הומאָר

דערציילונג

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר.

די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן...

אין איינעם אַ טאָג האָט מען אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשן, דעם דירעקטאָר פֿון פּראָמקאָמבינאַט, אַרויסגערופֿן אין ראַיקאָם און דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אינדוסטריעלן אָפּטייל זאָגט אים: "דער צענטראַל־קאָמיטעט האָט באַשטימט, אַז די בילדונג פֿון די, וואָס פֿירן אָן מיט אונטערנעמונגען דאַרף זײַן ניט ווייניקער ווי צען קלאַסן און דערפֿאַר מוזסטו גיין זיך לערנען, ווי אַן עקסטערן אין דער שטעטלדיקער מיטלשול און באַקומען אַ מאַטורע־אַטעסטאַט". ניטאָ קיין ברירה — די באַשטימונגען זײַנען דאָך פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, מוז מען פֿאָלגן!

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש הייבט אָן שטודירן אין דער עקסטערן־שול. דאָס לערנען גייט אים גרינג. שווערער איז עס געווען פֿאַר די לערערס פֿון דער שול. זיי, די לערערס, פֿלעגן לויט אַ רשימה פֿון די לימודים, קומען צו אים אין דירעקטאָר־קאַבינעט, און ווײַזן, וואָס פֿאַר אַ טעמעס פֿון די לערנביכער דאַרף ער לערנען, דערקלערן פֿאַרשיידענע קאַפּיטלען פֿון פֿיזיק, מאַטעמאַטיק... דער לערער איז געזעסן לעבן אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשן און ער, אין דער זעלבער צײַט, פֿלעגט טאָן נאָך עטלעכע זאַכן: ריידן מיט עמעצן טעלעפֿאָניש, פֿאָדערן דעם "פּלאַן" פֿון זײַנעם אַן אַרבעטער, וואָס איז געשטאַנען פֿאַר זײַן טיש, שרײַען עפּעס צו זײַן סעקרעטאַרשע, וואָס איז געזעסן אין פֿאָדער־צימער פֿונעם קאַבינעט. אַוודאי, די לערערס פֿלעגן פֿאַר זייער שווערער אַרבעט באַקומען פֿון אים פֿאַרשיידענע מתּנות צי פּשוט געלט. פֿון דעסטוועגן פֿלעגט ער מוזן פֿון צײַט צו צײַט קומען אין שול צו שרײַבן אַ קאָנטראָל־אַרבעט, צי אַ דיקטאַנט אויפֿן לימוד פֿון דער רוסישער שפּראַך.

די רוסישע שפּראַך, פֿאַר די ייִדן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן בײַ די רומענער, איז געווען אַ גרויסע פּראָבלעם. הייסט עס, ריידן רוסיש האָט מען זיך, מער ווייניקער, אויסגעלערנט, נאָר גראַמאָטנע שרײַבן אויף רוסיש — בלויז יחידים. און דאָס ריידן איז אויך געווען אַ געמיש פֿון ייִדישע, רומענישע און רוסישע ווערטער. אונדזערע ייִדן האָבן געקענט דרײַ שפּראַכן און גערעדט אויף איינער — אַ געשמעלץ פֿון אַלע דרײַ, צי בעסער געזאָגט: אַ צימעס פֿון דרײַ שפּראַכן. "אײַ, וועזוט אַ פֿייגעלע נאַ דערעווע?" — איז אַ פֿראַזע פֿון דער דאָזיקער צימעס־שפּראַך. "אײַ וועזוט" הייסט אויף רומעניש — "האָסטו געזען". דאָס "פֿייגעלע" — איז אונדזער ייִדיש וואָרט, און "נאַ דערעווע" — "אויפֿן בוים", איז רוסיש. אויף דער דאָזיקער — "אײַ־וועזוט־אַ־פֿייגעלע־נאַ־דערעווע־שפּראַך", האָבן זיך די ייִדן זייער גוט אײַנפֿאַרשטאַנען און ניט געוווּסט, אַז די רוסישע שפּראַך איז פֿאַר זיי אַ פּראָבלעם. אַפֿילו דער געהער בײַ די ייִדן איז געווען אָנגעשטעלט אויף אויפֿצונעמען דרײַ שפּראַכן מיט אַ מאָל. און אויב אַן אמת רוסיש וואָרט האָט געקלונגען ווי אויף ייִדיש, פֿלעגט מען מיינען, אַז דאָס איז אַ ייִדיש וואָרט און פֿאַרשטיין גאָר ניט דאָס, וואָס אַ רעדנער מיינט. טאַקע דורך דער דאָזיקער שפּראַך האָט זיך פֿאַרקריצט אין זכּרון פֿון די שטעטלדיקע ייִדן אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשעס לערנען אין דער שול.

