ייִדיש־וועלט
די שאָפּפֿלאָכער שיל אין 1910
די שאָפּפֿלאָכער שיל אין 1910

(ייִדיש — אין דער "געהיימער שפּראַך" פֿון שאָפּפֿלאָך)

K. Philipp. Lachoudisch, Geheimsprache Schopflochs. Verlag C. W. Wenng KG,
Dinkelsbühl, 1969

אַ נאָטיץ אונטערן קעפּל: "וועבזײַט וועגן אַ ייִדישן בית־עולם געווינט אַ פּריז", וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון 12–18 פֿעברואַר ה״י, דערציילט וועגן אַ געוויסער פֿרוי אַנגעליקאַ בראָזיג, אַ נישט־ייִדישע סאָציאַלע באַאַמטע פֿון דער בײַערישער שטאָט שאָפּפֿלאָך. זי איז געוואָרן פּרעמירט מיטן יערלעכן "אָבערמײַער־פּריז פֿאַר ייִדישער געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד", אין זכות פֿון אַ וועבזײַט, וואָס זי האָט געשאַפֿן מיטן ציל צו רעסטאַוורירן און דאָקומענטירן די מצבֿות אויפֿן ייִדישן בית־עלמין, וואָס איז געשענדעט און דעמאָלירט געוואָרן דורך די נאַציס בעת יענעם פּאָגראָם אין דער "קרישטאָלנאַכט" פֿון נאָוועמבער 1938. דער געדאָנק וועגן דעם איז אויפֿגעקומען בײַ דער דײַטשישער פֿרוי "נאָך דעם ווי איר באַקאַנטע, וועלכע האָט געוואָלט באַזוכן דעם ייִדישן בית־עולם אין איר היימשטאָט, האָט זיך צעוויינט דערזעענדיק די פֿאַרלאָזטע צעשעדיקטע קבֿרים" — ווי עס ווערט דערציילט אין דער דערמאָנטער באַשרײַבונג.

די דאָזיקע ידיעה, ווען איך האָב זי געלייענט אין "פֿאָרווערטס", האָט מיך דערמאָנט, אַז דער נאָמען שאָפּפֿלאָך האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אַ באַזונדער אָרט אין דער קוריאָזן־געשיכטע סײַ פֿון דעם ייִדישן לשון און סײַ פֿון דעם דײַטשישן ייִדנטום, און האָט שוין מיט אַ דרײַ צענדליק יאָר צוריק אַרויסגערופֿן מײַן נײַגעריקייט, וואָס האָט מיך דעמאָלט באַווויגן ווי אַ זשורנאַליסט זיך צו באַשעפֿטיקן מיט דער טעמע און צו באַשרײַבן דעם קוריאָז אין אַן אַרבעט, וואָס איך האָב פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטשריפֿט "בײַ זיך" נ’ 19, פֿון יאָר 1981. אָנגערעגט צו דעם האָט מיך דעמאָלט אַ קליינטשיק ביכעלע פֿון 47 קליינע זײַטעלעך, LACHOUDISCH, Geheimsprache Schopflochs — "'לאַכודיש’, די געהיימע שפּראַך פֿון שאָפּפֿלאָך", וואָס מײַנער אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון אַ באַזוך זײַנעם אין דײַטשלאַנד אין די שפּעטע 1970ער יאָרן.

שאָפּפֿלאָך איז אַ קליין שטעטעלע אין דײַטשישן פֿראַנקנלאַנד, וואָס שפּרייט זיך אויס אויפֿן דרום־מערבֿדיקן באַרגיקן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין בײַערן. דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך אויף דעם אַזוי גערופֿענעם "ראָמאַנטישן וועג", וואָס פֿירט פֿון נאָרדלינגען אַרויף אויף צפֿון קיין ראָטענבערג, אויפֿן מיטן וועג צווישן דעם אייבערן דונײַ און דעם מײַן, בערך אַ זעכציק קילאָמעטער אויף מערבֿ פֿון נירנבערג.

