פּובליציסטיק

איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אַ מענטשן, וואָס האָט מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק געאַרבעט אין דעם זעלבן מאָסקווער אַנשטאַלט ווי איך. אויסגעזען האָט ער נאָרמאַל, כאָטש פֿון מאָל צו מאָל האָט מען געפֿילט, אַז ער האָט זיך געשניטן אויף אַן עקסצענטריקער. אָבער דערנאָך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער דאָזיקער כּמו-נאָרמאַלער מאַנצביל האָט געהאַלטן אויף זײַן טיש אַ צוגאָב-טעלעפֿאָן, דורך וועלכן ער איז כּלומרשט (אָבער אין זײַן קאָפּ — באמת) געווען פֿאַרבונדן דירעקט מיט לעאָניד ברעזשנעוון. דער טעלעפֿאָן האָט אָפּגעשפּיגלט דעם מענטשנס משוגעת: אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער דעמאָלטיקער באַלעבאָס פֿונעם לאַנד, ברעזשנעוו, טעלעפֿאָנירט אים אין אַ שווערער מינוט, כּדי זיך אויסצועצהנען וועגן פֿאַרשיידענע ברענענדיקע ענינים.

דאָס גאַנצע משוגעת האָט זיך אַנטפּלעקט, ווען דער מענטש איז געקומען צו די אָנפֿירער פֿונעם אינסטיטוט און זיך געקלאָגט, אַז ער האָט פּשוט ניט געוווּסט, וואָס צו ענטפֿערן ברעזשנעוון, ווען יענער האָט אים געשטעלט אַ האַרבע פֿראַגע: וואָס זאָל מען פֿריִער שטעלן אויף די פֿיס — די אינדוסטריע צי די לאַנדווירטשאַפֿט? דעמאָלט האָט מען זיך געוואָנדן צו דאָקטוירים, און זיי האָבן דעם עצה-געבער פֿאַרשפּאַרט אין אַ משוגעים-הויז.

הײַנט וואָלט אַזאַ צעמישטער פּאַרשוין ניט געדאַרפֿט האָבן קיין טעלעפֿאָן, ווײַל די אינטערנעץ וואָלט אים באַזאָרגט אי מיט אַ טעלעקאָמוניקאַציע-קאַנאַל אי מיט אַ כּלי, פֿון וועלכער ער וואָלט געקענט שעפּן אַכילה פֿאַר זײַנע עצות. אַזוי אַז ער וואָלט ניט געדאַרפֿט זיך אויפֿהייבן אין די הויכע פֿענצטער פֿונעם אינסטיטוט, כּדי זיך אויספּלאָנטערן פֿון דער שווערער מלוכה-אויפֿגאַבע.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָט מיר אָנגעקלונגען איינער אַ באַקאַנטער, אַפֿילו אַ שטיקל מחותּן; אַ מענטש נאָך פֿון דעם מאָסקווער, אַזוי צו זאָגן, סאָציאַלן קרײַז. ער איז שוין אַ יאָר פֿופֿצן אַן אַמעריקאַנער תּושבֿ, אָבער דעם דפֿק פֿונעם רוסישן לעבן לאָזט ער ניט אָפּ. בפֿרט נאָך, אַז מיט די הײַנטיקע קאָמוניקאַציע-מעגלעכקייטן איז עס ניט אַזוי שווער צו טאָן — אַבי ס’איז דאָ אַ חשק צו אינוועסטירן צײַט און מי אין אָט דער באַשעפֿטיקונג. ווערט ער טאַקע ממש אויסגעריסן פֿון דער אינטערנעץ-האָרעוואַניע. טעלעפֿאָנירט האָט ער מיר, כּדי זיך קלאָגן אויף דער ביטערער דאָליע זײַנער. שוין אַן עלטערער מענטש, וואָס אַרבעט נאָך אַ ביסל, האָט ער ניט קיין כּוחות אויסצוהאַלטן דעם שטראָם אינפֿאָרמאַציע, וועלכע פֿאַרפֿלייצט אים טאָג-אײַן טאָג-אויס. בפֿרט נאָך, אַז די טירחה באַגרענעצט זיך ניט נאָר מיט לייענען, הערן און קוקן. ער מוז דאָך אויך רעאַגירן: ס’איז דאָ עפּעס אַ קרײַז פֿון אַזעלכע פּאָליטיקער, מישטיינס געזאָגט, און זיי קאָרעספּאָנדירן, קריגן זיך, רײַסן שטיקער איינער פֿון דעם אַנדערן, זוכנדיק אַן ענטפֿער אויף די הונדערטער קלאָץ-קשיאות, וואָס די וועלט שטעלט פֿאַר זיי פֿון אין דער פֿרי ביז אויף דער נאַכט.

די רייד גייט ניט וועגן דער געוויינטלעכער(!) אָפּהענגיקייט פֿון אינטערנעץ, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַ מענטש אין אַן internet junkie. וועגן אַזעלכע זאָגט מען, אַז זיי קאָנטראָלירן זייערע עלעקטראָנישע בריוו אַפֿילו בײַ נאַכט, אויפֿן וועג אין טואַלעט. אָבער דאָס איז אַן אַנדער קרענק, מער אַ "פּאָליטיק-דזשאָנקי". מע האַלט זיך תּמיד גרייט — טאָמער באַראַק אָבאַמאַ, בנימין נתניהו, וולאַדימיר פּוטין צי דער פּויפּסט וועלן אָנקלינגען און פֿרעגן: "וואָס טראַכטסטו, ר’ ייִד, וועגן אַזאַ און אַזאַ ענין?" און דעם מאָמענט מוז מען דאָך ניט דורכלאָזן, ווײַל דער גורל פֿון דער וועלט וועט ליגן אויף דײַנע פּלייצעס.

איך ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס (איך שרײַב עס שפּעט בײַ נאַכט לויט דער לאָס-אַנדזשעלעסער צײַט און וויל ניט אויפֿוועקן קיינעם פֿון די היימגעבאַקענע עקספּערטן כּדי זיך אויסעצהנען וועגן דעם ענין), אָבער מיר, ייִדן, האָבן צווישן זיך אַ באַזונדערס גרויסן חלק מענטשן, וואָס זײַנען זיכער, אַז נאָר זיי האָבן אַ ריכטיקן ענטפֿער אויף עפּעס אַ פֿראַגע. אָפֿט מאָל העלפֿט אַזאַ זיכערקייט איבערצוקערן די וועלט אין וויסנשאַפֿט, געשעפֿט וכ’. אָבער גאָר ניט זעלטן ברענגט עס מאָדנע רעזולטאַטן.

למשל, עס שאַפֿט אַ קאַטעגאָריע לײַט, וואָס היטן אָפּ עפּעס — ווײַל זיי האַלטן, אַז זיי פֿאַרשטייען בעסער פֿון אַלעמען וואָס מע דאַרף אָפּהיטן, און ווי אַזוי. אַזוי האָבן ייִדישע קאָמוניסטן אָפּגעהיט דאָס פֿײַערל פֿון לעניניזם. לייענט איבער זכרונות פֿון די פּוילישע ייִדישע קאָמוניסטן, וועלכע גאָמולקאַ האָט בשעתּו אַרויסגעטריבן פֿון פּוילן. לויט זייער מיינונג זײַנען זיי תּמיד, צי כּמעט תּמיד, געווען און פֿאַרבליבן גערעכט. מע האָט זיך פּשוט צו זיי ניט צוגעהערט.

און וויפֿל ייִדן האָבן אַ גרייטן ענטפֿער, ווי אַזוי אויסצוסדרן אַלץ און אַלעמען אין ישׂראל! עס מאַכט זיי ממש משוגה דער געדאַנקט, אַז קיינער פֿרעגט זיי ניט וועגן דעם, אַ חוץ אפֿשר זײַן שכן מענדל שפּיצנאָדל. אָבער מיט דעם דאָזיקן שפּיצנאָדל איז שווער צו רעדן, ווײַל יענער האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַן אייגענעם פּלאַן...

איך מוז אײַך זאָגן דעם אמת, אַז אין דעם אַנומלטיקן טעלעפֿאָן-שמועס מיט דעם שטיקל מחותּן מײַנעם האָב איך זיך באַנאַרישט, דהײַנו: איך בין ניט געווען גרייט צו געבן אים אַן עצה. שוין דערנאָך, ווען איך האָב אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער הימל איז נאָך ניט בײַ דער ערד און אַ סגולה איז דאָך פֿאַראַן. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט עפֿענען אַ באַנד פֿון שלום-עליכמען, יצחק באַשעוויס-זינגערן צי אַ באַליביקן אַנדערן שרײַבער און עס טאַקע איבערלייענען. ליטעראַטור איז געשאַפֿן געוואָרן, כּדי אַ מענטש זאָל ניט משוגע ווערן פֿון פֿאַרשיידענע דאגות. און דאָס לייענען פֿון "פֿאָרווערטס" איז אויך א טייל פֿון דער סגולה. אָבער גיי זאָג עס דעם שכן מענדל שפּיצנאָדל — ער האָט דאָך, זיכער, אַן אַנדער סגולה.