בײַ אַ דיקטאַנט פֿון דער רוסישער שפּראַך אינעם טעקסט וואָס די לערערין האָט אים דיקטירט איז געווען אַזאַ פֿראַזע: "פּאָדזאַראַבאָטאַל אי פּאָדזאַקוסיל" וואָס מיינט — "כ׳האָב צוגעאַרבעט האָב איך צוגעביסן". אַבֿרהם זלמנס האָט כּמעט אויטאָמאַטיש, אַפֿילו ניט טראַכטנדיק, אָנגעשריבן: "פּאָץ זאַראַבאָטאַל אי פּאָץ זאַקוסיל". דורך דער פֿראַזע, וועלכע מע פֿלעגט שוין שפּעטער בײַ אונדז ציטירן, ווי אַ שפּריכווערטל, איז ער אַרײַן, קאָן מען זאָגן, אין דער געשיכטע פֿון דער עקסטערן־שול. ווען אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש האָט פֿאַרענדיקט דאָס לערנען, איז צו אים אין קאַבינעט געקומען דער דירעקטאָר פֿון דער שול און אין אָנוועזנהייט פֿון די קאַנטאָר־אַרבעטער דערלאַנגט אַבֿרהמען דעם מאַטורע־אַטעסטאַט. אַלע האָבן געפּלעסקעט און דערנאָך געמאַכט "אַ לחיים". פֿאַרשטייט זיך, אַז דער דירעקטאָר פֿון דער עקסטערן־שול איז אַהיימגעגאַנגען מיט אַ שיינער מתּנה. דער נאַטשאַלניק פֿונעם קאַדרען־אָפּטייל האָט פֿאַרשריבן אין אַבֿרהמס אַרבעטס־קאַרטל, אין דער שורה בילדונג: "מיטל־בילדונג".

איין טאָג האָט מען אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשן אַרויסגערופֿן אין ראַיקאָם. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אינדוסטריעלן אָפּטייל זאָגט אים: "דער צענטראַל־קאָמיטעט האָט באַשטימט, אַז די בילדונג פֿון דירעקטאָרן דאַרף זײַן ניט ווייניקער ווי מיטל־ספּעציעלע בילדונג מוזסטו זיך גיין לערנען אין אַ טעכניקום, ווי אַן עקסטערן און באַקומען אַ דיפּלאָם". ניטאָ קיין ברירה — אַז די קאָמוניסטישע פּאַרטיי באַשטימט, מוז מען פֿאָלגן!

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז אָנגעקומען אין דעם קעשענעווער טעכנאָלאָגישן טעכניקום. דאָס לערנען האָט זיך אים געגעבן גרינג. די קאָנטראָל־אַרבעטן פֿאַרן טעכניקום, פֿלעגן מאַכן פֿאַר אים די לערערס פֿון דער שול, פֿאַרשטייט זיך, ניט אומזיסט, פֿאַר צען רובל אַ קאָנטראָל־אַרבעט. דאָך, צוויי מאָל אין יאָר האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן אויף לערן־סעסיעס, אָפּגעבן עקזאַמענס, אויספֿילן לאַבאָראַטאָר־אַרבעטן. צו די סעסיעס האָט ער זיך "געגרייט": פֿאַרן פֿאָרן קיין קעשענעוו פֿלעגט ער שיקן זײַן שאָפֿער אין אַ פּאָר קאָלכאָזן, וווּ די אָנפֿירערס זענען געווען זײַנע, אַבֿרהמס, גוטע פֿרײַנד, און דער שאָפֿער האָט אײַנגעקויפֿט פֿאַר גאָר נידעריקע פּרײַזן: הינער, רינדערן פֿלייש, חזיר־פֿלייש, האָניק, ווינטער־עפּל, שאָפֿענע ברינדזע, הינער־אייער. אין קעשענעוו האָט אַבֿרהם געוווינט אינעם בעסטן האָטעל "מאָלדאָוואַ". אין אָוונט, ווען ער פֿלעגט שפּילן אַ "קערטל" מיט די קעשענעווער חבֿרים, האָט זײַן שאָפֿער אַרײַנגעפֿירט די אײַנגעקויפֿטע אין קאָלכאָזן פּראָדוקטן אַהיים צו די לערערס, וועלכע האָבן געדאַרפֿט אויפֿנעמען בײַ אונדזער דירעקטאָר די עקזאַמענס.

