געשיכטע
בעת מ. בייליס איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 21סטן יולי 1911, קיִעוו
בעת מ. בייליס איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 21סטן יולי 1911, קיִעוו

מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין.

די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער.

דער מיטאָס פֿון בלוט־בילבול האָט אַ לאַנגע און קאָמפּליצירטע געשיכטע מיט וואָרצלען אינעם טיפֿן אַלטערטום. היסטאָריש זײַנען ייִדן געווען ניט די איינציקע "חשודים"׃ ענלעכע באַשולדיקונגען האָט מען אַרויסגעשטעלט אין דער פּאַגאַנישער און איסלאַמישער וועלט קעגן קריסטן פֿון פֿאַרשידענע שיטות. עס איז פֿאַראַן אַ גרויסע צאָל פֿאַרשידענע טעאָריעס פֿון דער דאָזיקער אָבערגלויבעניש, וועלכע באַהאַנדלען זי פֿון מיטאָלאָגישן, פּסיכאָלאָגישן, סאָציאַל־פּאָליטישן, אָדער עקאָנאָמישן שטאַנדפּונקט. אָבער וואָס ס׳בלײַבט עד־היום ניט קלאָר איז די פֿראַגע, פֿאַרוואָס די דאָזיקע גלויבענישן באַווײַזן זיך אין געוויסע סבֿיבֿות.

ס׳רובֿ היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס בלוט־בילבול האָט ניט קיין וואָרצלען אין דער רוסישער אָרטאָדאָקסישער טראַדיציע, ווײַל קיין ייִדן אין רוסלאַנד ביז דער צעטיילונג פֿון פּוילן סוף 18טן יאָרהונדערט זײַנען ניט געווען. פֿאַרקערט, די באַשולדיקונגען פֿון ייִדן אין הרגענען קריסטלעכע קינדער מיט ריטואַלע צוועקן זײַנען געווען זייער פֿאַרשפּרייט אין פּוילן זינט דער תּקופֿה פֿון דער קאַטוילישער קאָנטער־רעפֿאָרמאַציע אינעם 17טן יאָרהונדערט. ניט זעלטן זײַנען אַזעלכע באַשולדיקונגען געווען אויך צווישן די גריכן. און די רוסישע "מומחים" האָבן געקראָגן זייערע ידיעות וועגן די הילכות פֿונעם ייִדישן ריטואַל־מאָרד פֿון די פּוילישע און גריכישע מקורים.

אינטערעסאַנט, אַז אין רוסלאַנד איז די צאָל פֿון קרימינעלע בלוט־בילבול־פּראָצעסן געוואַקסן דווקא אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, און דווקא ניט אויף די אַמאָליקע פּוילישע שטחים׃ אין סאַראַטאָוו אויף דער וואָלגע, אין קוטאַיִסי אין גרוזיע, אין דובאָסאַר אין בעסאַראַביע, און לסוף, דער סאַמע באַקאַנטער, בייליס־פּראָצעס אין קיִעוו. און דאָס אַלץ איז געשען בעת דער ליבעראַלער תּקופֿה פֿון געזעלשאַפֿטלעכער און עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג.

ווײַט ניט אַלע די, וואָס האָבן געגלייבט אינעם ריטואַלן מאָרד, זײַנען געווען פֿינצטערע און צוריקגעשטאַנענע עם־הארצים. צווישן זיי זײַנען געווען באַקאַנטע אינטעלעקוטאַלן, ווי למשל, דער רוסישער קריסטלעכער דענקער פּאַוועל פֿלאָרענסקי און דער שרײַבער וואַסילי ראָזאַנאָוו. זיי זײַנען ניט נאָר געווען זיכער, אַז ייִדן נייטיקן זיך אין קריסטלעכן בלוט פֿאַר מצה, נאָר זיי האָבן אַפֿילו פֿעסט געהאַלטן, אַז דאָס איז דער סימן פֿון דער קדמונישער עכטקייט פֿון דער ייִדישער אמונה. פֿלאָרענסקי האָט איין מאָל אַ זאָג געטאָן צו זײַן שוועסטער׃ "וואָלט איך געווען אַ ייִד און ניט קיין פּראַוואָסלאַוונער גלח, וואָלט איך אַליין אויפֿגעטאָן ווי בייליס, דאָס הייסט, פֿאַרגאָסן יושטשינסקיס בלוט".

אָבער קיין אוהבֿ־ישׂראל איז פֿלאָרענסקי ניט געווען. ער האָט געהאַלטן, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גרויסע סכּנה פֿאַר דער קריסטלעכער וועלט, ווײַל זיי פֿאַרשפּרייטן מאָדערנע אידעען פֿון ליבעראַליזם, הומאַניזם און אַטעיִזם. טיף אין האַרצן האָט ער געהאַלטן, אַז מען וואָלט געדאַרפֿט קאַסטרירן אַלע ייִדן, אָבער דאָס וואָלט געווען קעגן די קריסטלעכע פּרינציפּן. אַנשטאָט דעם, דאַרף מען "שלאָגן דעם עם־ישׂראל, ער זאָל זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן געמיינקייט." ווי עס באַווײַזט דער דײַטשישער פּראָפֿעסאָר מיכאַעל האַגעמײַסטער, זײַנען פֿלאָרענסקיס השׂגות וועגן בלוט און ראַסע נאָענט צו די אָנזיכטן פֿונעם הויפּט–אידעאָלאָג פֿון דײַטשישן נאַציזם אַלפֿרעד ראָזענבערג (וועלכער האָט, אגבֿ, שטודירט אינעם מאָסקווער טעכנישן אוניווערסיטעט פֿאַר דער רעוואָלוציע).

אויף דער ייִדישער גאַס האָט דער בייליס־פּראָצעס נאַטירלעך אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער געשיכטע פֿון בלוט–בילבול. דער צוויישפּראַכיקער רוסיש־ייִדישער מחבר מאיר (מיראָן) ריווקין (1869—1915) האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע שטודיעס פֿונעם בלוט־בילבול אין דער ווײַסרוסישער שטאָט וועליזש, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן. דאָס איז געווען דער לענגסטער פּראָצעס אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט פֿון 1823 ביז 1836. אין 1913, אינעם סאַמע ברען פֿונעם בייליס־פּראָצעס, האָט ריווקין אַרויסגעגעבן זײַן היסטאָרישן ראָמאַן מיטן טיטל "דער וועליזשער בלוט־בילבול".

הגם ריווקינס היסטאָרישער ראָמאַן איז געווען דער ערשטער אין דער ייִדישער שפּראַך, איז דאָס מסתּמא געווען דער ערשטער פּרוּוו אָנצושרײַבן אַ ליטעראַריש ווערק אויפֿן סמך פֿון אַרכיוואַלע און בעל־פּהיקע מקורים, וואָס ריווקין האָט געזאַמלט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. אין משך פֿון צען יאָר האָט דער ראָמאַן אויסגעהאַלטן עטלעכע אויפֿלאַגעס; אַ פּנים, אַז די דאָזיקע מעשׂה האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם ייִדישן לייענער.

ריווקין האָט מחיה־מתים געווען אַ גאַנצע ריי פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע פּאַרשוינען, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער וועליזשער דראַמע. ער האָט אויך אויסגעפֿורעמט אַן אייגענע היסטאָרישע קאָנצעפּציע׃ ער האָט געהאַלטן, אַז די סיבה פֿון אַלע ייִדישע צרות אין וועליזש שטעקט אינעם יד־אחת צווישן די אָרטיקע אוניאַטן (די אוניאַטישע קירך האָט זיך געהאַלטן בײַם אָרטאָדאָקסישן מינהג, אָבער אָנערקענט דעם רוימישן פּויפּסט ווי איר ראָש) און דער רוסישער אַדמיניסטראַציע. די רוסישע מאַכט האָט אַרעסטירט 44 ייִדן און האָט זיי געהאַלטן אין תּפֿיסה אין משך פֿון עטלעכע יאָר, ביז עס האָט זיך אַרײַנגעמישט דער הויכגעשטעלטער באַאַמטער פֿון פּעטערבורג, גראַף מאָרדווינאָוו, וואָס האָט געהאַט אַ מאַיאָנטעק ניט ווײַט פֿון וועליזש און איז געווען גוט באַקאַנט מיט די אָרטיקע ייִדן.

ריווקינס נאָמען און זײַן ווערק זײַנען שוין לאַנג פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער דער זכר פֿון דעם עלילת־דם איז גאַנץ לעבעדיק אין הײַנטיקן רוסלאַנד. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט איינער, אַ גלויביקער קריסט, געשטעלט זײַן גלח אַ פֿראַגע אינעם אינטערנעץ־בלאָג׃ "פֿאָטער, עס איז מיר שווער צו גלייבן, אַז ייִדן הרגענען קריסטלעכע קינדער. איז דאָס אַ חטא? וואָס דאַרף איך טאָן?" דעם גלחס ענטפֿערט איז געווען טיפֿזיניק׃ "מען דאַרף גאָר ניט טאָן. עס וועט קומען די צײַט, ווען דו וועסט אַלץ פֿאַרשטיין."