|
הרבֿ יצחק ברײַטאָוויץ דריקט אויס זײַנע געדאַנקען בעת אַ פּאַנעל וועגן "כּלאים און גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען". רעכטס: די פֿאָרזיצערין, איוואָן מאַרזוק, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרטאָדאָקסישער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־אָרגאַניזאַציע "כּנפֿי־נשרים". לינקס: זעליג גאָלדען, דער קאַליפֿאָרניער אַדוואָקאַט, וועלכער פֿירט אַ קאַמף קעגן די הײַנטיקע קאָנטראָווערסאַלע מיטלען פֿון דער אַלפֿאַלפֿע־פּראָדוקציע |
Rivka Sack |
מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן 150 ייִדן, פֿון אַלע עלטערס, און פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שיטות, זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אָרגאַנישער ייִדישער פֿאַרם, "קים" ("קאַיאַם"), לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, צו פּראַווען שבת אין איינעם און צו הערן שיעורים אויף אַ טעמע, וואָס מע לערנט געוויינטלעך נישט אין די ייִדישע שולן: וואָס זענען די דינים אין דער תּורה, משנה און גמרא אין שײַכות מיט אַגריקולטור און פֿאַרמערײַ?
בײַ דער דרײַ־טאָגיקער געשעעניש, "תּורה, ערד און אַגריקולטור", וואָס "קים" האָט באַצייכנט ווי אַ "בית־מידרש", איז בלויז אַ קליינער טייל פֿונעם עולם טאַקע געווען ייִדישע פֿאַרמער. אַ סך אַנדערע זענען געווען רבנישע סטודענטן, רבנים און אַ גרויסע צאָל לערער — סײַ פֿון קינדער, סײַ פֿון דערוואַקסענע; יונגע לײַט אין די 20ער; משפּחות מיט קינדער, און אַפֿילו מענער און פֿרויען אין די 60ער. מ׳איז געקומען פֿון ניו־יאָרק, באָסטאָן, טעקסאַס, קאַליפֿאָרניע און דעם שטאַט וואַשינגטאָן.
וואָס האָט צוגעצויגן דעם פֿילפֿאַרביקן עולם צו אַזאַ סעמינאַר, בפֿרט, אַז די דינים וועגן ערדאַרבעט האָבן, אין תּוך, בלויז אַ שײַכות צו די פֿאַרמען אין ארץ־ישׂראל? "מענטשן זענען הײַנט באַזאָרגט מיט די מאָדערנע מיטלען, וואָס מע ניצט צו קולטיווירן די געוויקסן און די חיות וואָס זיי עסן; און ווי ייִדן, ווילן זיי אויך וויסן, וואָס איז דער צוגאַנג פֿון דער תּורה צו די ענינים?" האָט דערקלערט יקיר מאַנעלאַ, דער דירעקטאָר פֿון "קים".
דאָס איז געווען דאָס צווייטע יאָר, וואָס "קים" פֿירט דורך אַזאַ בית־מידרש, אָבער לויט דזשאָרדאַן וואָרנער, אַ 25־יאָריקער בחור פֿון באָסטאָן, איז דער איצטיקער בית־מידרש געווען אַ סך מער געראָטן. "עס זענען הײַיאָר געווען דרײַ מאָל אַזוי פֿיל מענטשן ווי פֿאַראַיאָרן, און דרײַ מאָל אַזוי פֿיל דורות!" האָט ער באַמערקט. ער אַליין האָט אַפֿילו געלערנט בחבֿרותא מיט דער באָבען פֿון זײַנעם אַ פֿרײַנד.
צווייטנס, האָבן וואָרנער און אַ צאָל אַנדערע באַטייליקטע באַמערקט, אַז די פּראָגראַם איז געווען זייער גוט אָרגאַניזירט. במשך פֿון די דרײַ טעג זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאַראַלעלע קורסן: איין קורס האָט פּרעזענטירט אַן איבערבליק פֿון אַלע פֿינף קאַפּיטלען אין דער משנה וועגן אַגריקולטור: "פּאה", וואָס לערנט די דינים וועגן איבערלאָזן אַ טייל פֿונעם תּבֿואה־פֿעלד פֿאַר די אָרעמע לײַט; "שמיטה" — די דינים אין שײַכות מיטן איבערלאָזן אומבאַאַרבעט די פֿעלדער יעדע זיבן יאָר; "ביכּורים" — די ערשטע צײַטיק־געוואָרענע פֿרוכטן, וואָס ייִדן פֿלעגן ברענגען שבֿועות אין בית־המיקדש, און נאָך צוויי מסכתּות.
