניע" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2003, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדיש־ציבור אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, און אַרויסצוברענגען די אוצרות פֿון ייִדיש פֿאַר אַ ברייטערן עולם. די אָרגאַניזאַציע שטעלט צונויף און גיט אַרויס אַ כּסדר וואַקסנדיק אַדרעסן־בוך, די "געלע זײַטלעך", וואָס איז כּולל די קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿון ייִדישע קלובן, לייענקרײַזן, מוזיקאַנטן, לערערס און לעקטאָרן. דערצו אָרגאַניזירט קלעזקאַליפֿאָרניע צוויי ייִדיש־סאַלאָנען, פֿאַר סטודענטן און פֿאַר די וואָס רעדן שוין ייִדיש ווי אַ וואַסער.
אָט דער קולטור־פֿעסטיוואַל איז דער זעקסטער, אָבער דער ערשטער זינט 2004, וואָס געדויערט מער ווי אַ מעת־לעת. לויט דזשודי קונאָפֿסקי, דירעקטאָר פֿון "קלעזקאַליפֿאָרניע", איז פּאַלאָ־אַלטאָ דאָס בעסטע אָרט צווישן סאַן־פֿראַנציסקאָ און סאַן־האָזיי און אַ קאַצנשפּרונג פֿון סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט. אַלע קאָנצערטן און לעקציעס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער אומאַפֿיליִיִרטער שיל "עץ־חיים", זייער נאָענט צו דער באַן־סטאַנציע "קעלטריין". מער ווי דרײַסיק לערערס און כּלי־זמרים, ווײַט און ברייט געקענט, האָבן געהאַלטן כּמעט נײַנציק וואַרשטאַטן וועגן מוזיק, טענץ, שפּראַך, ליטעראַטור, טעאַטער און פֿאָלקלאָר.
איינע פֿון די טעמעס פֿון דער סוף־וואָך־פֿײַערונג איז געווען דער שׂשׂון־ושׂימחה פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט. "אונדזער ציל", דערקלערט קונאָפֿסקי, "איז צו באַווײַזן, אַז מע קען שטאַרק הנאה האָבן פֿון דער ייִדישער קולטור. אפֿשר וועלן אונדזערע געסט מיטברענגען זייערע ייִדישע און ניט־ייִדישע פֿרײַנד אויף אונדזערע אונטערנעמונגען". "קלעזקאַליפֿאָרניע איז אַן אָרט, וווּ מע דאַרף ניט אַרומרעדן פּאָליטיק אָדער רעליגיע — מע קען זיך פּשוט פֿאַרווײַלן". פֿישל קוטנער, רעדאַקטאָר פֿון דעם "ביי" (http://www.derbay.org) און אַ דירעקטאָר פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן, האָט צוגעגעבן מיט האָפֿענונג בײַם "ייִדיש־טיש", אַז אַזעלכע כּלי־זמר־פֿעסטיוואַלן קענען "אַפֿילו צוציִען מענטשן צו דער ייִדישער שפּראַך גופֿא".
דער סוף־וואָך האָט זיך אָנגעהויבן מיט מנוחה. מע האָט געפּראַוועט שבת און געזונגען טראַדיציאָנעלע ניגונים און ייִדישע לידער, מיט דער חזנטע און זינגערין שאַראָן בערנשטיין. קען בליידי, אַ לעקטאָר פֿון בערקלי, און זכריה בעקער, קוראַטאָר פֿון יודאַיִסטיק־קאָלעקציעס אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט און געוועזענער הויפּט־ביבליאָטעקער בײַם ייִוואָ, האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן דער שפּראַך־אידעאָלאָגיע אין די חסידישע קהילות אין ניו־יאָרק. בײַם שטאַבקאָנצערט מוצאי־שבת האָבן די כּלי־זמרים זיך פֿאַרמאָסטן אין אַן אַזוי גערופֿענער "טאָרף־מלחמה": ערשטנס, האָט געשפּילט דער באַסיסט סטו בראָטמאַן צוזאַמען מיט דעם מאַנדאָליניסט דזשערי טעני, פֿידלערין דזשולי עגער און אַנדערע כּלי־זמרים פֿונעם מערבֿ־ברעג. דערנאָך האָבן די פֿאַרשיידן־מיניקע "מזרחים", דער קלאַרנעטיסט קרישטשאַן דוד, פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, זינגערין עלינאָר ריסאַ, טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, און האַרמאָניע־שפּילער דזשאַש האָראָוויץ, געשפּילט עטלעכע ייִדישע לידער און ניגונים פֿון גערמאַן גאָלדענשטיין ע״ה. אַן ערך 250 געסט זײַנען געקומען אויף דעם קאָנצערט און אַרומגעטאַנצט איבערן דיל מיט סטיוו ווײַנטרויב פֿון שיקאַגע, אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט און לערער אין קלעזקעמפּ.
