פּובליציסטיק

בײַ ייִדן איז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כּמעט אַזוי פֿאַרגעטערט ווי עס איז געווען רוזוועלט. כאָטש מיר קענען בשום־אופֿן נישט פֿאַרגעסן די שיף "סיינט לויִס," מיט וואָס דער פֿאַרגעטערטער פּרעזידענט פֿונעם "ניו־דיעל" האָט אונדז ייִדן מכבד געווען בײַם סאַמע אָנהייבן פֿונעם חורבן.

איז פֿאַראַן אַ ייִד, שוין אין אַריכות־ימים, כּן־ירבו, מיטן נאָמען מײַקל, וועלכער האָט מיר אויסגעזאָגט דעם סוד, אַז זײַן ייִדישער נאָמען איז גאָר חיים. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מײַקל זאַיאָנץ מיר צוגעשיקט אַן אַרבעט איבער וועלכער ער האָט זיך געסטאַרעט איבערצוזעצן פֿון פּויליש אויף ייִדיש, פֿאַרן "פֿאָרווערטס" טאַקע. האָב איך אים געראַטן ער זאָל עס צושיקן דירעקט צום רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער. האָט ער זיך אַ טראָפּ געקווענקלט. ווי איינער זאָגט, דיך קען איך שוין יאָרן, איז בעסער עס אויס און דערלאַנג עס אויפֿן ריכטיקן אַדרעס.

דער זעלבער מײַקל (חיים) זאַיאָנץ איז אָפּגעווען מיט זײַן משפּחה אין פּוילן פֿון 1946 ביז 1959. אַזוי, אַז די קינדער האָבן שוין דאָרט פֿאַרענדיקט די הויכשולן, זיך צוגעאייגנט וויכטיקע פּראָפֿעסיעס. ערשט דעמאָלט זײַנען זיי געקומען קיין אַמעריקע. זעט אויס, אַז מײַקל האָט זיך אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דעם אַמעריקע און געוואָרן אַ מבֿין אויפֿן גרויסן להבֿדיל צווישן פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. האָט ער גענומען אַרײַנקוקן אין די אַמעריקאַנער ימי־בראשית; ס׳הייסט, געוואָלט וויסן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן. דער עיקר, האָט אים אימפּאָנירט דער ערשטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש וואַשינגטאָן, מיט זײַן גבֿורה און עטיק. ער האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין די פֿאַרצײַטיקע שריפֿטלעכע דאָקומענטן וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן פֿונעם ערשטן פּרעזידענט. דער עיקר, איז אים געגאַנגען אין לעבן ווי אַזוי וואַשינגטאָן האָט געהאַנדלט לגבי אונדז, ייִדן, און זײַן עטיק; ייִדן זאָלן וויסן ווי עס זײַנען צוגעגאַנגען אונדזערע ערשטע טריט אין דער גאָלדענער מדינה.

מאָלט אונדז מײַקל זאַיאָנץ אויס אַ בילד פֿונעם יאָר 1790, אין ניו־פּאָרט, ראָוד־אײַלענד, ווען אַמעריקע איז נאָך געלעגן אין די ווינדעלעך און געחלומט פֿון גלײַכע רעכט, און אָט וואָס דער מחבר פֿון דעם צוגעשיקטן מאַטעריאַל האָט אויסגעפֿונען.

אין אויגוסט 1790, האָט דער פֿירער פֿון דער "היברו קאָנגרעגיישן אין ניו־פּאָרט, ראָוד־אײַלענד" צוגעשיקט אַ באַגריסונג צום נײַ־אויסדערוויילטן פּרעזידענט פֿון די פּאַראייניקטע שטאַטן. (כאָטש די שטאַטן זײַנען נאָך דעמאָלט נישט געווען לגמרי פֿאַראייניקט), האָבן די דאָרטיקע ייִדן זיך געוואָנדן מיט אַ שריפֿט צו דער קבלת־פּנים פֿונעם ערשטן פּרעזידענט אין ראָוד־אײַלענד גופֿא. ווי עס זעט אויס האָט דער שטאַט ראָוד־אײַלענד שטאַרק געליטן פֿון דער רעוואָלוציאָנערער מלחמה צווישן ענגלאַנד און דער ערשט אויסגעבריטער מדינה וואָס איז נאָך דעמאָלט געלעגן אונטער דער פֿויסט פֿון דער בריטישער אימפּעריע.

אין יענער צײַט האָבן די אײַנוווינער פֿון ראָוד־אײַלענד פֿאַרלאָזט זייער נאָך נישט קיין אײַנגעפֿונדעוועטע היים. זײַנען דאָרט בלויז געבליבן די "טאָריס," דאָס הייסט, די פּאָליטישע ענגלישע פּאַרטיי־אַפֿיליִיִרטע בירגער. ווען די אַמעריקאַנער האָבן באַזיגט די ענגלענדער, זײַנען די "טאָריס" אויך אַוועק. דזשאָרדזש וואַשינגטאָנס וויזיט איז געווען נישט מער ווי אַ צערעמאָניאַל. לויט דער אַמעריקאַנער געשיכטע קומט אויס, אַז ניו־פּאָרט איז צו יענער צײַט געווען גאַנץ גאַסטפֿרײַנדלעך צו ייִדן, וועלכע האָבן צו יענער צײַט געציילט נישט מער ווי אַן ערך 300 נפֿשות.

דער פֿירער פֿון דער קהילה, מאָזעס סעיקסאַס, האָט דעמאָלט באַצייכנט די ייִדן ווי די "קינדער פֿון אַבֿרהם." די ראָוד־אײַלענדער ייִדן האָבן אויסגעדריקט זייער דאַנקבאַרקייט און דערקלערט, אַז דער זעלבער גאָט וואָס האָט באַשיצט דעם קעניג דוד (דוד המלך) האָט אויך באַשיצט דעם גענעראַל דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

דער וואַשינגטאָנער בריוו צו דער ייִדישער קהילה אין ניו־פּאָרט האָט געדינט ווי אַ גרונטשטיין פֿון אַמעריקעס רעליגיעזער פֿרײַהייט אין לאַנד, געשטיצט אויפֿן פּרינציפּ פֿון אָפּטיילונג צווישן קירך און שטאַט; אַ צוזאָג, אַז מען וועט דאָ נישט רודפֿן פֿרעמדע רעליגיעס. אונטערגעשריבן — דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

לויט ווי עס שרײַבט מײַקל זאַיאָנץ, איז ער גאָר געוואָרן אַנטציקט פֿון אונדזער ערשטן פּרעזידענט אין לאַנד. איך אָבער, האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן איז געווען סײַ אָנגעשטעקט פֿונעם פּאָעט און פֿילאָסאָף קאַליל גיבראַן, סײַ פֿון אונדזער אייגענעם קהלת (שלמה המלך), וואָס האָט געוואָלט אויסטײַטשן סײַ דעם מענטשן און סײַ זייער לעבן ווי אַ וועגווײַזער.

זעט אויס, אַז אונדזער ערשטער פּרעזידענט האָט זיך נישט נאָר נישט באַנוגנט מיט זײַן געלונגענעם נצחון, נאָר אַז ער האָט אויך געהאַט אין זינען צו דערציִען זײַן ערשט געבוירן פֿאָלק דורך קלוגע און פּראַקטישע עצות אין דער באַציִונג צווישן מענטש און זײַן אַרום. מײַקל זאַיאָנץ ציטירט וואַשינגטאָנען אין זײַן איבערזעצונג פֿון פּויליש בזה־הלשון:

• אין דער אָנוועזנהייט פֿון אַנדערע, זינג נישט אונטער פֿאַר זיך אונטער דער נאָז, פֿײַף נישט און קלאַפּ נישט מיט די פֿינגער.

• האַק נישט איבער די רייד ווען יענער רעדט.

• זיץ נישט ווען אַנדערע שטייען.

• ווען דו רעדסט, שטיי נישט מיט דער פּלייצע צו יענעם.

• לייען נישט קיין צײַטונג אָדער בוך ווען דו געפֿינסט זיך אין דער געזעלשאַפֿט פֿון אַנדערע. אין אַ נויט, בעט דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן.

• דער אויסדרוק אויף דײַן פּנים דאַרף זײַן אַן אָנגענעמער, אַ חוץ ווען מען רעדט וועגן אַן ערנסטן ענין.

• ווײַז נישט אַרויס קיין צופֿרידנקייט אויף יענעמס אומגליק; אַפֿילו נישט, ווען עס האָט צו טאָן מיט דײַן פֿײַנט.