די אַלע נעמען האָבן זיך אַרײַנגעשריבן סײַ מיט ווירדיקע און סײַ מיט טראַגישע וועגצייכנס אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, ווי אויך אין די שאַנדבלעטער פֿון דײַטשישן רײַך. אַ וועלכע 150 קילאָמעטער אויף צפֿון־מיזרח פֿון שאָפּפֿלאָך ליגט די שטאָט באַמבערג, וועלכע איז באַרימט מיט איר גאָטישער קאַטעדראַלע און מיט אירע ראָמאַנעסקישע אויספֿינדונגען. דאָ איז אַ מאָל, שוין אין פֿריִען מיטל-אַלטער, געווען אַ גרעסערער ייִדישער ייִשובֿ, וואָס זײַן געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן כּמעט מיט די בלוטיקע גוואַלט־ און שמד־רדיפֿות אין דער צײַט פֿון דעם ערשטן קרייצצוג אין 1096, און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט דער היטלערישער אויסראָטונגס־מלחמה אין די אָנהייב פֿערציקער יאָרן. די ייִנגסטע מצבֿות אויפֿן ייִדישן בית־עולם פֿון שאָפּפֿלאָך זענען פֿון יאָר 1936, און ביז דער "קרישטאָלנאַכט" זײַנען געווען גוט אָפּגעהיטן די מצבֿות, וואָס גרייכן צום 17טן יאָרהונדערט. זיי זײַנען אָבער געוואָרן דעמאָלירט און באַשעדיקט אין דער כוואַליע פֿון די באַרבאַרישע פּאָגראָמען אין נאָוועמבער 1938.

* * *

די נאַצישע בעסטיע, וועלכע האָט מיט דער הילף פֿון שײַטערהויפֿנס געוואָלט פֿאַרניכטן יעדן גײַסטיקן זכר פֿון ייִדישן פֿאָלק נאָך איידער זי איז צוגעטראָטן צו זײַן פֿיזישער אויסראָטונג — האָט אָבער נישט באַוויזן צו פֿאַרווישן אַלע שפּורן פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער השפּעה אין אייראָפּע, דערונטער אויך אין דײַטשלאַנד גופֿא.

איינער פֿון די דאָזיקע לעבעדיקע שפּורן איז — דאָס ייִדישע לשון, וואָס ווערט נאָך הײַנט גענוצט אין אַזאַ אָדער אַנדערער פֿאָרעם אין געוויסע טיילן פֿון דײַטשלאַנד, אין פֿאַרוואָרפֿענע שטעטלעך, וווּ ייִדיש איז געבליבן דער זכר נאָכן פֿאַרטיליקטן ייִדישן פֿאָלק. עס איז טאַקע באַוווּסט, אַז דײַטשישע לינגוויסטן פֿאַראינטערעסירן זיך אַלץ מער און מער מיט דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג און אירע אַלטע מקורות אין זייערע פֿאָרשונגען וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די גערמאַנישע שפּראַכן און דיאַלעקטן אין די פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון דער געשיכטע.

עס ווערט צוו״אַנד דערציילט, אַז אין אייניקע דערפֿער אין דער געגנט פֿון באַמבערג באַנוצט מען זיך נאָך הײַנט מיט געוויסע פֿאָרמען פֿון דער העברעיִשער גימטריא, אָדער ווייניקסטנס מיט העברעיִשע אותיות ווי ציפֿערן — ווי אַ שפּראַכשיפֿער פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער. אָבער אַ סך מער באַטײַטיקע שפּורן פֿון זייער שפּראַכלעכן אוצר האָבן געירשנט פֿון די ייִדן די דײַטשע אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך, וווּ ייִדיש איז געווען אַ לעבעדיקע באַנוצטע שפּראַך בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען עס האָבן דאָרט געלעבט אַ גרעסערע צאָל ייִדן — זעט אויס, צוגעוואַנדערטע פֿון די אַרומיקע דערפֿער. אין דעם דערמאָנטן קליינעם ביכעלע פֿון 47 זײַטלעך, וואָס איז דערשינען אין דינקעלסביל נאָכן יאָר 1969, געפֿינען מיר אויף פֿיר זײַטעלעך אַ מוסטער פֿון אַ קליינעם שמועס אויף 'לאַכודיש’ און 21 פֿון די 47 זײַטלעך פֿאַרנעמט דער ווערטערבוך פֿון 'לאַכודיש’ — ווי עס ווערט אָנגערופֿן די שפּראַך, מיט וועלכער עס האָבן זיך באַנוצט די תּושבֿים פֿון יענער געגנט. זי ווערט, ווי געזאָגט, באַצייכנט ווי "די געהיימע שפּראַך פֿון די אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך", — אַ לשון, מיט וועלכן די זקנים פֿון דעם שטעטל פֿלעגן זיך באַנוצן אין זייערע שמועסן צווישן זיך, ווי אויך אויף אויסצובאַהאַלטן זייערע כּוונות פֿאַר פֿרעמדע…