זײַן לערנען אין טעכניקום, וואָלט אפֿשר ניט געבליבן אין זכּרון פֿון פֿאָלק, ווען ניט דער עקזאַמען אויף פֿיזיק. דער פֿיזיקער האָט געהאַט אַ מין קאָזאַקישע פֿאַמיליע — טשערנאָוו. הייסט עס, אין אמתן איז זײַן פֿאַמיליע געווען שוואַרצמאַן, נאָר צוליב קאַריערע האָט ער דעם ייִדישן פֿאַמיליע־נאָמען געביטן אויף אַ קאָזאַקישן. דערצו איז ער געווען אַ רויטער ייִד — דאָס פּנים באַשיט מיט קלײַען און די האָר אויפֿן קאָפּ, געשטראַלט מיט געל־רויטע פֿאַרבן. מע פֿלעגט זאָגן אויף אים: "ניין, ער, טשערנאָוו, איז גאָר ניט ענלעך אויף קיין ייִדן, נאָר אַלע ייִדן זײַנען ענלעך צו אים". אויף דער נאַכט, פֿאַרן עקזאַמען, האָט אַבֿרהמס שאָפֿער געבראַכט צו שוואַרצמאַן־טשערנאָוון אַהיים פֿיר רויטע, פֿעטע הינער, און אַ פּאָר קעסטלעך מיט ווינטער־עפּל. טשערנאָווס מאַמע, אַ שטעטלדיקע ייִדענע, האָט אַרײַנגעלאָזט די הינער אין אַ שטײַג, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן באַלקאָן.

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש פֿלעגט, געוויינטלעך, אַרײַנגיין אויפֿן עקזאַמען דער לעצטער. ערשטנס, האָט ער ניט געוואָלט, אַז אַנדערע סטודענטן זאָלן הערן זײַנע גאָר אָריגינעלע און פּאַראַדאָקסאַלע ענטפֿערס. צווייטנס, אויב אַבֿרהם האָט טאַקע ניט געוווּסט "ני־בע־ני־מע", איז פֿלעגט ער אָן אַ סימן פֿון בושה אַרײַנרוקן דעם עקזאַמענאַטאָר אַ "פֿינפֿאונצוואַנציקער" צי פֿאַר גאָר אַ שטרענגן לערער — אַ "פֿופֿציקער".

און אָט האָבן שוין אַלע סטודענטן אָפּגעגעבן דעם עקזאַמען פֿון פֿיזיק. אין אַן אוידיטאָריע זענען געבליבן נאָר אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש און דער פֿיזיקער טשערנאָוו. אַבֿרהם האָט זיך צוגעזעצט צום עקזאַמענאַטאָרס טישל און פּראָסט און פּשוט, היימיש, געפֿרעגט אויף ייִדיש: "חבֿר טשערנאָוו, וואָס ווילט איר פֿון מײַנע יאָרן?" און דערנאָך צוגעגעבן: "אויב איר זענט מסכּים, וואָלט איך בעסער געענטפֿערט אײַך אויף ייִדיש". אַ ברירה האָט ער געהאַט דער פֿיזיקער טשערנאָוו? זאָל זײַן אויף ייִדיש.

— דערציילט מיר דעם געזעץ פֿון אַלוועלטלעכער צוציִונג, וועלכן ס׳האָט אויסגעפֿונען איסאַק ניוטאָן.

— אויב איסאַק, הייסט ער דאָך יצחק — פֿרעגט דעם לערער אַבֿרהם — איז ער דאָך זיכער געווען אַ ייִד?

— ניין, איסאַק ניוטאָן איז דווקא געווען אַ קריסט. איר האָט ניט געהערט, אַז ער איז אַ מאָל געזעסן אונטער אַן עפּלבוים און ס׳איז אים געפֿאַלן אַן עפּל אויפֿן קאָפּ?...

— איין עפּל אויפֿן קאָפּ? מע האָט אײַך נעכטן געבראַכט פֿון מיר צוויי קעסטלעך עפּל, גלײַך אויפֿן באַלקאָן. שיינע עפּל, האַ? — זאָגט איר, אַז ניוטאָן — זעצט פֿאָר אַבֿרהם — איז אַ קריסט? הערט נאָר, אַ משוגהנע וועלט: טשערנאָוו איז אַ ייִד און יצחק איז אַ קריסט! איז יאָ, — דערמאָנט זיך אַבֿרהם, אַז ס׳גייט דער עקזאַמען, און פֿרעגט: וואָס זשע האָט ער אַזוינס אַנטדעקט דער קריסט ניוטאָן?

— ער האָט באַשטימט מיט וואָס פֿאַר אַ קראַפֿט ציִען זיך צו צוויי קערפּער.

— ווייסט איר וואָס, חבֿר טשערנאָוו, כ׳געדענק ניט פּינקטלעך וואָס פֿאַר אַ געזעץ האָט דער קריסט געעפֿנט, נאָר איך וועל אײַך דערקלערן נאָך בעסער פֿון ניוטאָנען, מיט וואָס פֿאַר אַ קראַפֿט עס ציִען זיך צו צוויי קערפּער.

און דאָ זאָגט אַבֿרהם אַ פֿראַזע, וועלכע שפּעטער, בײַ אונדז אין שטעטל, פֿלעגט מען ניט איין מאָל איבערחזרן, ווי אַ שפּריכווערטל: "גרויסע ציצעס — האָבן אַ גרויסן צוצי!" דערנאָך דערמאָנט ער זיך, אַז ס׳איז פֿאָרט אַן עקזאַמען פֿון פֿיזיק דאַרף דאָס "געזעץ" האָבן אַ וויסנשאַפֿטלעך פּנים. האָט ער פֿאַרפּינקטלעכט:

— "וואָס גרעסער ס׳זײַנען די ציצעס בײַ אַ ווײַבלעכן קערפּער אַלץ אַ גרעסערן צוצי פֿילט אַ מענלעכער קערפּער!"

דאָ וועלן מיר זיך אָפּווענדן פֿונעם עקזאַמען, כּדי צו דערקלערן, ווי אַזוי איז אים, אַבֿרהמען, געלונגען צו עפֿענען גלײַך אויפֿן עקזאַמען אַזאַ "ציצעס־צוצי־געזעץ", וועלכער האָט זיך אַ ביסל אונטערגעשיידט פֿון ניוטאָנס אַנטדעקונג.

דער פּראָמקאָמבינאַט איז געווען איינע פֿון די גרעסטע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען אין ראַיאָן. אין די נייצעכן האָבן געאַרבעט ס׳רובֿ פֿרויען. יונגע מיידלעך און פֿרויען פֿון די דערפֿער, האָבן ניט געוואָלט אַרבעטן צו 12—14 שעה אויף די קאָלכאָז־פֿעלדער, אויף די פֿערמעס, פֿלעגן זיי זוכן אַנשטאַלטן, וווּ מע אַרבעט נאָר אַכט שעה אין טאָג, וווּ ס׳איז ריין, ליכטיק און וואַרעם. די בעסטע אַרבעט פֿאַר די דאָרפֿס־פֿרויען, ווי אויך פֿאַר די שטעטלדיקע ווײַבער, זײַנען געווען די נייצעכן פֿונעם פּראָמקאָנבינאַט. דרײַ חדשים פֿלעגן זיי זיך לערנען דאָס פֿאַך, זײַן "אוטשעניצעס", דאָס הייסט, תּלמידות, און דערנאָך אָנהייבן אַרבעטן ווי נייטאָרינס. ס׳איז אָבער ניט געווען אַזוי גרינג זיך אײַנצואָרדענען אַהין אויף אַרבעט.

אַ וויכטיקער "פּערסאָנאַזש" בײַ דעם באַקומען אַרבעט איז געווען דער דיוואַן, וואָס איז געשטאַנען אין דעם דירעקטאָרס קאַבינעט. דורך דעם דאָזיקן דיוואַן האָט אַ יונגע, סימפּאַטישע פֿרוי, פֿאַרשטייט זיך, ניט מיט פֿאַרלייגטע הענט, געקאָנט קריגן אי אַרבעט, אי אַ גוטע שטעלע, אי פֿאָרן בחינם אין אַן אָפּרוהויז; גאָר מזלדיקע פֿרויען — באַקומען אַ מלוכישן אָרדען צי אַפֿילו אַ מלוכישע דירה. דערפֿאַר פֿלעגט מען אַבֿרהמען רופֿן: אַבראַם דיוואַנאָוויטש, און אַלע דיוואַנען בײַ די דירעקטאָרן פֿון די שטעטלדיקע אונטערנעמונגען — דיוואַן אַבראַמאָוויטש. דער דאָזיקער "פּערסאָנאַזש" פֿונעם דירעקטאָרס קאַבינעט איז געווען בײַ אונדז באַרימט און איז אַפֿילו אַרײַן אינעם שטעטלדיקן פֿאָלקלאָר. וועגן אַ פֿרוי, וואָס זי זוכט אַרבעט פֿלעגט מען זאָגן: "זי זוכט אַבֿרהמס דיוואַרן", צי: "זי האָט געקראָגן אַרבעט דורך דיוואַן אַבראַמאָוויטשן". אויף אַ שלימזלדיקער פֿרוי פֿלעגט מען זאָגן: "אַפֿילו דיוואַן אַבראַמאָוויטש וועט איר שוין ניט העלפֿן"...

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש האָט ליב געהאַט צו באַרימען זיך פֿאַר זײַנע פֿרײַנד — לייבעלען, ליולען און יחיאלן — "איר זעט דאָס שיקסעלע, כ׳האָב זי נעכטן דרײַ מאָל צוגענומען אויף אַרבעט". טאַקע אַ דאַנק זײַן ליבעדערפֿאַרונג, איז אונדזער אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש געווען אַ גרויסער מומחה פֿון ווײַבערישע קערפּערס. שפּעטער האָט מען אויף אַ גרויסער אַסיפֿה פֿון צענטראַל־קאָמיטעט באַשטימט, אַז אין קאַבינאַטן בײַ די נאַטשאַלניקעס טאָרן ניט זײַן קיין דיוואַנען. און מע האָט אַלע "דיוואַן אַבראַמאָוויטשן" אַרויסגעוואָרפֿן "אויפֿן מיסטהויף פֿון דער היסטאָריע..." אַך, ווען די אַלע סאָוועטישע "דיוואַן אַבראַמאָוויטשן" וואָלטן געקענט דערציילן זייערע געשיכטעס!

איצט קאָן מען זיך אומקערן צום עקזאַמען פֿון פֿיזיק. נאָך דעם, ווי אַבֿרהם האָט "געעפֿנט" אַ נײַעם געזעץ וועגן "צוצי־קראַפֿט צווישן צוויי קערפּערס" האָט ער פֿאָרגעלייגט טשערנאָוון:

— ווייסט איר וואָס, חבֿר טשערנאָוו, נעמט מיט מיט זיך יצחקן ניוטאָנען און קומט צו מיר אין פּראָמקאָמבינאַט. איך וועל אײַך באַקענען מיט אַ פּאָר וווּנדער־שיינע ווײַבערישע קערפּער, און איר וועט דערפֿילן אַזאַ צוצי־קראַפֿט פֿון זיי, אַז איר וועט זיך רײַסן און רײַסן און ניט קאָנען זיך אָפּרײַסן פֿון זייערע קערפּער, אַזאַ צוצי־קראַפֿט פֿאַרמאָגן זיי. דערנאָך האָט אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער דלאָניע זײַנער אין טיש און געזאָגט:

— נו, אָפּגעבעבעט!

דאָס האָט געמיינט, אַז דער עקזאַמען האָט זיך פֿאַרענדיקט און חבֿר טשערנאָוו מעג שוין אַהיים גיין און געבן עסן די הינער אין דער שטײַג.

אין אַ יאָר אַרום האָט אַבֿרהם באַקומען דעם דיפּלאָם פֿון אַ "טעכנאָלאָג פֿון ניי־אינדוסטריע". דער נאַטשאַלניק פֿונעם קאַדרען־אָפּטייל האָט פֿאַרשריבן אין אַבֿרהמס אַרבעטס־קאַרטל אין דער שורה בילדונג: "ספּעציעלע מיטל־בילדונג".

איין טאָג האָט מען אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשן אַרויסגערופֿן אין ראַיקאָם. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אינדוסטריעלן אָפּטייל זאָגט אים: "אונדזער צענטראַל־קאָמיטעט האָט באַשטימט, אַז די דירעקטאָרן פֿון די אונטערנעמונגען דאַרפֿן זײַן קאָמוניסטן. ווענד זיך צו דער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע פֿון דײַן פּראָמקאָמבינאַט מע זאָל דיך צוגרייטן צום אַרײַנטרעטן אין די רייען פֿון אונדזער קאָמוניסטישער פּאַרטיי".

ניטאָ קיין ברירה — אַז דער צענטראַל־קאָמיטעט נעמט אָן אַ באַשטימונג, מוז מען זי אויספֿילן! די וויכטיקסטע אינסטאַנץ אין דעם פּראָצעס פֿון אַרײַנטרעטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איז געווען די "פּאַרטיי־קאָמיסיע". די מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער קאָמיסיע זענען געווען די סאַמע בכּבֿודיקע קאָמוניסטן; קאָמוניסטן מיט אַ גרויסן פּאַרטיי־סטאַזש, מיט וועמען ס׳האָט שטאָלצירט די ראַיאָנער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע — דאָס אייבערשטע פֿונעם קאָמוניסטישן שטייסל. נאָר אויך אין דער פּאַרטיי־קאָמיסיע איז געווען דער הויפּט־אויטאָריטעט פֿאַר אונדזערע קאָמוניסטן, אַן אַלטע פּאַרטיי־טוערין מיטן נאָמען... ניין, דעם נאָמען אירן האָט מען שוין כּמעט פֿאַרגעסן. ס׳איז געבליבן נאָר איר טיטל: "קאָמסאָמאָלקאַ דוואַדצאַטיך גאָדאָוו" — דאָס מיינט, די "קאָמסאָמאָלקע פֿון די צוואַנציקער יאָרן". הייסט עס, זי איז אַרײַנגעטראָטן אין קאָמסאָמאָל נאָך בײַ לענינס צײַטן. זי פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אויף פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן און זיצונגען. אָט שטעלט מען זי פֿאָר: "איצט וועט אַרויסטרעטן די קאָמסאָמאָלקע פֿון די צוואַנציקער יאָרן..." דער עולם הייבט אָן שטורמיש אַפּלאָדירן, און אַפֿילו שרײַען "הוראַ!..." צו די רעדעס אירע הערט מען זיך ניט צו, ווײַל מע האָט זיי שוין געקענט אויף אויסנווייניק. ס׳איז ווייניק געווען נאָך ראַיאָנען, וואָס וואָלטן געקענט זיך באַרימען מיט אַזאַ אַנטיק. בלויז אין טיראַספּאָל, אין זייער פּאַרטיי־קאָמיסיע, איז געזעסן איינער מיטן טיטל: "דער, וואָס האָט געזען לענינען". איך בין אַ מאָל געווען אויף אַ טרעפֿונג מיט אים. ווען מע האָט געמאָלדן: "איצט טרעט אויף דער וואָס האָט געזען לענינען!" — איז דער עולם אויפֿגעשטאַנען פֿון די פּלעצער, געפּלעסקעט מיט די הענט, ס׳האָט זיך געטאָן אַן איבערקערעניש. בלויז לענין אַליין וואָלט געקאָנט קריגן אַזוינע דויערנדיקע אָוואַציעס. (כ׳מיין, אַז איצט, וואָלט איך אויך געקאָנט פֿאַרדינען אַ גוטע "קאָפּיקע" אויפֿטרעטנדיק פֿאַר אַן עולם אונטערן טיטל: "דער, וואָס האָט געזען יענעם, וועלכער האָט געזען לענינען").

אַ שיינער וועסנע־טאָג. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש אין אַ מאָדישן וואָלענעם קאָסטיום, מיט אַ שניפּס אויף אַ ווײַס זײַדן העמד, גייט אין ראַיקאָם, צו דער זיצונג פֿון דער פּאַרטיי־קאָמיסיע. זײַן שטימונג איז יום־טובֿדיק. ער גייט ניט־אײַלנדיק. ס׳איז נאָך פֿרי. אויפֿן וועג האָט ער געטראַכט: אַ גרויסער כּבֿוד צו זײַן אַ קאָמוניסט. ער, דער זון פֿון אַ פּשוטן שטעטלדיקן קצבֿ, זלמן־פֿאָך, צוזאַמען מיט אַנדערע קאָמוניסטן, וועט זײַן אַ קאָכלעפֿל אין דעם זודיקן קעסל פֿון דער קאָמוניסטישער בויונג. דערנאָך דערמאָנט ער זיך אין זײַנע פֿרײַנד, וועלכע וועלן זיכער אַרײַנקומען צו אים אויף דער נאַכט און באַגריסן אים מיט זייערע גראָב־יונגישע חכמות.

