פּובליציסטיק

ליטעראַרישע איבערזעצונג איז אַ שווערע מלאָכה און אַן עכטע קונסט, וואָס פֿאָדערט אַ סך מי און קאָנצענטראַציע. אַזוי ווי אַ געניטער זייגערמאַכער, מוז אַ גוטער איבערזעצער באַטראַכטן און אַרײַנשטעלן יעדן קליינעם פּרט אויפֿן ריכטיקן אָרט, כּדי דאָס ווערק זאָל קלינגען אויף אַ צווייטער שפּראַך לײַכט און נאַטירלעך. זײַטיקע אומפּראָפֿעסיאָנעלע עצות, בפֿרט ווען זיי האָבן בפֿירוש צו טאָן מיט אידעאָלאָגיע, ברענגען דאָ בלויז אַ היזק. פּונקט אַזוי, אויב עמעצער וועט אויסטראַכטן אַן אידעאָלאָגישן קאַנאָן פֿון צאָן-רעדלעך, נישט האָבנדיק קיין השׂגה אין זייגערמאַכערײַ, וועלן זיך בײַ אים באַקומען, אַנשטאָט זייגערס, אויסטערלישע נוצלאָזיקע שפּילעכלעך, וועלכע טויגן אויף כּפּרות.

ס׳איז שווער אויסצומײַדן מאָדנע קוריאָזן, ווען אַ מענטש, וועלכער קען מער־ווייניקער ענגליש, אָבער כּמעט נישט קיין ייִדיש, זעצט איבער יצחק באַשעוויסן פֿון ענגליש אויף רוסיש. אַ העלד מיטן פֿאַמיליע־נאָמען קאָן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין "קאָכן", און די באַקאַנטע שדיכע, אַ חבֿרטע פֿון לילית מיטן נאָמען נעמה, קריגט אַ נאָמען, וואָס קלינגט אַפֿילו מער טײַוולאָניש — "נאַמאַך". דער סוד פֿון אַזעלעכע מאָדנע נעמען שטעקט אין דעם, וואָס דער איבערזעצער מיינט, אַז דער שטומער ענגלישער "הא", אין אַזעלכע ווערטער ווי "Kohn" אָדער "Naamah", מוז אַלעמאָל קלינגען אויף רוסיש ווי אַ "חת".

מילא, ווען מע זעצט איבער אַ בוך פֿאַר אַן עולם, וואָס האָט נישט קיין השׂגה אין דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל, קאָן אַזאַ איבערזעצונג באַקומען גוטע רעצענזיעס, הגם פֿאַר אַ קענער פֿון דער אָריגינעלער שפּראַך זעט זי אויס ווי אַ צעבראָכענער זייגער, וואָס זאָגט "קו־קו", ווען עס האָט געדאַרפֿט זײַן שטיל, און שטעלט זיך פּלוצעם אָפּ, ווען עס וואָלט געדאַרפֿט שלאָגן צוועלף מאָל. אין דער אמתן, איידער מע נעמט זיך צו דער איבערזעצונג, מוז מען זיך באַקענען, לכל־הפּחות, מיט די עלעמענטאַרע יסודות פֿון דער אָריגינעלער שפּראַך און אויך אויסמײַדן, אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך, אומדירעקטע איבערזעצונגען פֿון אַ צווייטער שפּראַך אויף אַ דריטער.

די הײַנטיקע רוסישע ביכער־קראָמען זענען פֿאַרפֿלייצט מיט שוואַכע איבערזעצונגען. ס׳זעט אויס, אַז אַפֿילו ענגלישע ביכער טײַטשט מען צומאָל איבער דורך אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, און דערנאָך בעסערט מען דעם טעקסט אַ ביסל אויס, כּדי עס זאָל נישט קלינגען אינגאַנצן אומגעלומפּערט. פֿונדעסטוועגן, איז ענגליש הײַנט גאַנץ פּאָפּולער אין רוסלאַנד, אַזוי ווי — אויף אַ קלענער מאָס — אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. דעריבער איז עס נישט אַזוי שווער צו געפֿינען, אויב מע וויל, אַ פּראָפֿעסיאָנעלן גוטן איבערזעצער.