עס איז נאַטירלעך, אַז ווען אַ קליינע מינדערהייט באַנוצט זיך מיט אַן אויסטערלישער שפּראַך, ווערט זי אין באַוווּסטזײַן פֿון דער מערהייט־סבֿיבֿה אויפֿגענומען ווי אַ "געהיימע שפּראַך", און עס ווערט איר געוויינלעך צוגעשריבן די דאָזיקע אייגנשאַפֿט פֿון וועלן "אויסבאַהאַלטן זייערע כּוונות פֿאַר פֿרעמדע". די דאָזיקע כּוונה איז אויך צוגעשריבן געוואָרן די ייִדן אין זייערע קאָמפּאַקטע ייִשובֿים אין אַשכּנז, ווען זיי האָבן זיך באַנוצט מיט לשון־ייִדיש, און אויך מיט דער ייִדישער אײַנוואַנדערונג אין די אויפֿקומענדיקע ייִשובֿים לענג־אויס דעם רײַנוס און צווישן דעם דונײַ און דעם מײַן אין 11טן און 12טן יאָרהונדערט. אונדז אינטערעסירט אָבער אין דעם מאָמענט די פֿראַגע, ווי אַזוי עס האָט זיך אויפֿגעהאַלטן דאָס ייִדישע לשון אין דער "געהיימער שפּראַך פֿון שאָפּפֿלאָך", וועלכע ווערט אויך באַצייכנט מיט דעם ייִדיש־קלינגענדיקן נאָמען לאַכודיש.

דאָס קליינע דײַטשישע ביכעלע, אין וועלכן עס ווערט געמאַכט די דאָזיקע אַנטפּלעקונג, גיט אַן אַרײַנבליק אין דעם זעלטענעם שפּראַך־אינדזעלע אין דעם מיטל־פֿראַנקישן רוים, ווי עס באַצייכנט דאָס אין זײַן פֿאָרוואָרט דער מחבר אַליין, אַ געוויסער ק. פֿיליפּ. ער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר די לייענער, ווי אַ יוגנט־אינסטרוקטאָר, וועלכער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער אויסטערלישער דערשײַנונג, קומענדיק אַרבעטן צווישן דער יוגנט אין דעם אָרט. ער האָט באַשלאָסן זיך צו ווידמען דעם אויפֿקלערן די דאָזיקע דערשײַנונג — אָן שום וויסנשאַפֿטלעכע פּרעטענזיעס, פּונקט ווי אויך דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות איז נישט קיין מומחה אין דער שפּראַכפֿאָרשונג און ער באַציט זיך צו דעם ענין נאָר אינפֿאָרמאַטיוו, ווי צו איינער פֿון די קוריאָזן פֿון אונדזער געשיכטע.

דער עצם-נאָמען פֿון אָט דער "געהיימער שפּראַך" איז, ווי עס מיינט דער מחבר, אַ געמיש פֿון העברעיִש, ייִדיש, "ראָטוועלש" (וואָס ווערט אין דעם "פֿאָלקס־בראָקהאַוס"־ווערטערבוך באַצייכנט ווי די שפּראַך פֿון בעטלערס און שווינדלערס) מיט אייגענע לאָקאַלע שפּראַכשאַפֿונגען, און באַציט זיך אין אַ געוויסער מאָס צו "לוסנעקודיש", וואָס מיינט: לשון־קודש.

מיט ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש און וואָס זענען מיט דער צײַט געוואָרן פֿאַרייִדישט דורך זייער גראַמאַטישער און סעמאַנטישער קאָנסטרוקציע, איז דורכגעפֿלאָכטן די גאַנצע שפּראַך, מיט וועלכער עס האָבן זיך באַנוצט די אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך. אַזוי, למשל, געפֿינען מיר דאָרט אַזעלכע ווערטער ווי: אַכילע און אַכלען (פֿון "אַכילה"), דאַלעס (דלות), אַסקענע (פֿון "עסק" — האַנדלען), באַיעס (בית), בעהעימע (בהמה), בוסער ("בשׂר" — פֿלייש), דעשע ("דשא" — גראָז), בסאָל ("בזול" — ביליק), דאַלפֿענע ("דלפֿון" — בעטלען), עלגעלע ("עגל" — אַ קאַלב), גאַיפֿע ("גאווה" — שטאָלץ), גאָיע ("גויה" — אַ מיידל), און גאָיעם (קריסטן), חאַקל־פּאַקל ("הכּל-בכּל" — אַלץ), האַנוע (הנאה), אישע ("אישה" — אַ פֿרוי), יופֿן (פֿון "יפֿה" — שיין), מאַיעם ("מים" — וואַסער), יאַיעם סאָרעף ("יין-שׂרף" — שנאַפּס), אַ שייכעטס ("שײַכות" — אַ פֿרײַנד), יום (טאָג), קאַיעס ("חיות", "חיים" — לעבן), קושער ("כּשר" — ריין), לאַילאָ ("לילה" — נאַכט), לעפֿאַיע (לוויה), שלאַמאַסל (שלימזל), אורעם (פֿון "ערום" — נאַקעט), שמירע ("שמירה" — היטן, שטיין אויף דער וואַך), מאַשבועכע (משפּחה), קאַצעפֿע (קצבֿ), רעבאַך (רווח), נאַקעיפֿע ("נקבֿה" — מיידל), רעפֿעס ("רפֿת" — שטאַל), רעלאַימער (פֿון "רגלים" — פֿיס), טאַנגעאָול (פֿון "תּרנגול" — אַ האָן) א״אַנד.

אין דעם ווערטערבוך, וואָס ווערט געברענגט אין דעם ביכעלע, פֿאַרנעמען די דאָזיקע ווערטער פֿון העברעיִשן מקור אַ היפּשן חלק אין דעם "לאַכודישן" שפּראַך־אוצר, וואָס אַנטהאַלט אויך אַזעלכע ריין העברעיִשע ווערטער, ווי מלמד, מנוחה, ראָש, ראָש־השנה, שלום א״אַ; אויך אַזעלכע אַראַמעיִשע אויסדרוקן, ווי שונרא — אַ קאַץ, און עכט ייִדישע ווערטער — "געווינערין" (אַ הייבאַם), "שמועסן" (פֿאַרמיטלען), "מאָדל" (אַ מיידל), "פֿערשידוכט" — חתונה געמאַכט, "פֿערמאַסערן" — רעדן לשון־הרע; און מיטן וואָרט "טומע" — פֿון "טומאה" — ווערט אין דער "לאַכודישער" שפּראַך באַצייכנט אַ קירכע, אַ קלויסטער, נישט געקוקט דערויף, וואָס די אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך זענען געוויינטלעך פֿרומע קריסטן. זיי האָבן אָבער זיכער נישט געוווּסט וואָס דאָס וואָרט "טומע" באַטײַט אויף העברעיִש...

פֿון די בערך 2,000 אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך האָבן די ייִדן באַטראָפֿן איין דריטל בײַם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט. הגם פֿון זיי, פֿון די ייִדן, האָבן דאָס די אײַנוווינער פֿון אָט דעם קליינעם שטעטל (אָדער גרויסן דאָרף) געירשנט אָט די שפּראַך און זי פֿאַרוואַנדלט אין זייער מאַמע־לשון, און כאָטש דער מחבר האָט זיך באַנוצט מיט עטלעכע ייִדישע ווערטערביכער פֿאַר זײַן פֿאָרשונג, ווערט אָבער וועגן די ייִדן זייער ווינציק דערציילט אין אָט דער בראָשור פֿון דעם דײַטשן יוגנט־אינסטרוקטאָר. קיין וואָרט נישט וועגן זייער גורל אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט — אויסער דער איינציקער פֿיל־באַטײַטיקער באַמערקונג, אַז די לעצטע מצבֿה אויף דעם ייִדישן בית־עולם איז, ווי דערמאָנט, פֿון יאָר 1936.

מאַקעט פֿון דער קומעדיקער שיל אין שאָפּפֿלאָך, 2009
מאַקעט פֿון דער קומעדיקער שיל אין שאָפּפֿלאָך, 2009
Angelika Brosig

דעריבער איז אויך נישט קלאָר, צי מיינט ער אויך די ייִדישע תּושבֿים פֿון שאָפּפֿלאָך ווען ער דערציילט, אַז אין משך פֿון דרײַ פֿערטל פֿון יעדן יאָר פֿלעגט אַ האַלבע באַפֿעלקערונג פֿון דעם שטעטל אַרומוואַנדערן איבער פֿרעמדע און ווײַטע מקומות, זוכנדיק פּרנסה. די עיקרדיקע פּרנסה פֿון די שאָפּפֿלאָכער איז, בכן, געווען — האַנדל. אַ קלענערער טייל פֿון די וואַנדערנדיקע אײַנוווינער האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט בוי־אַרבעטן, וואָס זיי האָבן אויסגעפֿירט אין דער פֿרעמד.