דער צווייטער קורס האָט בלויז באַהאַנדלט איין טעמע — אָבער טאַקע טיף אַרײַנגעגריבלט אין דעם. די טעמע איז געווען "כּלאים" ("קלי־ײַ־ים") — די דינים וועגן פֿאַרשידענע פֿאַרבאָטענע צונויפֿמישונגען, ווי, למשל, דאָס פֿאַרפֿלאַנצן פֿאַרשידענע מינים זאָמען אין איינעם; דאָס צונויפֿפּאָרן איין מין חיה מיט אַ צווייטער (ווי, למשל, אַ פֿערד מיט אַן אייזל, וואָס דערפֿון ווערט געבוירן אַ מוילאייזל); דאָס צוטשעפּען איין געוויקס צו אַן אַנדערן, כּדי צו באַשאַפֿן אַ נײַ מין געוויקס; און דער פֿאַרווער צו טראָגן "שעטנז" — קליידער געמאַכט פֿון אַ געמיש פֿון לײַוונט און וואָל.
דער ציל פֿונעם סעמינאַר איז אָבער נישט געווען בלויז צו לערנען וואָס די תּורה זאָגט וועגן די אַגריקולטורעלע פֿירונגען, אָבער אויך צו פּרוּוון דערגיין, ווי וואָלטן די רבנים פֿון אַמאָל אויסגעטײַשט די קאָנטראָווערסאַלע פֿירונגען פֿון דער הײַנטיקער אַגריקולטור־אינדוסטריע, ווי למשל, די גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען?
איינער פֿון די רעדנער — זעליג גאָלדען, אַן אַדוואָקאַט פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ און דער גרינדער פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, "דער צענטער לטובֿת דער שפּײַז־זיכערהייט" — האָט דערציילט וועגן זײַן אייגענעם קאַמף קעגן דער הײַנטיקער פּראָדוקציע פֿון אַלפֿאַלפֿע — אַ געוויקס וואָס ווערט געניצט איבער דער וועלט ווי געפֿיטער.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט גאָלדען דערקלערט וועגן זײַן קאַמפּאַניע: די אַמעריקאַנער פֿירמע "מאָנסאַנטאָ" איז דער גרעסטער פּראָדוצירער פֿונעם הערביציד (אַ סובסטאַנץ וואָס דערהרגעט געוויקסן), וואָס הייסט "ראַונד־אַפּ". די וויסנשאַפֿטלער פֿון "מאָנסאַנטאָ" האָבן באַוויזן אײַנצושפּריצן אַ געוויסע באַקטעריע, וואָס האָט אַ ווידערשטאַנד צו "ראַונד־אַפּ", אין דער אַלפֿאַלפֿע. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער גענעטישער ענדערונג, קען איצט אויך די אַלפֿאַלפֿע זיך קעגנשטעלן דעם הערביציד. הייסט עס, אַז אַ פֿאַרמער קען באַשפּריצן אַלע זײַנע אַלפֿאַלפֿע־פֿעלדער, און אַלץ אַחוץ דער אַלפֿאַלפֿע וועט צעשטערט ווערן. "ראַונד־אָפּ" איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז הײַנט ניצן עס די אַלפֿאַלפֿע־פֿאַרמער איבערן גאַנצן לאַנד, כּדי אויסצוראָטן אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן, אַחוץ דער אַלפֿאַלפֿע.
"דער ענין האָט מיך אַזוי אויפֿגעבראַכט — האָט גאָלדען באַמערקט — אַז איך האָב אָנגעקלאָגט דעם דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור פֿאַר האָבן אומלעגאַל דערלויבט 'מאָנסאַנטאָ’ צו שאַפֿן אַ גענעטיש־געענדערטן מין אַלפֿאַלפֿע, אָן צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס וועט נישט שאַטן דער באַפֿעלקערונג און דעם סבֿיבֿה־מצבֿ."
דאָס פֿעדעראַלע געריכט האָט געפּסקנט, אַז גאָלדען איז גערעכט, און האָט פֿאַרווערט די גענעטיש־געענדערטע אַלפֿאַלפֿע ביז דער אַגריקולטור־דעפּאַרטאַמענט וועט פּרטימדיק נישט אַנאַליזירן די ווירקונג פֿון דעם גענעטיש מאָדיפֿיצירטן געוויקס אויפֿן סבֿיבֿה־מצבֿ, אויף די פֿאַרמער און אויף דער באַפֿעלקערונג בכלל. דער אַגריקולטור־דעפּאַרטאַמענט אַפּעלירט דעם ענין, און עס איז שוין דערגאַנגען אַזוי הויך, אַז אין אַפּריל וועט דאָס העכסטע געריכט פֿון לאַנד אים אויסהערן.
