וווּ נאָר ס׳גרייכט מײַן וואָרט, בין איך פֿאַראַן
אבֿרהם סוצקעווער,
פֿונעם בוך "וואַלדיקס", 1940
"דו האָסט דאָך זעונגען געזען וואָס ניט געזען האָט קיינער." און באמת: "באַוואַקסענע מיט קליינע פֿליגל שוועבט אַ מנין שטיינער / און איבער זיי דער שער־הרחמים איז ניט מער פֿאַרשלאָסן." ("לידער פֿון טאָגבוך", 1977) וואָס איז אַזוינס אומגעזענס אין דער דאָזיקער זעונג? דער געעפֿנטער שער־הרחמים?
אָבער דאָס איז גיכער עפּעס ניט־געזענס איידער אומגעזענס. אַוודאי — אַ מנין שטיינער, וואָס פֿליגן דאַווענען. וואָס האָט סוצקעווער געוווּסט וועגן אָט די שטיינער, וואָס האָט ער געזען?
ער האָט געוווּסט, אַז זיי ציטערן ווי האַרפֿעס אויפֿן האַרבסטיקן ווינט, אַז זיי זײַנען שפּיגלען פֿון דער אייביקייט, אַז זיי קאָנען ברענען און פֿאַרשטיינערט ווערן און שמייכלען, אַז זיי קאָנען הערן, אַז זיי זײַנען אויערן, אַז זיי האָבן ווענעס און אָדערן. פֿון וואַנען האָט ער דאָס געוווּסט? געזען? אַזוי ווי ער האָט געזען אין דעם נגבֿ דעם "וואַרשטאַט פֿון גאָר דער יצירה" און די "רויטהאָריקע שטעט" פֿונעם "געמוסקלטן פֿײַער", דעם פֿײַער־וואָגן איבערן באַרג קרמל, נאַפּאָלעאָנען און די פֿאַרפּעסטעטע זעלנער זײַנע אין דער אַלטער שטאָט יפֿו, די שיכּורע מאַטראָסן, "ביז ניט לאַנג פֿאַרזונקענע בײַם באָרטן פֿון איטאַליע", און דעם אויפֿלעבנדיקן קאַרקאַס פֿון שלמה המלכס אַ שיף אין אילת, די וואַסער־מוזיקער און טענצערינס אין תּל־אָבֿיבֿער פּאָרט, געזען דעם דור־המידבר פֿונעם שפּיץ פֿון סיני, און זײַן אייגענעם זיידן, ע״ה, ווי ער ציטערט פֿון ווינט אין אַ סמאָרגאָנער געסל? און אַ סך אַנדערע זאַכן.
דאַנטע, וואָס סוצקעווער האָט אים אַ מאָל פֿאָרגעלייגט: "מײַסטער פֿון גיהנום, צי ווילסטו זיך בײַטן אַ ווײַל מיט די גיהנומס?" אָבער דאַנטעס גיהנום איז פֿאַר אים פֿון דעסטוועגן געווען "נאָך אַלץ אַלעגאָריע". רעמבאָ? אָבער יענער, כּדי צו קענען דערזען דעם "סאַלאָן אויפֿן דנאָ פֿונעם אָזערע", האָט געדאַרפֿט זיך צוגעוווינען צו "געוויינטלעכע האַלוצינאַציעס" דורך פֿאַרשידענע מיטלען, בתוכם כעמישע.
די וויזיאָנערן פֿון מעשׂה־מרכּבֿה? אָבער סוצקעווער איז געווען אַ מיליטערישער קאָרעספּאָנדענט און אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ צײַטשריפֿט: דעם "וואַרשטאַט פֿון גאָר דער יצירה" און דעם רעדנדיקן צוויי־טויזנט־יעריקן בוים אין חצבֿ, און דעם אָרעם, וואָס "נעמט שטײַגן" "פֿון אוראַלטן ברונעם" אין באר־שבֿע, האָט ער געזען בעתן מיליטערישן אָנגריף פֿון די "פֿוקסן פֿון נגבֿ". דערבײַ האָט ער ניט געפֿאַסט, ניט מעדיטירט און ניט געמאַכט אַ מיסטעריעזן אָנשטעל מעשׂה אליהו־הנבֿיא.