דזשולי עגער לערנט מיט דער אָנהייבער־קאַפּעליע (פֿאָטאָ׃ דייל פּערלמאַן/"קלעזקאַליפֿאָרניע") |
זונטיק האָבן זיך אָנגעהויבן די וואַרשטאַטן. אין יעדן ווינקעלע האָט מען געקענט געפֿינען פֿאַרשיידן-אַרטיקע קלאַסן וועגן ייִדישער קולטור. אין אַ פֿול געפּאַקטן צימער לערנט פּראָפֿ’ נעמי זײַדמאַן, פֿון דער גראַדויִר־טעאָלאָגישער יוניאָן אין בערקלי, איר "פּראָוואָקאַטיוון" קורס "דער ייִדישער עפּיטאַף", וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע בית־עולמס, ווי למשל, דער "אַרבעטער־רינג" בית־עלמין. וועגן דעם דוחק אין אינפֿאָרמאַציע צו דער האַנט וועגן די וואָס זײַנען באַגראָבן אויף די ייִדישע בית־עולמס, באַמערקט זי: "מע פֿאַרשטייט ניט, אַז די דאָזיקע ערטער זײַנען טעקסטן". פּראָפֿ’ זײַדמאַן האָט אונטערגעשטראָכן דעם ווערט פֿון קבֿרים אין ייִדישע לימודים און די אויסדריקלעכקייט פֿון דעם וואָס איז אָנגעשריבן אויף ייִדישע מצבֿות. אין אַן אַנדער צימער לערנט האַרווי וואַרגאַ, אַ לערער און כּלל־טוער אין שטאָט, זײַן לעקציע וועגן די סאַמע וויכטיקסטע ווערטער אין "ייִנגליש", און ווי אַזוי דער פּשט פֿון די ווערטער האָט זיך געביטן בײַם אַריבערפֿירן זיי פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
אַ הויכפּונקט פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל איז אַ וווּנדערלעכע מוזיקאַלישע מערבֿ־ברעג־פּרעמיערע: דער טריִאָ "ווערעצקי־פּעס"–בראָטמאַן, זעגלשטיין, און האָראָוויץ — האָבן געשפּילט "די כּלי־זמר־שול", אַ קאָמפּאָזיציע אין פֿיר טיילן וואָס נעמט אַרײַן דעם רעליגיעזן כאַראַקטער פֿון כּלי־זמר־מוזיק. בראָטמאַן באַמערקט, אַז זײַן עקספּערימענטאַלע שאַפֿונג האָט אין זיך "מוזיקאַלישע און רוחניותדיקע אײַנדרוקן פֿון תּפֿילה", אַז די מאָטיוון קלינגען היימיש, אָבער מע קען זיי ניט דערקענען ספּעציפֿיש. געשטיצט דורך "קלעזקאַליפֿאָרניע" און דער שאַפֿערישער אַרבעט־פֿונדאַציע, איז די פּיעסע אַן אויספֿאַנטאַזירטער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, וואָס וואָלט מען געהערט אין די "פֿאַכמענישע שולן" בײַ די כּלי־זמרים אין מיזרח־אייראָפּע, ווען מע וואָלט געשפּילט נאָכן דאַוונען. "אין אָט דער קאָמפּאָזיציע קען מען דערטאַפּן די שיל וואָס אין איר וואָלטן מיר אַרײַנגעגאַנגען", זאָגט זעגלשטיין.
ניט געקוקט אויף די גרויסע און פֿילצאָליקע שטיינער אויפֿן וועג, האָבן די טרײַב-כּוחות פֿון "קלעזקאַליפֿאָרניע" — אַ קליינע דירעקטאָרנשאַפֿט און אַ שטאַב דרײַסיק שטענדיקע וואָלונטירן, אָן קיין שום צענטראַלן ביוראָ — מצליח געווען צונויפֿצופֿירן הונדערטער ייִדיש־ליבהאָבער פֿון איבערן שטאַט און אַפֿילו מחוץ זײַנע גרענעצן. די בלויע הימלען און וואַרעמע טעג זײַנען געווען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער פֿרייד, וואָס האָט געהערשט אין די קאָרידאָרן און קלאַסצימערן פֿון "עץ־חיים". לאָמיר האָפֿן, אַז דער פֿעסטיוואַל איז בלויז אַ פֿאָרשפּײַז פֿון דעם וואָס וועט פֿאָרקומען להבא אויף דער ייִדישער גאַס אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע.