רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס צו עסן יעדן טאָג דעם זעלבן סאַלאַט, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט מיט בלעטערקרויט (kale בלע״ז). דאָס האָט זייער אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמין K, וויטאַמין C און קאַלציום, און לויט געוויסע שטודיעס, העלפֿט עס צו פֿאַרהיטן קעגן ראַק. די קרוטאָנען און דער באַטעמטער סאָוס פֿון דעם רעצעפּט פֿאַרוואַנדלען די פּשוטע בלעטער אין ממש אַ דעליקאַטעס!


1/2־1 טעפּלעך קוביקלעך אַלט־געבאַקן ברויט

1/3 טעפּל איילבערט־בוימל

1 ציינדל קנאָבל

2 אַנטשאָוס־פֿילעען (anchovy fillets), גוט אויסגעשווענקט

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

3 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט

זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע

1/4 טעפּל צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז

1 האַרט איי, צעשניטן


שטעלט אָן דעם בראָט־אויוון.

מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם איילבערט־בוימל, קנאָבל, אַנטשאָוס־פֿילעען און שוואַרצן פֿעפֿער אין אַן עלעקטרישן מישער. באַגיסט די ברויט־קוביקלעך מיט 1 לעפֿל פֿון דעם סאָוס, צעשפּרייט זיי אויף אַ בלעך און בראָט זיי אונטערן פֿײַער ביז זיי ברוינען זיך צו, בערך 2 מינוט.

מישט דאָס בלעטערקרויט צונויף מיטן איבעריקן סאָוט, און בראָט זיי אויף אַ צווייטער בלעך 5־8 מינוט, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט.

מישט דאָס בלעטערקרויט און די קרוטאָנען אויס אין אַ שיסל, באַגיסט עס מיטן לימענע־זאַפֿט און באַפּוצט מיטן צעריבענעם קעז און צעשניטענעם איי.