לייבעלע, אַרײַנגייענדיק אין צימער, וועט אָנהייבן אַרײַנציִען מיט דער נאָז די לופֿט און זאָגן:

— וואָס שטינקט עפּעס דאָ? — דערנאָך וועט ער אַרײַנקוקן אונטערן טיש, אונטער די בענק; — וואָס שטינקט אין שטוב, ניט אַנדערש, אַז עמעצער האָט אין עפּעס אַרײַנגעטראָטן...

ליולע וועט זאָגן גאָר פּשוט:

— וואָס אַרײַנגעטראָטן, וווּהין אַרײַנגעטראָטן, ער איז דאָך אַ "דרעקטאָר" — שמעקט ער.

יחיאל וועט זיך ווענדן צו אַבֿרהמס פֿרוי, צו פֿייגען:

— פֿייגע, אויב אָט דער קאָמוניסט, דער געטרײַער מאַרקסיסט־לענינעץ, דער פּאַרטיי־אינטערנאַציאָנאַליסט, בקיצור דער, וואָס־אין־דער־קאָרט, וועט דיך בײַ נאַכט ניט באַפֿרידיקן, זאָלסטו לויפֿן גלײַך אין ראַיקאָם אַרײַן און באַקלאָגן זיך אויף זײַנע אומפֿילעוודיקע באַציִונגען צו די באַדערפֿענישן פֿון דער סאָוועטישער אַרבעטס־פֿרוי ...

און אָט שטייט שוין אַבֿרהם פֿאַר דער פּאַרטיי־קאָמיסיע. מע בעט אים, צו דערציילן זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע.

— איך בין געבוירן געוואָרן אין דאָרף, נײַ־הלינאָיע...

פּלוצעם, האָט "די קאָמסאָמאָלקע פֿון די צוואַנציקער יאָרן", וואָס ס׳האָט זיך געדאַכט, אַז זי דרעמלט, געעפֿנט די אויגן און געזאָגט:

— ניין, איר זענט געבוירן געוואָרן אין אַלט־הלינאָיע. (זי האָט אַ מאָל געאַרבעט אין נ.ק.וו.ד., און געוווּסט כּמעט אַלץ וועגן די שטעטלדיקע ייִדן.)

זאָגט אַבֿרהם:

— די מאַמע האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין געבוירן געוואָרן אין נײַ־הלינאָיע.

— "וואַשאַ מאַמאַ פּאָדזאַבילאַ" — אײַער מאַמע האָט אַ ביסל פֿאַרגעסן.

דאָ האָט אַבֿרהם דערפֿילט, ווי ס׳וואַכט אויף אין אים זײַן ספּילטשעווער טאַטע, זלמן־פֿאָך, וועלכער הייבט אָן צו פֿאָכען אויף רעכטס און אויף לינקס מיט דער האַק. האָט ער זיך אָנגעצונדן, רויט געוואָרן, נאָך פֿאַרן אַרײַנטרעטן אין דער פּאַרטיי, און שרײַט אויס:

— מאָיאַ מאַמאַ פּאָץ זאַבילאַ?! (מײַן מאַמע האָט פֿאַרגעסן דעם...). אַך, טי סטאַראַיאָ קורוואַ קוש מיך אין תּחת!... (דו, אַלטע קורווע...) דערנאָך איז אַבֿרהם אַרויס פֿונעם צימער און אַ קלאַפּ געטאָן נאָך זיך מיט דער טיר.

די מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע זענען פֿאַרגליווערט געוואָרן. ס׳האָט נאָך קיינער ניט געסמייעט אַזוי צו באַליידיקן די שטאָלצקייט פֿון דער ראַיאָנער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע; "די קאָמסאָמאָלקע פֿון די צוואַנציקער יאָרן" האָט שיִער ניט געחלשט אויף דער זיצונג. מע האָט עס ניט געקענט מוחל זײַן אַבֿרהם זאַכאַראָוויטשן. הייסט עס, די ווערטער "סטאַראַיאַ קורוואַ" וואָלט מען אים נאָך מוחל געווען, נאָר דאָס ייִדישע "קוש מיך אין תּחת" — קיין מאָל ניט!

אומזיסט האָט אין יענעם טאָג דער נאַטשאַלניק פֿונעם קאַדרען־אָפּטייל צוגעגרייט אַבֿרהמס אַרבעטס־קאַרטל צו פֿאַרשרײַבן אין דער שורה פּאַרטיי־אָנגעהעריקייט — "קאָמוניסט". די שורה איז שוין אויף תּמיד געבליבן ליידיק.