• ווער נישט צעהיצט בעת אַ שמועס מיט מענטשן וואָס שטייען אויף אַ גײַסטיק העכערער מדרגה פֿון דיר, נאָר זאָג אַרויס דײַן מיינונג אויף אַן איידעלן אופֿן.

• אויב דו ווילסט עמעצן קריטיקירן דאַרפֿסטו זיך פֿריִער גוט באַרעכענען, צי קענסטו עס זאָגן אין דער אָנוועזנהייט פֿון אַנדערע.

• לאַך נישט פֿון קיין ערנסטער זאַך, אַפֿילו ווען דו אַליין גלייבסט נישט אין דעם.

• זײַ נישט איבערגלייביק.

• ס׳איז בעסער צו זײַן אַליין איידער אין אַ שלעכטער געזעלשאַפֿט.

• דײַנע ווערטער דאַרפֿן זײַן פֿרײַ פֿון כּעס.

• זײַ נישט שעמעוודיק בעת אַ שמועס.

• דײַנע חלומות דערצייל נאָר נאָענטע.

אָט האָט איר די קלוגע רייד, די מאַנירן, די עטיקעטן מיט די פּאָרטרעטן מיט וועלכע דזשאָרדזש וואַשינגטאָן האָט געקאָרמעט זײַן, צו יענער צײַט פּרימיטיוו פֿאָלק. און אויב איר מיינט, אַז וואַשינגטאָן האָט דאָס אַלץ אויסגעקלערט, מאַכט איר אויך אַ טעות, ווײַל אונדזער קהלת, דאָס הייסט, דער קליגסטער פֿון אַלע מלכים, שלמה המלך, האָט שוין מיט טויזנטער יאָרן צוריק אַנטדעקט אַז ס׳איז נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון, אַז ער אַליין האָט זיכער געשעפּט זײַן חכמה פֿון יענע וואָס זײַנען געווען פֿאַר אים. ווי זאָגט ער:

• אַ גוטער נאָמען איז בעסער פֿון גוטן בוימל.

• בעסער הערן די קריטיק פֿון אַ קלוגן, איידער הערן דאָס לויבגעזאַנג פֿון אַ נאַר.

• זאָלסט נישט זײַן האַסטיק אין דײַן געמיט צו ווערן אין כּעס, וואָרעם כּעס רוט אין בוזעם פֿון נאַראָנים.

• אַ מענטשנס חכמה באַלײַכט זײַן פּנים.

• דער וואָס גראָבט אַ גרוב פֿאַר יענעם פֿאַלט אין איר אַליין אַרײַן.

• אַ סעודה מאַכט מען פֿון פֿריילעכקייט וועגן, און ווײַן מאַכט לוסטיק דאָס לעבן. אָבער געלט באַוועגט זיי אַלע.

• לאָז אַוועק דײַן ברויט אויפֿן וואַסער, וואָרעם פֿריִער אָדער שפּעטער וועסטו עס געפֿינען.

אַ סימן אַז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן האָט געלייענט קהלת און פֿון דאָרט געשעפּט זײַן חכמה. און מײַקל זאַיאָנץ האָט געלייענט דזשאָרדזש וואַשינגטאָנס חכמות און געשטוינט פֿון זײַן קלוגשאַפֿט. ווי זאָגט קהלת: "נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון."

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, בין איך שטאַרק באַפֿרײַנדט מיט מײַקל זאַיאָנצעס שנור, אַננאַ זאַיאָנץ־פֿריילעך. זי איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּויליש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך הער, אַז זי איז אַ טײַערע פּאָעטעסע, און דרוקט אירע ביכער אין פּוילן. און ווען מיר טרעפֿן זיך אין דער ליפֿט, צי אויפֿן קאַמפּוס, פֿרעגט מען זיך נאָך וועגן די קינדער און אייניקלעך, און זי רעדט אַלע מאָל וועגן איר שווער, מײַקל זאַיאָנץ, דעם ייִדיש־קענער און איבערזעצער פֿון איר פּאָעזיע אויף ייִדיש. וויל זיך מיר ווינטשן דעם פֿרײַנד זאַיאָנץ גוטע, געזונטע יאָר, און זאָל ער נישט אויפֿהערן צו שרײַבן.