"די גענעטיש געענדערטע אַלפֿאַלפֿע איז אָבער נישט דער איינציקער בײַשפּיל פֿון אונדזער טענדענץ הײַנט קאַליע צו מאַכן די נאַטור," האָט יקיר מאַנעלאַ באַמערקט. "מע רעדט שוין אויך וועגן אַ פּלאַן איבערצופֿלאַנצן געוויסע גענען פֿון אַ חיה צו אַ געוויקס. למשל, מע וויל נעמען אַ גענע פֿון לאַקס — אַ פֿיש וואָס קען שווימען אין זייער קאַלט וואַסער — און עס אַרײַנשפּריצן אין טרוסקאַפֿקעס, כּדי די טרוסקאַפֿקעס זאָלן קענען בעסער אויסהאַלטן די פֿרעסט!"
אויף דער פֿראַגע, ווי וואָלטן חז״ל (די געלערנט פֿון דער משנה און גמרא) געפּסקנט וועגן גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען, האָט הרבֿ יצחק ברײַטאָוויץ, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער "וווּדסײַד־שיל" אין סילווער־ספּרינג, מערילאַנד, איבערגעגעבן אַן אינטערעסאַנטן שיעור.
"געוויסע ענדערונגען זענען דערלויבט לויט דער הלכה," האָט הרבֿ ברײַטאָוויץ דערקלערט. "מע מעג, למשל, צונויפֿפּאָרן צוויי מינים עפּל — אַ 'דעלישעס’ און אַ 'מאַקינטאָש’ — צו שאַפֿן אַ נײַעם סאָרט עפּל, אָבער אַן עפּל מיט אַ באַר — נישט, ווײַל זיי זענען נישט פֿונעם זעלבן מין."
דער רבֿ האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ווען עס רעדט זיך וועגן גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען בכלל, ווערט עס שוין אַ ברייטערער ענין. "מע קען אויסטײַטשן די הלכה אויף צוויי אופֿנים," האָט ער דערקלערט. "איין וועג איז צו זײַן טעכניש פּינקטלעך. פֿון אַ טעכנישן קוקווינקל, איז גאָרנישט דאָ אין דער תּורה וואָס פֿאַרווערט עס, ווײַל עס רעדט זיך וועגן גענען, וואָס זענען דאָך מיקראָסקאָפּיש — אַזוי קליין, אַז עס מאַכט נישט קיין אונטערשייד; און אויך ווײַל דער גענעטישער שטאָף קומט נישט דירעקט פֿונעם אָרגאַניזם, נאָר פֿון אַ קאָפּיע דערפֿון."
"אָבער אַ צווייטער אופֿן עס צו באַטראַכטן איז פֿונעם גײַסטיקן, פֿילאָסאָפֿישן קוקווינקל. די תּורה לערנט אונדז, אַז מיר דאַרפֿן אויפֿהאַלטן די אייגנאַרטיקייט פֿון אַלע מינים, פּונקט אַזוי ווי גאָט האָט זיי באַשאַפֿן. דערצו, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ סך אינעם אוניווערס, וואָס מיר פֿאַרשטייען נישט, און ווען מיר טשעפּען זיך צו דער אײַנגעוואָרצלטער סטרוקטור פֿונעם אוניווערס, קאָן עס האָבן ערנסטע קאָנסעקווענצן, וואָס מיר זענען נישט מסוגל פֿאָרויסצוזען."
די ענינים וואָס מע האָט אַרומגערעדט בײַם בית־מידרש האָבן אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע בײַם עולם, אַפֿילו בײַ די, וועלכע האָבן געהאַט אַ ספֿק, צי די פּרינציפּן פֿון דער באַוועגונג קעגן גענעטיש געענדערטע אָרגאַניזמען קען מען טאַקע באַזירן אויפֿן סמך פֿון דער תּורה.
"איך בין נאָך אַלץ נישט זיכער, צי די ייִדישע טראַדיציע שטיצט טאַקע אַזאַ באַוועגונג, צי נישט", האָט וואָרנער דערקלערט. "אָבער די געדאַנקען, וואָס ראַבײַ ברײַטאָוויץ האָט אַרויסגעזאָגט האָבן זיכער געמאַכט אַן אײַנדרוק."