פֿאַנטאַזיעס? "קיינער האָט מיך אָבער ניט געוואָרנט, איך זאָל זיך היטן פֿון ווערטער, וואָס זענען שיכּור פֿון יענוועלטיקע מאָנבלומען. דעריבער בין איך געוואָרן דער קנעכט פֿון זייער ווילן. און זייער ווילן קאָן איך ניט פֿאַרשטיין. און אַוודאי ניט דעם סוד צי זיי האָבן מיך ליב אָדער פֿײַנט. זיי פֿירן מלחמות אין מײַן שאַרבן ווי טערמיטן אין אַ מידבר [...] בײַ איינעם אָפּגעהאַלטן אַ נצחון, האָבן זיי, קענטיק, באַשלאָסן אײַנצונעמען פֿעסטונגען, וואָס קיין שום ווערטער האָבן ביז איצט ניט געקאָנט. בײַ מענטשן, בײַ מלאכים, און פֿאַר וואָס ניט בײַ שטערן? פֿאַרשיכּורט פֿון יענוועלטיקע מאָנבלומען שפּילט זייער פֿאַנטאַזיע." ("גרינער אַקוואַריִום", 1975)
מעטאַפֿאָרן? "אינעווייניק הוידעט זיך צו מיר אַ צווײַגל קלאַנגען, / אינעווייניק איז ניט קיין מעטאַפֿאָר טײַכן בלוט." איז וואָס זשע? "בלויז צו טרינקען מידבר / פֿונעם קריגל פֿאַר דער נאַכט, / בלויז צו טרינקען זעונג / און דערזען אין זיך די זעונג" ("פֿון אַלטע און יונגע כּתבֿ־ידן", 1982). איז ווער זשע? אפֿשר, מילטאָן? "צו פֿיר און פֿערציק יאָר [...] איז בלינד געוואָרן מילטאָן. / ס׳האָבן זײַנע ווערטער / זיך מיט אים געוואָלט אַ שפּיל טאָן: / וועט ער ליבן בלינדערהייט / אַ ׳בוים׳, אַ ׳הונט׳, אַ ׳רעגן׳? [...] געזוכט אין בלוט די שווימענדיקע זונען, / אָנצוצינדן שוואַרצע מירמלווערטער אין אַ סטראָפֿע. / ביז דער בלינדער מילטאָן / האָט די רעטעניש באַשיידן: / ער האָט אין בלוט געפֿונען / זײַן פֿאַרלוירענעם גן־עדן. [...] צו פֿיר און פֿערציק יאָר / בין איך געשלאָגן / מיט זעעוודיקייט. [...] וועל איך תּמיד זען אים / אין מײַע אָדערן, דעם בלינדן דור. / ביז איך וועל געפֿינען מײַן פֿאַרלוירענעם גיהנום.־־"
"אָדע צו דער טויב" איז דער סאַמע פֿאַרצווייפֿלטער פּרוּוו פֿון סוצקעווערן, דעם יורש פֿון "פֿאַרשוווּנדענע זעונגען", צו געפֿינען זײַן פֿאַרלוירענעם גיהנום. דאָס איז אַ זעונג אַ קלאַנגלעכע, אַן אותיותדיקע, אַ בוכטשעבלעכע, אַ זילביקע, אַ ווערטלעכע. גיכער אַ געהערטע איידער אַ געזעענע. אָדער אַ געזעענע דורך געהער (ווי עס איז געווען סוצקעווערס טבֿע). אָדער צוליב איר דאַרף מען זיך ניט שטעלן דאַווענען, ניט האַלוצינירן. מען באַדאַרף נאָר אַ בלעטל פּאַפּיר, געבראַכט דורך דער טויב, וועלכע ווערט אַליין מגולגל אין אָט דעם בלעטל. מען דאַרף נאָר אַ פֿאָך טאָן מיטן "צווײַגל קלאַנגען" אָדער מיטן פֿויגל־פֿליגל, כּדי צו דערמוטיקן די בלאָנקנדיקע ווערטער. און שוין קומען זיך צונויף "זילבערנע זילבן, צו קענען מײַן טײַבעלע קאָרמען." און שוין ווערט פֿון "ביינערנע קלאַנגען" געבויט אַ טעמפּל. "טײַבעלע, קינד פֿון דער קינדהייט, גיב לשון די ליפּן, גיב לשון, / הער דאָס געוויין פֿון די קלאַנגען, אַניט איז אַ חלום פֿאַרלאָשן..."
און שוין די גראַמען, ווי "אמתע קאַרשן אין ווערטער צעראַצן זײַן גומען ווי זעמדלעך." און שוין טאַנצט די נשמה "בײַם ראַנד פֿון לבֿנה". און שוין שפּרינגט דער טײַוול אַרויס פֿונעם פֿײַער, און דאָס ליכט ווערט גרוי, און "קינדער, ווי גאָלדענע פֿייגל, צעלייגט ער אַצינד" אין סקעלעטן, און "סם אויף די ליפּן פֿון קלאַנגען, זיי זאָלן פֿאַרסמען פּאָעטן", און "פּנימער שטעקן אויף העלדזער ווי שאָטנס פֿון העק אין דער נידער". די ערד און דער הימל ווערן "זומפּיק", און עס בלײַבט "בלויז אין די גלייביקע פֿינגער דאָס בלעטל פּאַפּיר דאָס פֿאַרהיטע". "ווייס איך: די טויב איז דאָס בלעטל, וואָס לאָזט ניט פֿאַרגליווערן פֿינגער, / ווערטער, ווי אייניקלעך, זאָלן געדענקען די צײַט פֿון באַצווינגער."
און דער מיצרישער מילשטיין פֿון דער זעונג דרייט זיך אַלץ שטאַרקער, און ער פֿאַרכאַפּט אין זײַן דרייען די גאַנצע וועלט. און דער קלאַנגלעכער כּוח פֿון דער וועלט האַלט אין איין וואַקסן, ער וואַקסט פֿון אַ "כוואַליקן און וואַלדיקן און וועלדיקן" ניגון ביז צו דעם געברום פֿון טרומייטן "אונטער גאָלדענע ריפּן", ביז צו דעם נבֿיאישן לייבנברום. און ער ווערט איבערגעריסן... "אונטער אַ בוים לעבן ים־סוף. די כוואַליעס דערקלינגען מײַן אָדע. / שטיל. אין זײַן שאָטן — אַ מילשטיין, געדרייט פֿון דער זון מיט התמדה" . מעוועס קרײַזן זיך אום איבערן ברעג פֿונעם ים. צי איז דאָס דער "אלף־בית פֿון צוויי און צוואַנציק פֿליגל"? ("די פֿידלרויז", 1974)