ברײַנע שובאַק |
נאָך דעם אַרטיקל פֿון מכדכי דוניץ וועגן דער פּטירה פֿון דער אונטערערדישער העלדין בראָניע קליבאַנסקי ("פֿאָרווערטס", אַפּריל 29 — מײַ 5, ז׳ 7), האָבן מיר באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג פֿון אַ לייענערין, ברײַנע שובאַק, מער באַקאַנט ווי "בובאַ" צו אירע פֿרײַנד און משפּחה, וועלכע וווינט הײַנט אין ברוקלין. "ווי קען איך באַקומען די שריפֿטן פֿון בראָניע קליבאַנסקי", האָט זי אַ פֿרעג געטאָן. "איך געדענק זי פֿון דער ביאַליסטאָקער געטאָ און איך האָב נישט געוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה. איך בין שוין געווען אין ישׂראל עטלעכע מאָל, און מײַנע ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט האָבן מיר קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זי געפֿינט זיך אין ישׂראל".
ברײַנע שובאַקס׳ (געבוירן ברײַנע דראַנזין) אייגענע געשיכטע בעתן חורבן איז נישט ווייניקער פֿאַרכאַפּנדיק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין ביאַליסטאָק אין אַ משפּחה פֿון שמידן. איר טאַטע איז יונג געשטאָרבן, אָבער פֿיר עלטערע ברידער האָבן ווײַטער געאַרבעט ווי שמידן אין דער שטאָט.
די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט אין יוני 1941 און תּיכּף אַרעסטירט גרופּעס ייִדן און זיי דערשאָסן. אירע ברידער זענען געווען צווישן די קרבנות פֿון דער אַקציע, וואָס איז געשען אין אַ זונטיק, האָט מען די קרבנות גערופֿן "די זונטיקדיקע". ברײַנע האָט געוווינט אין געטאָ מיט די טאַטע־מאַמע, אַן עלטערער שוועסטער און איר קליין קינד.
קיין עסן אין געטאָ איז נישט געווען, אָבער ברײַנען האָט אָפּגעגליקט, און מע האָט זי גענומען צו אַרבעטן אין דער באַן־סטאַנציע. ביאַליסטאָק איז צו יענער צײַט געוואָרן אַ וויכטיקער שיידוועג פֿאַר די באַנען וואָס האָבן צוריקגעפֿירט פֿאַרוווּנדיקטע דײַטשע סאָלדאַטן פֿונעם פֿראָנט; ייִדישע פֿרויען האָט מען געניצט אויפֿצוראָמען די סטאַנציע.
יעדער ייִד האָט געדאַרפֿט האָבן פּאַפּירן אַרײַן־ און אַרויסצוגיין פֿון דער געטאָ, אָבער אַז מען איז שוין אַרויס, האָט מען געקענט צודעקן דעם געלן מגן־דוד און זיך פֿאַרשטעלן ווי אַ פּאָליאַטשקע. איין מאָל, איז ברײַנע געקומען צוריק צו דער אַלטער היים, צו דער קוזניע, און מיטגעבראַכט אַ קידושין־פֿינגערל, זי זאָל קענען דאָס אויסבײַטן אויף עסן. ווען די פּוילישע שכנה האָט זי דערזען, אַ פֿרוי וואָס האָט לאַנגע יאָרן געוווינט לעבן זיי און געווען אין גוטע באַציִונגען, האָט זי אָנגעהויבן צו שעלטן ברײַנען — "דו פּאַסקודנע ייִדענע" — און געסטראַשעט זי אויסצוגעבן צו די נאַציס. זי איז פֿון דאָרטן גיך אַוועק.
בײַם אָהייב האָבן געאַרבעט 150 פֿרויען בײַ דער באַן־סטאַנצע, אָבער דערנאָך האָט מען געלאָזט נאָר אַכט צו אַרבעטן ווײַטער, און ברײַנע איז געבליבן צווישן זיי. איין מאָל אַ וואָך זענען געקומען די אונטערערדישע שליחים חײַקע גראָסמאַן און בראָניע קליבאַנסקי צו זייער באַן־גרופּע. איין מיידל האָט זי געקענט פֿון "השומר־הצעיר". בשעת ברײַנע און די אַנדערע זענען אַרויסגעקומען פֿון געטאָ צו אַרבעטן אין דער באַן־סטאַנצע, האָט מען גראָסמאַן און קליבאַנסקי געגעבן זייערע דאָקומענטן, כּדי זיי זאָלן קענען אַרײַנגיין אין געטאָ איבערצוגעבן די נײַעס און סטראַטעגיע צו זייערע פֿאַרבינדלער פֿון דער באַוועגונג. ס׳רובֿ ייִדן האָבן געוואָלט זיך אַרויסגנבֿענען פֿון דער געטאָ, אָבער די צוויי פּאַרטיזאַנקעס האָבן זיך "פֿאַרשטעלט" פֿאַר ייִדן, כּדי זיי זאָלן קענען אַרײַן אין געטאָ. ווען זיי האָבן פֿאַרענדיקט זייער שליחות, האָבן זיי אומגעקערט די דאָקומענטן און געוואָרן צוריק "פּאָליאַטשקעס."
אין ביאַליסטאָק, נאָך דעם ווי די אַרבעט אין באַן־סטאַנציע האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָט ברײַנע געפֿונען אַרבעט אין אַ פֿאַבריק. דאָרט האָט זי אויסבאַהאַלטן איר מאַמען אונטערן טיש. אַפֿילו ווען אַ דײַטשער אָפֿיציר איז אַרײַן אין פֿאַבריק און געסטראַשעט, אַז אויב ער געפֿינט דאָרט אַ ייִד וואָס ווערט אויסבאַהאַלטן, וועט ער יעדן דערשיסן, האָט זי נישט אויסגעזאָגט און האָט ריזיקירט מיט די לעבנס פֿון דער גאַנצער גרופּע.
פֿאַר דער ליקווידאַציע אין ביאַליסטאָק איז פֿאָרגעקומען אַ ווידערשטאַנד אין געטאָ, אין אויגוסט 1943, און אַן ערך הונדטער ייִדן זענען אַנטלאָפֿן. פֿון די 50,000 ייִדן וואָס האָבן געלעבט אין געטאָ, זענען טויזנטער פֿריִער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די לאַגערן. דרײַסיק טויזנט האָט מען געטריבן מײַלן צו פֿוס, און ברײַנע איז געגאַנגען מיט איר שוועסטער, אַ קינד, און דער מאַמען. ווען מע האָט געמאַכט אַ סעלעקציע, האָט מען די מאַמע מיט דער שוועסטער און קינד, געשיקט אויף רעכטס, צום טויט, און ברײַנע — אויף לינקס. מער האָט זי זיי נישט געזען.
ברײַנע שובאָק איז דערנאָך אָפּגעשיקט געוואָרן קיין מײַדאַנעק און פֿון דאָרטן, מיט נאָך אַ טראַנספּאָרט, צו פֿאַרשיידענע לאַגערן, וווּ אַ סך זענען געשטאָרבן פֿון קרענק און הונגער. ווען די דײַטשן האָבן באַדאַרפֿט שנײַדערקעס, איז ברײַנע אַוועק פֿון דאָרטן צו אַ פֿאַבריק צו נייען ווײַסע כאַלאַטן פֿאַר די דײַטשע סאָלדאַטן אין סטאַלינגראַד. איין מאָל האָבן די דײַטשן באַשולדיקט די אַרבעטער אין סאַבאָטאַזש; יעדער האָט געדאַרפֿט באַקומען צען שמיץ. ברײַנע האָט זיך באַהאַלטן אין אַ ריזיקן באַרג מאַטעריאַל (זי האָט זיך דאָרטן אָנגעשטויסן אין נאָך אַ מיידל). אַ דײַטש האָט אַרײַנגעשטעקט אַ ביקס צו זען, צי עמעצער געפֿינט זיך נישט אינעם באַרג, אָבער דער באַרג איז געווען אַזוי גרויס, אַז דער ביקס האָט נישט דערגרייכט די צוויי מיידלעך.
דערנאָך, לעבן בליזשען, האָט מען געאַרבעט פֿאַר אַ פּריץ, געוווינט אין אַ שײַער, און געאַרבעט אין פֿעלד. דאָס איז שוין גוט געווען, ווײַל די געפֿאַנגענע ייִדן האָבן געגעסן וואָס איז געוואַקסן, אַפֿילו גראָז.
ווען דער רוסישער פֿראָנט האָט זיך דערנענטערט, האָבן די דײַטשן מיטגענומען די ייִדן, און זיי געפֿירט אין טראַנספּאָרטן פֿול מיט בלײַ. אין אוישוויץ זענען זיי געווען נישט מער ווי פֿיר וואָכן, און ווײַטער געפֿאָרן צו אַן אַמוניציע־פֿאַבריק, וווּ נאָר ייִדישע פֿרויען און ציגײַנער האָבן געאַרבעט מיט צעשמאָלצענעם בלײַ בײַ גאָר הייסע אויוונס.
אין נאָוועמבער 1944 האָבן די דײַטשן זי געבראַכט אין בערגען־בעלזען, וווּ די קרעמאַטאָריעס זענען שוין געווען צעבראָכן. ווען די בריטישע באַפֿרײַערס זענען אָנגעקומען, האָט מען די קאַצעטלער נאָך אַלץ געהאַלטן אָפּגעזונדערט אין לאַגער, צוליב די אָנשטעקיקע קרענק. ברײַנע האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט צו אַ דײַטשן בלאָק צו זוכן עסן. זי האָט אַוודאי געמיינט, אַז די דײַטשן זענען שוין לאַנג אַנטלאָפֿן. אָבער נאָך דעם ווי זי האָט אויסגעפֿונען אַ טאַש מיט שפּײַז, האָט אַ דײַטש זיך באַוויזן מיט אַ ביקס. "גיב מיר אָפּ מײַן טאַש" האָט ער זיך צעשריִען און געסטראַשעט זי צו שיסן. זעט אויס, אַז איר הונגער איז געווען שטאַרקער ווי די מורא פֿאַרן טויט, און זי האָט געכאַפּט דאָס עסן און אַוועקגעלאָפֿן. די גוטע עסנס אינעם טאַש האָבן קאַליע געמאַכט די מאָגנס פֿון דער גרופּע ביאַליסטאָקער מיידלעך, און ווען נישט די בריטישע סאָלדאַטן אין דער נאָענט וואָלטן זיי געוויס געשטאָרבן.
דאָס אַלץ האָט ברײַנע שובאַק אונדז דערציילט, אינספּירירט פֿונעם אַרטיקל וועגן בראָניע קליבאַנסקי. הײַנט וווינט זי אין ברוקלין, אַן אַלמנה, און מיר ווינטשן איר געזונט און נחת מיט דער משפּחה.