פּערזענלעכקײטן
ברײַנע וואַסערמאַן
ברײַנע וואַסערמאַן

ברײַנע וואַסערמאַן, די לאַנג־יאָריקע רעזשיסאָרין פֿונעם "סיידי בראָנפֿמאַן־טעאַטער" אין מאָנטרעאָל, באַקאַנט ווי דער "סגל־צענטער", פֿאַרלאָזט דעם חודש איר פּאָזיציע און ווערט די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער — פֿאָלקסבינע". זלמן מלאָטעק, דער ביז־איצטיקער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, וועט ווערן דער קינסטלערישער רעזשיסאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. וואַסערמאַן האָט געאַרבעט 13 יאָר אינעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער, קודם, ווי די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, און דערנאָך ווי די קינסטלערישע רעזשיסאָרין.

וואַסערמאַנס אַוועקגיין פֿונעם טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערן קלאַפּ פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין מאָנטרעאָל, אָבער אַ געווינס פֿאַר ייִדיש אין ניו־יאָרק. זי האָט אין קאַנאַדע אויפֿגעבויט איינע פֿון די וויכטיקסטע קולטור־אינסטיטוציעס, נישט נאָר וואָס שייך דער ייִדישער קולטור, נאָר פֿאַר דער אַלגעמיינער קולטור אין מאָנטרעאָל. דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק דאַרף טאַקע נייטיק האָבן אַ פֿירערשאַפֿט מיט ענערגיע און וויזיע, און וואַסערמאַן פֿאַרמאָגט אָט די קינסטלערישע מעלות.

ברײַנע וואַסערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין ווין, און האָט אימיגרירט מיט אירע טאַטע־מאַמע קיין קאַנאַדע אין 1950. איר מאַמע, דאָרע וואַסערמאַן, האָט געגרינדעט דעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער אין 1958 (שפּעטער באַקאַנט ווי דער "דאָרע וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער") און דורות מאָנטרעאָלער האָבן זיך באַטייליקט אין דער גרופּע, וואָס איז, אין תּוך, געווען אַן אַמאַטאָרן־טרופּע, אָבער האָט אויפֿגעפֿירט וווּנדערלעכע פּיעסעס פֿאַר דער בינע. ווען דאָרע איז געוואָרן קראַנק, האָט זי געבעטן איר טאָכטער, זי זאָל איבערנעמען די פֿירערשאַפֿט פֿונעם טעאַטער אין 1996. ברײַנע וואַסערמאַן האָט צו יענער צײַט באַקומען איר מאַגיסטער אין רעזשי פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.

דינסטיק, אין אַ שמועס מיטן "פֿאָרווערטס" האָט וואַסערמאַן באַטאָנט, אַז זי קומט צו דער "פֿאָלקסבינע" מיט דער האָפֿענונג, אַז "מע וועט נישט בלויז פּלאַנירן אונטערנעמונגען צום 100סטן יוביליי פֿונעם טעאַטער אין 2015, נאָר אויך מאַכן פּלענער פֿאַר די צווייטע הונדערט יאָר." זי וויל אַרײַנברענגען נײַע "ענערגיע" און אַ וויזיע, און ווי אַ טייל פֿון דער וויזיע, האָפֿט זי, אַז "דער ייִדישער נאַציאָנאַלער טעאַטער" זאָל ווערן אַן אינטערנאַציאָנאַלער טעאַטער, און אַנטוויקלען נעענטערע באַציִונגען מיט "ייִדישפּיל" אין ישׂראל און מיט אַנדערע ייִדישע טרופּעס איבער דער וועלט. צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק וויל זי פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿונעם טעאַטער, און ווי אַ טייל פֿון דעם, וויל זי, אַז דער טעאַטער זאָל פֿאָרן איבערן לאַנד און איבער דער וועלט צו "פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור און ייִדישקייט."

