- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די אַמעריקאַנער־רוסלענדישע באַציִונגען, וואָס האָבן זיך אין די לעצטע צען יאָר געוואַקלט צווישן "אַ ביסל בעסער" און "אַ ביסל ערגער", האָט זיך אַרײַנגעריסן אַ נײַע טעמע — קינדער־אַדאַפּטירונג. דאָס מיינט, אַז די אַמעריקאַנער בירגער אַדאַפּטירן קינדער אָן עלטערן פֿון די רוסישע קינדער־היימען. מע קאָן נישט זאָגן, אַז דאָס אַדאַפּטירן קינדער שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין די פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע צווישן־באַציִונגען פֿון ביידע מלוכות; און בכלל, וואָס קאָן דאָ זײַן שלעכטס, אַז פֿאַרלאָזטע קינדער, בפֿרט נאָך קראַנקע אָדער מיט אַ פֿיזישן מום, געפֿינען אַ וואַרעמע היים אין אַמעריקע און ווערן באַזאָרגט סײַ מיט אַ גוטער מעדיצין און סײַ מיט אַ גוטער צוקונפֿט? לויט דער לאָגיק איז עס טאַקע אַזוי. אָבער, זעט אויס, נישט לויט דער לאָגיק פֿון אַ פּשוטן רוסישן מענטש, וואָס אַמעריקע איז פֿאַר אים געווען און געבליבן אַ בייזער כּוח, וואָס וויל פֿאַרכאַפּן זײַן לאַנד: דורך זײַן בורזשואַזער קולטור, מאָראַלישער געפֿאַלנקייט, זנות, נאַרקאָטיקס... און לעצטנס, דורך אַדאַפּטירן די רוסישע קינדער און דערמיט זיי אָפּרײַסן פֿון זייער פֿאָטערלאַנד, שפּראַך, קולטור, רעליגיע וכדומה. וויסנדיק, צי נישט־וויסנדיק, פֿאַרצייכענען אַ מאָל פּאָעטן און שרײַבער אַ וועלט מיט כאַראַקטעריסטיק וועגן זיך דורך קליינע גראַפֿישע סימבאָלן, וואָס די שרײַבער אַליין צייכענען אין זייערע ביכער אָדער בריוו. דורך דער גראַפֿיק ווערט אַנטפּלעקט דעם שרײַבערס כאַראַקטער, זײַן קונסט־ און וועלט־באַנעם. אָט, למשל, דער פּאָעט פֿריד ווײַנינגער וואָס איך האָב אים געקענט ווי אַ לאָקאַטאָר — געוווינט בײַ אונדז אין בראָנקס אין די 1980ער יאָרן, ווײַנינגער איז אויך געווען אַ מאָלער, וואָס האָט שטענדיק געזוכט און געוואַנדערט איבער דער וועלט. ער איז געווען אַן עסטעט; אַ ליבהאָבער פֿון שיינקייט און אָרדענונג. אין אונדזער בוידעמשטוב האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ סטודיאָ, וווּ ער האָט געמאָלן זײַנע איילבילדער, אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך וואָרצלען דורך דעם אימאַזש פֿון אַ בוים. כאָטש ער האָט געמאָלן בײַ אונדז אין הויז, האָט ער אונדז קיין מאָל נישט צוגעלאָזט אָנצוקוקן זײַן ווערק. דער פּראָצעס פֿון מאָלן איז פֿאַר אים געווען אַ פּריוואַטער ענין. ברײַנע וואַסערמאַן, די לאַנג־יאָריקע רעזשיסאָרין פֿונעם "סיידי בראָנפֿמאַן־טעאַטער" אין מאָנטרעאָל, באַקאַנט ווי דער "סגל־צענטער", פֿאַרלאָזט דעם חודש איר פּאָזיציע און ווערט די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער — פֿאָלקסבינע". זלמן מלאָטעק, דער ביז־איצטיקער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, וועט ווערן דער קינסטלערישער רעזשיסאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. וואַסערמאַן האָט געאַרבעט 13 יאָר אינעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער, קודם, ווי די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, און דערנאָך ווי די קינסטלערישע רעזשיסאָרין. וואַסערמאַנס אַוועקגיין פֿונעם טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערן קלאַפּ פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין מאָנטרעאָל, אָבער אַ געווינס פֿאַר ייִדיש אין ניו־יאָרק. זי האָט אין קאַנאַדע אויפֿגעבויט איינע פֿון די וויכטיקסטע קולטור־אינסטיטוציעס, נישט נאָר וואָס שייך דער ייִדישער קולטור, נאָר פֿאַר דער אַלגעמיינער קולטור אין מאָנטרעאָל. דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק דאַרף טאַקע נייטיק האָבן אַ פֿירערשאַפֿט מיט ענערגיע און וויזיע, און וואַסערמאַן פֿאַרמאָגט אָט די קינסטלערישע מעלות. מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין. די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער. מען וואָלט שוין געקענט אָפּגעבן מדינת־ישׂראל אַ "מזל־טובֿ", ווען נישט דער אָך און וויי צו אַזאַ שׂימחה... נאָך 63 יאָר פֿלעכט זיך ענדלעך די ייִדישע מדינה אַרײַן אין איר סבֿיבֿה, אין מיטעלן מיזרח און אין דער כוואַליע פֿון דעם מאַסיוון אויפֿברויז, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט און אָנגעצונדן די אַראַבישע וועלט. עס איז אָבער, ווי געזאָגט, אָך און וויי צו אַזאַ מין אַרײַנפֿלעכט, וואָס איז גאָר אין קעגנזאַץ צו דעם כאַראַקטער פֿון די אַראַבישע רעוואָלטן. צום בולטסטן, איז דאָס געקומען צום אויסדרוק אין סיריע, וועלכע האָט אין דעם טאָג "פֿאַרגעסן" די בלוטיקע מאַסאַקרע פֿון דער אַסאַד־דיקטאַטור און האָט אַלעמען פֿאַראייניקט צו דעם טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ": זי האָט זיי אַלע געריכטעט קעגן ישׂראל. דער טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ", פֿון וועלכן ישׂראל איז געוואָרן איבערראַשט, כאָטש דער געהיים־דינסט פֿון סיריע האָט אים געגרייט פֿון חדשים פֿריִער, האָט צוריק פֿאַראייניקט קעגן מדינת־ישׂראל די זיך באַקעמפֿנדיקע אַראַבישע צדדים און האָט אָפּגעווענדט זייער קאַמף פֿון זײַן לכתּחילהדיקער סאָציאַלער באַשטימונג. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "בחוקותי" — האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון שׂכר־ועונש. "אם בחוקותי תּלכו ואת מצותי תּשמרו" — "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן און היטן מײַנע מיצוות, זאָגט דער באַשעפֿער דעם ייִדישן פֿאָלק, "ונתתי גשמיכם בעתּם" — "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". אַחוץ דעם רעגן, זאָגט די תּורה צו נאָך אַ צאָל פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות. די אמונה אינעם שׂכר, וואָס מע באַקומט פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות, און אינעם עונש פֿאַר די עבֿירות, איז איינער פֿון די סאַמע יסודותדיקע עיקרים פֿון ייִדישקייט. יוסף אַלבו — דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף, וועלכער איז נישט מסכּים מיטן רמב״מס צוגאַנג און לייגט פֿאָר זײַן אייגענע, מינימאַליסטישע סיסטעם פֿון יסודות־האמונה — דערקלערט אין זײַן "ספֿר העיקרים", אַז מע קאָן נישט פֿאָרשטעלן ייִדישקייט אָן דעם ענין פֿון שׂכר־ועונש. נאָך דעם אַרטיקל פֿון מכדכי דוניץ וועגן דער פּטירה פֿון דער אונטערערדישער העלדין בראָניע קליבאַנסקי ("פֿאָרווערטס", אַפּריל 29 — מײַ 5, ז׳ 7), האָבן מיר באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג פֿון אַ לייענערין, ברײַנע שובאַק, מער באַקאַנט ווי "בובאַ" צו אירע פֿרײַנד און משפּחה, וועלכע וווינט הײַנט אין ברוקלין. "ווי קען איך באַקומען די שריפֿטן פֿון בראָניע קליבאַנסקי", האָט זי אַ פֿרעג געטאָן. "איך געדענק זי פֿון דער ביאַליסטאָקער געטאָ און איך האָב נישט געוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה. איך בין שוין געווען אין ישׂראל עטלעכע מאָל, און מײַנע ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט האָבן מיר קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זי געפֿינט זיך אין ישׂראל". ברײַנע שובאַקס׳ (געבוירן ברײַנע דראַנזין) אייגענע געשיכטע בעתן חורבן איז נישט ווייניקער פֿאַרכאַפּנדיק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין ביאַליסטאָק אין אַ משפּחה פֿון שמידן. איר טאַטע איז יונג געשטאָרבן, אָבער פֿיר עלטערע ברידער האָבן ווײַטער געאַרבעט ווי שמידן אין דער שטאָט. די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט אין יוני 1941 און תּיכּף אַרעסטירט גרופּעס ייִדן און זיי דערשאָסן. אירע ברידער זענען געווען צווישן די קרבנות פֿון דער אַקציע, וואָס איז געשען אין אַ זונטיק, האָט מען די קרבנות גערופֿן "די זונטיקדיקע". ברײַנע האָט געוווינט אין געטאָ מיט די טאַטע־מאַמע, אַן עלטערער שוועסטער און איר קליין קינד. ליטעראַרישע איבערזעצונג איז אַ שווערע מלאָכה און אַן עכטע קונסט, וואָס פֿאָדערט אַ סך מי און קאָנצענטראַציע. אַזוי ווי אַ געניטער זייגערמאַכער, מוז אַ גוטער איבערזעצער באַטראַכטן און אַרײַנשטעלן יעדן קליינעם פּרט אויפֿן ריכטיקן אָרט, כּדי דאָס ווערק זאָל קלינגען אויף אַ צווייטער שפּראַך לײַכט און נאַטירלעך. זײַטיקע אומפּראָפֿעסיאָנעלע עצות, בפֿרט ווען זיי האָבן בפֿירוש צו טאָן מיט אידעאָלאָגיע, ברענגען דאָ בלויז אַ היזק. פּונקט אַזוי, אויב עמעצער וועט אויסטראַכטן אַן אידעאָלאָגישן קאַנאָן פֿון צאָן-רעדלעך, נישט האָבנדיק קיין השׂגה אין זייגערמאַכערײַ, וועלן זיך בײַ אים באַקומען, אַנשטאָט זייגערס, אויסטערלישע נוצלאָזיקע שפּילעכלעך, וועלכע טויגן אויף כּפּרות. ס׳איז שווער אויסצומײַדן מאָדנע קוריאָזן, ווען אַ מענטש, וועלכער קען מער־ווייניקער ענגליש, אָבער כּמעט נישט קיין ייִדיש, זעצט איבער יצחק באַשעוויסן פֿון ענגליש אויף רוסיש. אַ העלד מיטן פֿאַמיליע־נאָמען קאָן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין "קאָכן", און די באַקאַנטע שדיכע, אַ חבֿרטע פֿון לילית מיטן נאָמען נעמה, קריגט אַ נאָמען, וואָס קלינגט אַפֿילו מער טײַוולאָניש — "נאַמאַך". דער סוד פֿון אַזעלעכע מאָדנע נעמען שטעקט אין דעם, וואָס דער איבערזעצער מיינט, אַז דער שטומער ענגלישער "הא", אין אַזעלכע ווערטער ווי "Kohn" אָדער "Naamah", מוז אַלעמאָל קלינגען אויף רוסיש ווי אַ "חת". איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אַ מענטשן, וואָס האָט מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק געאַרבעט אין דעם זעלבן מאָסקווער אַנשטאַלט ווי איך. אויסגעזען האָט ער נאָרמאַל, כאָטש פֿון מאָל צו מאָל האָט מען געפֿילט, אַז ער האָט זיך געשניטן אויף אַן עקסצענטריקער. אָבער דערנאָך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער דאָזיקער כּמו-נאָרמאַלער מאַנצביל האָט געהאַלטן אויף זײַן טיש אַ צוגאָב-טעלעפֿאָן, דורך וועלכן ער איז כּלומרשט (אָבער אין זײַן קאָפּ — באמת) געווען פֿאַרבונדן דירעקט מיט לעאָניד ברעזשנעוון. דער טעלעפֿאָן האָט אָפּגעשפּיגלט דעם מענטשנס משוגעת: אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער דעמאָלטיקער באַלעבאָס פֿונעם לאַנד, ברעזשנעוו, טעלעפֿאָנירט אים אין אַ שווערער מינוט, כּדי זיך אויסצועצהנען וועגן פֿאַרשיידענע ברענענדיקע ענינים. דאָס גאַנצע משוגעת האָט זיך אַנטפּלעקט, ווען דער מענטש איז געקומען צו די אָנפֿירער פֿונעם אינסטיטוט און זיך געקלאָגט, אַז ער האָט פּשוט ניט געוווּסט, וואָס צו ענטפֿערן ברעזשנעוון, ווען יענער האָט אים געשטעלט אַ האַרבע פֿראַגע: וואָס זאָל מען פֿריִער שטעלן אויף די פֿיס — די אינדוסטריע צי די לאַנדווירטשאַפֿט? דעמאָלט האָט מען זיך געוואָנדן צו דאָקטוירים, און זיי האָבן דעם עצה-געבער פֿאַרשפּאַרט אין אַ משוגעים-הויז. דערציילונג אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר. די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן... בײַ ייִדן איז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כּמעט אַזוי פֿאַרגעטערט ווי עס איז געווען רוזוועלט. כאָטש מיר קענען בשום־אופֿן נישט פֿאַרגעסן די שיף "סיינט לויִס," מיט וואָס דער פֿאַרגעטערטער פּרעזידענט פֿונעם "ניו־דיעל" האָט אונדז ייִדן מכבד געווען בײַם סאַמע אָנהייבן פֿונעם חורבן. איז פֿאַראַן אַ ייִד, שוין אין אַריכות־ימים, כּן־ירבו, מיטן נאָמען מײַקל, וועלכער האָט מיר אויסגעזאָגט דעם סוד, אַז זײַן ייִדישער נאָמען איז גאָר חיים. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מײַקל זאַיאָנץ מיר צוגעשיקט אַן אַרבעט איבער וועלכער ער האָט זיך געסטאַרעט איבערצוזעצן פֿון פּויליש אויף ייִדיש, פֿאַרן "פֿאָרווערטס" טאַקע. האָב איך אים געראַטן ער זאָל עס צושיקן דירעקט צום רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער. האָט ער זיך אַ טראָפּ געקווענקלט. ווי איינער זאָגט, דיך קען איך שוין יאָרן, איז בעסער עס אויס און דערלאַנג עס אויפֿן ריכטיקן אַדרעס. דער זעלבער מײַקל (חיים) זאַיאָנץ איז אָפּגעווען מיט זײַן משפּחה אין פּוילן פֿון 1946 ביז 1959. אַזוי, אַז די קינדער האָבן שוין דאָרט פֿאַרענדיקט די הויכשולן, זיך צוגעאייגנט וויכטיקע פּראָפֿעסיעס. ערשט דעמאָלט זײַנען זיי געקומען קיין אַמעריקע. זעט אויס, אַז מײַקל האָט זיך אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דעם אַמעריקע און געוואָרן אַ מבֿין אויפֿן גרויסן להבֿדיל צווישן פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. האָט ער גענומען אַרײַנקוקן אין די אַמעריקאַנער ימי־בראשית; טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס צו עסן יעדן טאָג דעם זעלבן סאַלאַט, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט מיט בלעטערקרויט (kale בלע״ז). דאָס האָט זייער אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמין K, וויטאַמין C און קאַלציום, און לויט געוויסע שטודיעס, העלפֿט עס צו פֿאַרהיטן קעגן ראַק. די קרוטאָנען און דער באַטעמטער סאָוס פֿון דעם רעצעפּט פֿאַרוואַנדלען די פּשוטע בלעטער אין ממש אַ דעליקאַטעס! 1/2־1 טעפּלעך קוביקלעך אַלט־געבאַקן ברויט 1/3 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציינדל קנאָבל 2 אַנטשאָוס־פֿילעען (anchovy fillets), גוט אויסגעשווענקט שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 3 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע 1/4 טעפּל צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז 1 האַרט איי, צעשניטן |