כאָטש די ראַיאָנער פּאַרטיי־טוער, ווען זיי פֿלעגן זיך טרעפֿן מיט אַבֿרהמען, האָבן צו אים פֿרײַנדלעך צוגעוווּנקען, מיט וואַרעמע געפֿילן געדריקט זײַן האַנט, וואָס האָט געמיינט: — "גוט האָסטו איר אַרײַנגעזאָגט, דער אַלטער קור...סאָמאָלקע פֿון די צוואַנציקער יאָרן" — דאָך האָט מען אים באַפֿרײַט פֿון זײַן פּאָסטן. פּונקט צו יענער צײַט האָט "דער צענטראַל־קאָמיטעט באַשטימט, אַז די דירעקטאָרן פֿון די אונטערנעמונגען דאַרפֿן זײַן נאַציאָנאַלע קאַדרען". האָט מען געשטעלט אין שפּיץ פֿונעם פּראָמקאָמבינאַט אַ יונגן מאָלדאָוואַן, אַ קאָמוניסט מיט הויכער בילדונג, און אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געוואָרן זײַן פֿאַרטרעטער...

עפּעס אין אַ פֿרײַטיק צו נאַכט איז אַבֿרהם אַרײַנגעקומען צו זײַן מאַמען עסן וועטשערע, זײַן ליבן מאכל, יויך מיט פֿאַרפֿעלעך. די מאַמע מיטן זון צערעדן זיך וועגן די אַמאָליקע יאָרן. פּלוצעם האָט זײַן מאַמע דערמאָנט דאָס דאָרף אַלט־הלינאָיע.

— וואָסער אַלט־הלינאָיע, האָסט דאָך מיר געזאָגט, אַז איך בין געבוירן געוואָרן אין נײַ־הלינאָיע.

— האָב איך געזאָגט. זונדל מײַנס, מיר האָבן זיך דרײַ יאָר אָפּגעמאַטערט אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, אַלע דאָקומענטן זענען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. ס׳איז געווען אַ נײַע, סאָוועטישע מאַכט, האָב איך זיי געזאָגט, אַז ביסט געבוירן געוואָרן אין נײַ־הלינאָיע. וואָס איז די נפֿקא־מינה? נײַ־הלינאָיע, אַלט־הלינאָיע, דאָרטן גויים און דאָרטן גויים, דאָרטן גלות און דאָרטן גלות. האָב איך אויף מאַלע וואָס געזאָגט "נײַ־הלינאָיע". מע קאָן דאָך בײַ זיי קיין מאָל ניט וויסן...

דאָ האָט אַבֿרהם דערפֿילט, אַז ס׳וואַכט שוין אויף אין אים דער ספּילטשעווער טאַטע זלמן־פֿאָך, וועלכער הייבט אָן צו פֿאָכען מיט דער האַק, איז ער אַרויס פֿון דער מאַמעס צימער און אַ קלאַפּ געטאָן נאָך זיך מיט דער טיר.

אויפֿן וועג אַהיים האָט ער געטראַכט צו זיך:

— וואָס האָב איך זיך אַזוי צעהיצט? צי איז טאַקע שולדיק אין אַלעמען דעם טאַטנס "ספּילטשעווע ירושה"? ניט אומזיסט דאָך, אין 1941, ווען די רומענישע סאָלדאַטן אין איינעם מיט די גויים פֿון די אַרומיקע דערפֿער און אויך היגע, שטעטלדיקע, האָבן אָנגעהויבן צו הרגענען ייִדן, פֿאַרגוואַלדיקן ייִדישע פֿרויען, ראַבעווען דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, האָט זײַן טאַטע, דער קצבֿ זלמן־פֿאָך, אַרויסגעלאָפֿן פֿון דער שטוב און אָנגעהויבן צו פֿאָכען אויף רעכטס און אויף לינקס מיט דער קצבֿישער האַק. ער האָט דערהרגעט עטלעכע מערדער און בלויז אַ באַוואָפֿנטער רומענישער סאָלדאַט האָט אים אָפּגעשטעלט — דערשאָסן דעם טאַטן גלײַך אין הויף. און דעם זיידן מײַנעם, אַבֿרהמען, וועמענס נאָמען איך טראָג, האָט מען דאָך אויך געהרגעט בײַ אַ פּאָגראָם. ער איז אויך געפֿאַלן בײַ זיך אין הויף, מיט דער האַק אין די הענט... נישקשה, מיר אַבֿרהמס זין און אייניקלעך זײַנען ספּילטשעווע ייִדן...