אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן פֿון סיריע שפּרינגען זונטיק איבער אַ שטעכלדראָט פּלויט אַרײַן אינעם ישׂראלדיקן גולן |
Credit: Getty Images |
מען וואָלט שוין געקענט אָפּגעבן מדינת־ישׂראל אַ "מזל־טובֿ", ווען נישט דער אָך און וויי צו אַזאַ שׂימחה... נאָך 63 יאָר פֿלעכט זיך ענדלעך די ייִדישע מדינה אַרײַן אין איר סבֿיבֿה, אין מיטעלן מיזרח און אין דער כוואַליע פֿון דעם מאַסיוון אויפֿברויז, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט און אָנגעצונדן די אַראַבישע וועלט. עס איז אָבער, ווי געזאָגט, אָך און וויי צו אַזאַ מין אַרײַנפֿלעכט, וואָס איז גאָר אין קעגנזאַץ צו דעם כאַראַקטער פֿון די אַראַבישע רעוואָלטן. צום בולטסטן, איז דאָס געקומען צום אויסדרוק אין סיריע, וועלכע האָט אין דעם טאָג "פֿאַרגעסן" די בלוטיקע מאַסאַקרע פֿון דער אַסאַד־דיקטאַטור און האָט אַלעמען פֿאַראייניקט צו דעם טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ": זי האָט זיי אַלע געריכטעט קעגן ישׂראל.
דער טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ", פֿון וועלכן ישׂראל איז געוואָרן איבערראַשט, כאָטש דער געהיים־דינסט פֿון סיריע האָט אים געגרייט פֿון חדשים פֿריִער, האָט צוריק פֿאַראייניקט קעגן מדינת־ישׂראל די זיך באַקעמפֿנדיקע אַראַבישע צדדים און האָט אָפּגעווענדט זייער קאַמף פֿון זײַן לכתּחילהדיקער סאָציאַלער באַשטימונג.
מיט אַ קורצער צײַט צוריק — דעם 23סטן מערץ, האָט אָבער די כּנסת באַשטעטיקט דעם "נאַקבאַ־געזעץ", וואָס איז איניציִיִרט געוואָרן דורך "ישׂראל ביתנו", די פֿראַקציע פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַן. דאָס געזעץ פֿאַרווערט מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע שפּענדונגען פֿאַר אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס, וואָס שטיצן יעטוועדע אָפּצייכענונג און עפֿנטלעכע דערמאָנונג פֿון דעם "טאָג פֿון דעם נאַקבאַ" דורך דער אַראַבישער מינדערהייט אין ישׂראל. נאָך פֿאַרן באַשטעטיקן דאָס געזעץ האָט דער בילדונגס־מיניסטער, גדעון סער פֿון "ליכּוד", פֿאַרווערט דאָס דערמאָנען די "נאַקבאַ" אין די לערן־פּראָגראַמען פֿון די שולן וועגן דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל אָדער אויף די לעקציעס וועגן בירגערשאַפֿט און געזעלשאַפֿט.
דער "טאָג פֿון נאַקבאַ" איז יעדעס יאָר געוואָרן אָפּגעמערקט דורך דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל, אָבער ער איז קיינמאָל נישט דערגאַנגען צו אַזאַ מיליטאַנטישן און אוניווערסאַלן פֿאַרנעם. ער איז אויך קיינמאָל ביז איצט נישט אַרויס פֿון די גרענעצן פֿון מדינת־ישׂראל און איז קיינמאָל אין אירע גרענעצן נישט אַרײַן — ווי דאָס איז געשען הײַנטיקע וואָך אין דעם דרוזישן שטעטל מאַדזשדאַל שאַמס אויפֿן גולן בײַ דער גרענעץ מיט סיריע.
דער באַקאַנטער שווייצאַרישער דראַמאַטורג פֿרידריך דירנמאַט האָט אין איינער פֿון זײַנע פּיעסן געזאָגט, אַז "נישט אַזוי שולדיק איז דער אונטערצינדער פֿון דער שׂרפֿה, ווי דער וואָס האָט אים דערלאַנגט דאָס שוועבעלע". דאָס ליבערמאַנישע געזעץ קעגן דעם "נאַקבאַ" (וועלכן די כּנסת האָט באַשטעטיק מיט אַ מערהייט פֿון 37 קעגן 25 שטימען) איז געווען דאָס שוועבעלע, וואָס האָט צוגעאײַלט און דערמוטיקט די שׂרפֿה.
"נאַקבאַ" מיינט, אין אַראַבישן לשון, אַ קאַטאַסטראָפֿע, אַ נאַציאָנאַלער אומגליק. ווי אַזעלכן באַצייכענען זיי די אַראַבישע, אָדער פּאַלעסטינער, ווי זיי רופֿן זיך הײַנט, אײַנוווינער אין מדינת־ישׂראל דעם 15טן מײַ, דעם טאָג ווען עס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן מדינת־ישׂראל. אין אַ דעמאָקראַטישער מדינה האָט יעדער קאָלעקטיוו און יעדע מינדערהייט דאָס רעכט צו לערנען זײַן געשיכטע און צו דערמאָנען זײַנע דורכפֿאַלן. און נישט נאָר די מינדערהייטן דאַרפֿן זיי לערנען, אויך די מערהייט דאַרף זיי קענען, כּדי זיך צו קענען פֿאַרמעסטן מיט זיי.
דער פּרעמיער נתניהו האָט הײַנטיקע וואָך דעקלאַרירט, אַז די אַראַבישע אײַנוווינער אין מדינת־ישׂראל זענען גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער אין דער דעמאָקראַטישער מדינה און זיי געניסן פֿון אַלע בירגערלעכע רעכט, מער ווי אין דער גאַנצער אַראַבישער וועלט. ניחא, האָט ער געזאָגט. אין דער ווירקלעכקייט גיט אויס די מדינה אויף עלעמענטאַרער בילדונג פֿאַר אַן אַראַבישן שילער, למשל, נאָר אַ פֿערטל פֿון דעם, וואָס זי גיט אויס פֿאַר אַ ייִדישן שילער. און די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס באַטרעפֿט הײַנט אין דורכשניט 6.6%, דערגרייכט אין די אַראַבישע ייִשובֿים ביז 50% און מער. אָבער די זיך מערנדיקע ליבערמאַנישע באַשרענקונגען און די געזעצגעבערישע רעפּרעסיעס האָבן אונטער דער קאָאַליציע פֿון דעם קוואַרטעט — נתניהו-ליבערמאַן-ישי-באַראַק — פֿאַרוואַנדלט די לאָיאַלע אַראַבישע מינדערהייט אין אַן אַקטיוון קעמפֿערישן פֿאַקטאָר פֿון 20 פּראָצענט, וואָס סאָלידאַריזירט זיך פֿולשטענדיק מיט די פּאָסטולאַטן פֿון די פּאַלעסטינער אויף די שטחים און פֿאָדערן אַ סוף צו מאַכן צו דער אָקופּאַציע.
פֿרויען האָבן, געוויינטלעך, אַ פּראַקטישן חוש פֿאַר מענטשלעכע דערשײַנונגען. מיט אַ צײַט צוריק האָט מיר מײַן ווײַב אַ זאָג געטאָן: "שטעל דיר פֿאָר, וואָס עס וואָלט געשען אויב אַ מיליאָן פּאַלעסטינער פּליטים אָדער תּושבֿים אין דעם ענג־שמאָלן עזה־שטרײַך וואָלטן זיך מיט איין מאָל אַ לאָז געטאָן נישט באַוואָפֿנטע אויף דער לאַנגער גרענעץ פֿון דעם "עזהסטאַן" אָדער "כאַמאַסטאַן", זיך אַדורכגעריסן מיט זייער מאַסיוון כּוח און באַזעצט די קיבוצים און ייִשובֿים אויפֿן שטח פֿון ישׂראל. ווי אַזוי וועט זיך צה"ל אַן עצה געבן מיט זיי?.."
הײַנטיקע וואָך האָט איר קאָשמאַר־חלום זיך טיילווײַז פֿאַרווירקלעכט, כאָטש נישט פֿון עזה אויפֿן דרום, נאָר אין גולן אויפֿן צפֿון; לויט דער וויזיע פֿון די מיליטערישע קאָמאַנדירן, אַז "פֿון צפֿון וועט קומען די צרה". צום גליק, האָט דער באַשלוס פֿון דער צפֿון־קאָמאַנדע נישט צו באַפֿעלן די סאָלדאַטן צו שיסן אויף די אַרײַנדרינגלער, און דאָס האָט פֿאַרמיטן אַ בלוט־באָד מיט געפֿערלעכע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנסעקווענצן. אָבער, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ טעות פֿון דער געהיימער אינפֿאָרמאַציע: אַ פּאָזיטיווער רעזולטאַט פֿון אַ נעגאַטיוון פֿאַרזען... דאָס געהיימע מיליטערישע אינפֿאָרמאַציע־דינסט האָט פֿאָרגעזען, אַז די דעמאָנסטראַנטן פֿון סיריע וועלן זיך וועלן אַרײַנרײַסן דורך דער גרענעץ נעבן דעם חרובֿן שטעטל קונייטראַ, און דאָרט האָט צה"ל קאָנצענטרירט זײַנע פֿאַרשטאַרקטע כּוחות; אָבער די סיריער האָבן אַדורכגעריסן דעם פּלויט נעבן דעם דרוזישן שטעטל שאַמס, און דאָרט איז די איינהייט פֿון צה"ל נישט געווען בכּוח דעם דורכרײַס צו פֿאַרמײַדן...
דער ווידערקול פֿון "נאַקבאַ" געשעענישן איז נאָך נישט אויסגעשלאָסן געוואָרן, ווי ס׳איז געקומען די באַנײַטע היסטעריע אין די הערשנדיקע פּאַרטייען פֿון דער קאָאַליציע. דער באַנײַטער און פֿאַרשאַרפֿטער וויכּוח אין דער כּנסת מיט דער דערעפֿענונג פֿון איר זומער־סעסיע, און די סטערילע באַרויִקנדיקע רעדע פֿון דעם פּרעמיער נתניהו פֿאַר די מיטגלידער פֿון דער "ליכּוד"־צענטראַלע, וועלכע דערוואַרטן מיט שפּאַנונג און מיט שרעק וואָס אַזוינס וועט נתניהו זאָגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בעת זייער באַגעגעניש אין "ווײַסן הויז" און שפּעטער פֿאַר די מיטגלידער פֿון ביידע קאַמערן פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. ער דאַרף אויך זיך טרעפֿן מיט די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן "לאַבי" אין קאָנגרעס — און דאָס אַלץ אין אָנבליק פֿון דער שפּאַנענדיקער דערוואַרטונג אויף דעם "שוואַרצן סעפּטעמבער", ווען די אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה וועט איינזײַטיק פּראָקלאַמירט און אָנערקענט ווערן דורך דער פֿאַראייניקטער פֿעלקער־אָרגאַניזאַציע; און ישׂראל וועט דאַרפֿן באַצאָלן דעם פּרײַז פֿון איר קעגנערשאַפֿט.
דער אמביציעזער פֿאַרשוויגענער מנהיג אַריאל שרון, וועלכער האָט מיט זײַן לכתּחילהדיקער פּאָליטיק פֿאַרשאַפֿט אַ ווירקלעכקייט אָן אַן אויסוועג, אויף וואָס ער האָט שפּעטער חרטה געהאַט — האָט פֿאַר דעם געטענהט, אַז ער איז גרייט אויף "ווייטיקדיקע פּשרות", כּדי צו דערגרייכן דעם שלום. ווען מע האָט אים געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ פּשרה וועט זײַן פֿאַר אים ווייטיקדיק, האָט ער געענטפֿערט, אַז ווייטיקדיק וועט זײַן פֿאַר אים דאָס צוריקקערן שכם צו די פּאַלעסטינער...
שכם געפֿינט זיך שוין פֿון לאַנג אין די הענט פֿון די פּאַלעסטינער, און איצט געהערט שוין דער אויסוואַל צום פּרעמיער־מיניסטער נתניהו און זײַן "קאַבינעט פֿון די זיבן". די דערוואַרטע אַנטשיידונג פֿון דער פֿאַראייניקטער פֿעלקער־משפּחה וועט אַוועקשטעלן מדינת־ישׂראל פֿאַר אַ שווערער קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער ווירקלעכקייט און אין אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט מיט דער וועלט. דעמאָלט וועט דער רעזולטאַט פֿון דעם אָפּזאָג, דער פּרײַז פֿון דער עקשנות און דער ווייטיק פֿון דעם דורכפֿאַל, פֿאַרלאַנגען פֿון דער אָנפֿירונג פֿון דער מדינה אַ נײַעם חשבון הנפֿש.
תּל־אָבֿיבֿ, 17טער מײַ, 2011