פֿון אָט די וואַנדערונגען פֿלעגן די הענדלערס און די מויערער־געזעלן אַהיימברענגען אויף ווינטער נישט נאָר זייערע פֿאַרדינסטן און כּלערליי פּראָדוקטן, אָבער אויך — פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעכאַפּט אויף די וועגן — פֿון פֿאַרשיידענע דײַטשע געגנטן, ווי אויך פֿון ציגײַנער און פֿון ייִדן.

דער מחבר פֿאַררופֿט זיך אויף אַ כראָניק פֿון 1860טן יאָר, אין וועלכער עס ווערט געשילדערט דער ספּעציפֿישער, יוצא־דופֿנדיקער כאַראַקטער פֿון די אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך, ווי אַזוי זיי פֿלעגן זיך אין פֿרילינג אַרויסלאָזן מיט פֿולע וועגענער אָדער מיט גרויסע קאָרבן אויף די קעפּ, פֿירנדיק מיט זיך יעטוועדע מעגלעכע סחורה צו פֿאַרקויפֿן אָדער אויסצובײַטן.

לויט דער פֿעסטשטעלונג פֿון דעם מחבר האָבן דאָס די אײַנוווינער פֿון שאָפּפֿלאָך געלערנט בײַ זייערע ייִדישע שכנים, וועלכע האָבן זיך דאָ באַזעצט נאָך אין פֿריִען מיטל-אַלטער. באַזעצט האָבן זיי זיך, אייגנטלעך, נישט אין דער שטאָט גופֿא, ווײַל דאָס איז זיי געווען פֿאַרבאָטן. לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿון די פֿעאָדאַלע הערשער האָבן די ייִדן אויך נישט געטאָרט פֿאַרבלײַבן צווישן די שטאָטישע מויערן נאָך 6 אַ זייגער אין אָוונט. כּדי צו קענען גיך אָנקומען אויפֿן מאַרק נאָכן עפֿענען אינדערפֿרי די טויערן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי זיך באַזעצט אין דער נאָענטער שכנות פֿון דער שטאָט, און פֿון דאָרטן האָבן זיי געפֿירט דעם האַנדל, צו וועלכן זיי זענען געוואָרן געצוווּנגען — ווײַל אַלע אַנדערע באַשעפֿטיקונגען זענען געווען פֿאַרווערט. לויט דעם אַ״ג "עטינגיש־שפּילבערגישן יודענשוץ-בריוו" פֿון יאָר 1785, איז דערלויבט געוואָרן ייִדן זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַקער און מיט ערדאַברעט נאָר אין אויסנעמפֿאַלן — און דאָס אויך אונטערן באַדינג, אַז דאָס טאָר נישט זײַן פֿאַר זיי דאָס איינציקע מיטל פֿאַרן לעבנס־אויפֿהאַלט. אַלע אַנדערע מלאָכות זענען פֿאַר ייִדן געווען שטרענג פֿאַרבאָטן — אויסער דעם האַנדל, אין אײַנקלאַנג מיט דעם צעכן־געזעץ, די אַזוי גערופֿענע "צונפֿטפֿערפֿאַסונג".

דעם צווייטן בײַשטײַער צו דער "לאַכודישער געהיימער שפּראַך", וואָס ווערט גערעדט אין שאָפּפֿלאָך האָבן אַרײַנגעברענגט, ווי געזאָגט, די מויערער־געזעלן, וועלכע פֿלעגן זיך אָנבאָטן צו פֿאַרשיידענע בוי־אַרבעטן אין דער פֿרעמד. זיי האָבן, צווישן אַנדערן, געאַרבעט בײַם בויען דעם יוסטיץ־פּאַלאַץ אין נירנבערג, ווי אויך בײַם בויען די קלויסטערס און קאַטעדראַלעס אין פֿאַרשיידענע דײַטשע "לענדער" און אַפֿילו אויף דער צווייטער זײַט פֿון דעם רײַן און אויף צפֿון פֿון מײַן. פֿון דאָרט, פֿון דער פֿרעמד, האָבן זיי אַהיימגעברענגט כּלערליי אָרטיקע דיאַלעקטן און לאָקאַלע אויסדרוקן, וואָס שטאַמען פֿון דער ציגײַנער־שפּראַך און פֿון דעם אַ״ג "ראָטוועלש", וואָס איז אַליין אַ געמיש פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן און דיאַלעקטן. (וואָס שייך דעם צושטײַער פֿון דער ציגײַנער־שפּראַך זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות צווישן די פֿאָרשער).