אין ניו־יאָרק, האָט וואַסערמאַן אויך בדעה צו אַנטוויקלען ייִדישע טעאַטער־פּראָגראַמען פֿאַר, און מיט, יונגע־לײַט. אין דעם האָט זי מצליח געווען אין מאָנטרעאָל: די אָנטיילנעמער און באַזוכער פֿונעם ערשטן אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל מיט צוויי יאָר צוריק האָבן געזען איר פֿאָרשטעלונג פֿון געטאָ־לידער, אויפֿגעפֿירט פֿון יונגע מאָנטרעאָלער. די יונגע טרופּע האָט דאָס אויפֿגעפֿירט נישט בלויז אין שטאָט, נאָר אויך אויף אַ טור אין קאַנאַדע און אַמעריקע. וואַסערמאַן וואָלט זייער געוואָלט רעאַליזירן ענלעכע פּראָיעקטן אין ניו־יאָרק, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור און ייִדישקייט צו יונגע ייִדן און נישט־ייִדן.

ברײַנע וואַסערמאַן וועט אויך מיטברענגען קיין ניו־יאָרק איר פֿעיִקייט צו שאַפֿן געלט פֿאַר אַ קונסט־אָרגאַניזאַציע; דאָס איז פֿון די וויכטיקסטע פֿונקציעס הײַנט פֿון אַן עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, און זי האָט ממש באַוויזן וווּנדער אין דעם פּרט אין מאָנטרעאָל, וווּ זי האָט אויפֿגעבויט דעם סגל־צענטער, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אַלווין סגל.

ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ פּערזענלעכע מאָטיווירונג פֿאַר ברײַנע וואַסערמאַן אַריבערצוקלײַבן זיך קיין ניו־יאָרק — זי האָט דרײַ קינדער, וואָס וווינען אין דער שטאָט, און זי קוקט אַרויס אויף דער געלעגנהייט צו זײַן נעענטער צו זיי. דערווײַל, וועט זי אויך בלײַבן די קינסטלערישע רעזשיסאָרין פֿון דעם "סגל־צענטער" אין מאָנטרעאָל און דאָרטן רעזשיסירן אַ פֿאָרשטעלונג פֿון "קאַזאַבלאַן" אין העברעיִש. דעם חודש רעזשיסירט וואַסערמאַן די ענגלישע פּיעסע "ליגנס וואָס מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט", וואָס באַשרײַבט דאָס ייִדישע לעבן אין מאָנטרעאָל אין די 1920ער יאָרן. טעאָדאָר ביקעל שפּילט די הויפּט־ראָלע.

וואַסערמאַן האָט אויך גוטע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדישע טעאַטערס איבער דער וועלט, און אַ דאַנק דעם, האָט זי געקענט אָרגאַניזירן אַזאַ געראָטענעם טעאַטער־פֿעסטיוואַל מיט צוויי יאָר צוריק, און צוזאַמענשטעלן אַפֿילו אַ גרעסערן טעאַטער־פֿעסטיוואַל דאָס יאָר, וואָס הייבט זיך אָן אין עטלעכע וואָכן אַרום, פֿונעם 13טן ביזן 22סטן יוני. עס וועלן פֿאָרקומען מער ווי 80 אונטערנעמונגען, טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, קאָנצערטן, פֿילמען, אַ סימפּאָזיום, אַ "זומערפֿעסט"־קאָנצערט אין פּאַרק, לעקציעס, וואַרשטאַטן, און יעדן אָוונט, אַ קאַבאַרעט. אַרטיסטן קומען פֿון אויסטראַליע, עסטרײַך, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, האַיִטי, ישׂראל, פּוילן, רומעניע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַזאַ פֿאַרשפּרייטע פֿאָרשטעלונג פֿון דער ייִדישער קולטור טרעפֿט זיך זעלטן ווען.

אין ניו־יאָרק וויל וואַסערמאַן ברענגען די זעלבע באַגײַסטערונג פֿאַרן ייִדישן טעאַטער און קולטור, וואָס זי האָט געשאַפֿן אין מאָנטרעאָל. אין פֿאַרגלײַך מיט ניו־יאָרק, איז מאָנטרעאָל אַ שטעטל. אָבער וואַסערמאַן האָט אויך אַ ציל צו שאַפֿן אַ פּערמאַנענטע היים פֿאַר דעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער", וואָס שפּילט דערווײַל אין "פֿרעמדע הײַזער". דאָס וועט נישט זײַן קיין לײַכטע עובֿדה, אָבער ברײַנע וואַסערמאַן איז אָפּטימיסטיש געשטימט וועגן דערגרייכן דעם ציל.