די מעשׂה מיט ייִדיש און אַנדערע ווייניקער באַקאַנטע שפּראַכן, איז אָבער אַנדערש. בלויז אַ טוץ רוסישע איבערזעצער קענען זיי טאַקע גוט, און עס פֿעלן ביכער און פֿאָרמעלע בילדונג־אינסטיטוציעס, וווּ מע קאָן זיי אויסלערנען. אינעם יאָר 2007 האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "לחיים" באַשלאָסן צו פֿאַרבעסערן די סיטואַציע און אַרויסגעגעבן אַ ספּעציעל בוך פֿון סיסטעמאַטישע כּללים פֿונעם "ריכטיקן ייִדישן אויסלייג".

דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם דערמאָנטן פֿאַרלאַג, ברוך גאָרין, איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, און זײַן אָרגאַניזאַציע איז טיף פֿאַרבונדן מיט די חב״ד־אָרגאַניזאַציעס. אין די 1990ער יאָרן פֿלעגט דער ליובאַוויטשער זשורנאַל "לחיים" האָבן אַ זײַט, אָנגעשריבן אויף אַ גוטן ייִדיש. במשך פֿון דער צײַט האָט דער זשורנאַל אָנגעהויבן פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאַרשיידענע בײַלאַגעס, ווי אויך סידורים, הגדות און אַנדערע פֿרומע מאַטעריאַלן. שפּעטער, האָבן די פֿאַרלעגער זיך פֿאַרנומען מיט אַזעלכע וועלטלעכע ייִדישע קלאַסיקער, ווי באַשעוויס און שלום־עליכם.

די ליובאַוויטשער פֿאַרלעגער זענען נישט אַזעלכע גראָבע עם־הארצים, און וואָלטן נישט איבערגעזעצט, למשל, דעם נאָמען פֿונעם באַקאַנטן חב״ד־דרשן, יואל קאַן, ווי "דזשאָעל קאַכן". אינעם בוך וועגן דעם "ריכטיקן אויסלייג", דערקלערן די מחברים — מ. יהלום, ש. אַקסענפֿעלד און מ. גוטהאַרץ — ווי אַזוי איבערצוגעבן אויף רוסיש די מאָדערנע ישׂראלדיקע העברעיִשע הבֿרה. זייער בוך, וואָס הייסט "מעטאָדישע פּרינציפּן פֿון איבערגעבן ייִדישע נעמען און טערמינען", איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַ קאָמפּיוטער־פֿאָרמע צווישן די רעדאַקטאָרן פֿון רוסישע ביכער אויף ייִדישע טעמעס, כּדי צו שאַפֿן אַן אַלגעמיינעם סטאַנדאַרט.

מײַנער אַ חבֿר, אַ געניטער און באַגאַבטער פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער, וועלכער קען גוט ייִדיש און פֿאַרעפֿנטלעכט רוסישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע קלאַסיקער, וועלכע קלינגען נאַטירלעך און זענען געטרײַ צום אָריגינאַל, האָט נישט לאַנג צוריק אָפּגעגעבן זײַן נײַע איבערזעצונג אין רעדאַקציע, און באַקומען צוריק אַ טעקסט, וואָס גרילצט אין די אויערן און שווינדלט אין די אויגן.

די העלדן, מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזישע ייִדן, האָבן פּלוצעם באַקומען אַזעלכע נעמען, ווי זיי וואָלטן געוווינט אין דער הײַנטיקער חיפֿה אָדער תּל־אָבֿיבֿ: חיים־משה איז געוואָרן אויף רוסיש "חיים־מאַשע" (מיט אַ פּתח אַנשטאָט אַ קמץ) און יצחק־בער איז געוואָרן "איצכאַק־בער", הגם אַזאַ טאָפּלטער נאָמען איז, מסתּמא, אוממעגלעך צו טרעפֿן אַפֿילו אין ישׂראל: אַ ספֿרדישער ייִד אָדער אַ "סאַברע", וואָס רעדט אַרויס זײַן נאָמען ווי "איצכאַק", וואָלט נישט געטראָגן דעם צווייטן נאָמען "בער", און אַ חסיד רב בערל פֿון מאה־שערים אָדער אַנטווערפּן וואָלט זיך זיכער גערופֿן "ייִצכאָק".

אַן אַנדער דערעסנדיקע אויסטערלישקייט פֿון דער רעדאַקציע באַשטייט אין דעם, וואָס העברעיִשע טערמינען ווערן כּסדר פֿאַרשריבן מיט אַ קורסיוו־שריפֿט, און דער אות "הא" ווערט איבערגעגעבן מיט אַ ספּעציעלן נײַעם אות — "ѓ" — וואָס אין דער נאָרמאַלער רוסישער שפּראַך איז בכלל נישט פֿאַראַן. מע קאָן עס נאָך פֿאַרשטיין, ווען אַזאַ ספּעציפֿישער סימבאָל ווערט אויסגענוצט אין אַ טייל סידורים, כּדי איבערצוגעבן די פּינקטלעכע פֿאָנעטיק פֿונעם אָריגינאַל. אָבער פֿאַר אַ ברייטערן עולם, וואָס וויל הנאָה האָבן פֿון אַ ראָמאַן, זעט אויס אַזאַ "היעראָגליף" גאַנץ נודנע, בפֿרט ווען דאָס וואָרט ווערט דערצו אָפּגעדרוקט מיט אַן אַנדער שריפֿט.

דער ייִדישער נאָמען אַהרן ווערט געוויינטלעך איבערגעגעבן אויף רוסיש ווי "אַראָן" אָדער "אַרן", ווי מע פֿלעגט טראַנסקריבירן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד די נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער. לויט די כּללים פֿונעם נײַעם ביכל, מוז מען אָבער שרײַבן "אַהאַראָן" ("Аѓарон"). פֿאַר אַ רוסיש אויג, זעט אויס אַזאַ אָרטאָגראַפֿיע משונהדיק.

מילא, מײַן חבֿר האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצוצײַגן די רעדאַקציע, אַז אַזעלכע כּללים פֿונעם "ריכטיקן אויסלייג" טויגן נישט פֿאַר אַ ליטעראַרישער איבערזעצונג. אַ סך אַנדערע ביכער קומען אָבער אַרויס, אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿונעם פֿאַרלאַג "לחיים", דווקא מיט אַזאַ אומלייענבאַרן אויסלייג. למשל, איז די רוסישע ווערסיע פֿון דוד ראָסקיסעס בוך "די בריק פֿון באַגער" פֿול מיט אַזאַ אויסלייג אויף שריט און טריט. אַגבֿ, דער מחבר אַליין הייסט אויף רוסיש אויפֿן ענגלישן שטייגער, צוליב אומקלאָרע סיבות: "דעוויד" אַנשטאָט דוד.

אַחוץ פֿאַרשיידענע כּללים, געפֿינט זיך אינעם אויסלייג־ביכל אַ גרייטע רשימה פֿון באַקאַנטע רבנים און אַנדערע פּערזענלעכקייטן, וואָס זייערע נעמען זענען געביטן געוואָרן אויף אַ "ריין־סאַברישן" שטייגער, צומאָל אויסגעמישט אויף אַן אומלאָגישן אופֿן מיט גרײַזיקע עלעמענטן פֿון ייִדיש. צום בײַשפּיל, וואָרענען די מחברים, אַז דעם נאָמען ישעיה האָראָוויץ מוז מען פֿאַרשרײַבן ווי "Йешаяѓу Ѓоровиц" און נישט ווי "Шие Ѓоровиц" ("יעשאַיאַהו" אַנשטאָט "שיִע"). קומט אויס, אַז די מחברים האָבן נישט געוווּסט דעם חילוק צווישן "שיִע" און "שײַע". די ליובאַוויטשער רביים, שוין אָפּגערעדט פֿון אַנדערע, האָבן די מחברים אויך נישט געזשאַלעוועט: רבי שלום־בער שניאורסאָן איז געוואָרן "שאַלאָם־בער", רבי מנחם־נחום פֿון טשערנאָביל איז געוואָרן "מענאַכעם־נאַכום"; שבתי בן יצחק סופֿר, אַ רבֿ פֿון לובלין, איז געוואָרן "שאַבטײַ בען איצכאַק סאָפֿער"; רבי יעקבֿ בן אַהרן פֿון קאַרלין איז געוואָרן "יאַאַקאָוו בען אַהאַראָן".

מיט הונדערט יאָר צוריק האָבן אַ סך ייִדן גערופֿן זייער מאַמע־לשון "זשאַרגאָן", אָן קיין שום נעגאַטיווער קאָנאָטאַציע. אַפֿילו זאבֿ זשאַבאָטינסקי, וועלכער האָט זיך באַצויגן, ווי אַ מיליטאַנטיש־רעכטער ציוניסט, גאַנץ נעגאַטיוו צום מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטלדיקן לעבן, האָט געהאַט וואַרעמע געפֿילן צו ייִדיש. ער האָט געשריבן, אַז אויב מע וועט דערציִען די קינדער מיט אַ פֿאַראַכט צו ייִדיש, וועלן זיי אויך דערצויגן ווערן מיט אַ פֿאַראַכט צו די מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. ווי מע זעט פֿון זשאַבאָטינסקיס ווערק, האָט ער פּערזענלעך ליב געהאַט ייִדיש, אָבער איז געווען גרייט מקריבֿ צו זײַן ייִדיש לטובֿת העברעיִש, צוליב אידעאָלאָגישע סיבות.

אין סוף 1980ער יאָרן זענען אָנגעקומען קיין רוסלאַנד די שליחים פֿון סוכנות און אַנדערע ישׂראלדיקע ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַצויגן צו ייִדיש און צו דער אַשכּנזישער קולטור מיט אַן אָפֿענער אויסגעשפּראָכענער שׂינאה. אַ טייל פֿון זיי האָבן אַקטיוו געשטערט אַלע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו ייִדיש, און אַגרעסיוו געדרשנט, אַז אַ ייִד מוז רעדן "רק עבֿרית". די דאָזיקע טוער האָבן פֿאַרשפּרייט די אַטמאָספֿער, פֿון וועלכער עס וואַקסן אַרויס די פֿיס פֿונעם נײַעם אויסלייג־בוך.

און איצט? הײַנט פֿילט זיך אין גאַנץ רוסלאַנד אַ בפֿירושער מאַנגל פֿון קולטור. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון דער יוגנט איגנאָרירט די גראַמאַטישע כּללים און מישט אַרײַן אין זייער רוסיש פֿאַרשיידענע זשאַרגאָן־ווערטלעך, וועלכע זיי לערנען אויס און שאַפֿן אַליין אויף דער אינטערנעץ. די הײַנטיקע רוסלענדישע ייִדן האָבן נישט, על־פּי־רובֿ, אַזעלכע שאַרף־נעגאַטיווע געפֿילן לגבי ייִדיש, ווי מיט 20 יאָר צוריק. אַדרבה, ייִדיש ווערט הײַנט נישט זעלטן באַטראַכט ווי אַ מין עליטאַרע שפּראַך — אַ סימן פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך הויכער ייִדישער בילדונג.

צוליב יענער "סוכנות"־אידעאָלאָגיע פֿון די 1980—1990ער יאָרן, איז אָבער דווקא העברעיִש געוואָרן אין געוויסע קרײַזן אַ נײַער זשאַרגאָן — דאָס מאָל אין אַ בפֿירוש נעגאַטיוון זין פֿון וואָרט. לויט אַ טייל קולטור־טוער, מוז מען איבערגעבן אַלע ייִדישע ווערטער אויף רוסיש דווקא אויף אַ געוויסן כּמו־ישׂראלדיקן שטייגער, מיט אַ קורסיוו־שריפֿט און מאָדנע "היעראָגליפֿן", אויב אַפֿילו אַזאַ אויסלייג קלינגט אומלאָגיש, אומהיסטאָריש און "זשאַרגאָניש".