זיגמונד וואָלף, דער מחבר פֿון דעם "ייִדישעס ווערטערבוך", ווי אויך פֿון דעם "גראָסעס ווערטערבוך פֿון דער ציגוינערשפּראַכע", איז בײַ דער מיינונג, אַז "לאַכודיש" איז זייער ענג פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און אַ סך וואָרט-עלעמענטן פֿון דער דאָזיקער שפּראַך שטאַמען טאַקע פֿון ייִדיש, הגם דער ייִדיש־רעדנדיקער מענטש וועט נישט לײַכט קענען פֿאַרשטיין אָט דאָס לשון אין מויל פֿון אַן אָריגינעלן שאָפּפֿלאָכער תּושבֿ. "לאַכודיש" באַדינט זיך מיטן ייִדישן שפּראַך־אוצר, ווי אַ טייל פֿון די פֿאַרשיידענע שפּראַכלעכע מקורות.

אָבער פּונקט אַזוי ווי ייִדיש פֿאַר די ייִדן פֿון אַשכּנז און שפּעטער פֿון מיזרח־אייראָפּע — אַזוי האָט אויך די פֿון ייִדיש אַרויסגעוואַקסענע שפּראַך "לאַכודיש" געהאָלפֿן אויפֿהאַלטן דעם באַזונדערן לעבנס-אָרט און קאָלעקטיוון כאַראַקטער פֿון דעם דײַטשן שטעטל שאָפּפֿלאָך, וואָס טיילט זיך אויס פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה, און וואָס האָט אויך אײַנגעזאַפּט אין זיך אַ היפּשן חלק פֿון דער פֿאַרטיליקטער ייִדישער ירושה.

אַזוי ווי די אײַנוווינער פֿון באַמבערג, באַנוצן זיך אויך די שאָפּפֿלאָכער מיט די אותיות פֿון העברעיִשן אַלף־בית ווי ציפֿערן און צו מאַכן חשבונות. און אַז זיי ווילן זאָגן, אַז זיי האָבן נישט קיין געלט, זאָגן זיי עס אויף "עכט לאַכודיש": "מאַססוממען לאַאַף", וואָס באַטײַט — מזומן לאו… אָבער ניט נאָר די ציפֿערן און די טעג פֿון דער וואָך ("יאָום אַלף", "יאָום בעיס", "יאָום גיממל" אאַז״וו) האָבן די שאָפּפֿלאָכער גענומען פֿון העברעיִש, נאָר אויך די נעמען פֿון די חדשים, מיט לײַכטע ענדערונגען, אַזוי ווי די חדשים פֿון ייִדישן קאַלענדאַר:

יאַנואַר — שאַר (אַנשטאָט שבֿט)

פֿעברואַר — אַדדאַר (אָדר)

מאַרץ — ניסן

אַפּריל — איטטער (אַנשטאָט אייר)

מאַי — שוואַן (סיון)

יוני — טאַממס (תּמוז)

יולי — אַאַף (אָבֿ)

אויגוסט — עלוללי (אלול)

סעפּטעמבער — טישרי (תּשרי)

אָקטאָבער — קעוואַנטי (חשוון)

נאָוועמבער — קיסליף (כּסלו)

דעצעמבער — טעפֿפֿעס (טבֿת)

* * *

אָט אַזוי האָט זיך פֿאַרוואָרצלט און אויפֿגעהיט דער ייִדישער מקור אין אָט דעם דײַטשן גילגול אין דעם קליינעם שטעטל שאָפּפֿלאָך, איינע פֿון די סטאַציעס אויף די קרייצוועגן פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אייראָפּע. צוזאַמען מיט דער שפּראַך, האָט אין אָט דער אָרטשאַפֿט זיך אויסגעבילדעט אַ מין באַזונדערער שבֿט מיט באַזונדערע עטנישע אייגנשאַפֿטן און כאַראַקטער־ שטריכן, מיט אַ באַזונדערער עטנישער געשיכטע. און צוזאַמען מיט דער באַזונדערער, אייגנטימלעכער שפּראַך, און טאַקע אַ דאַנק איר האָט דער שבֿט פֿון שאָפּפֿלאָך מצליח געווען אויפֿצוהאַלטן זײַן אייגנטימלעכע מענטאַליטעט, זײַן ספּעציפֿישן הומאָר, זײַן פֿאָלקלאָר און זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס ווערט דורך אָט דער שפּראַך איבערדערציילט און איבערגעגעבן פֿון דור צו דור.