מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגענע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַטעגאָריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַרשריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעעניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם. יעדעס שטעטל פֿלעגט האָבן אַ צונאָמען, צי דאָס זײַנען געווען וואַרשעווער גנבֿים, וואַרשעווער יאַכעס (זיי זאָגן יאַך אַנשטאָט איך), וואַרשעווער פֿערד, וואַרשעווער קעשענע־גנבֿים, וואַרשעווער שאַכער־מאַכער, וואַרשעווער שווינדלער, וואַרשעווער זשוליקעס, וואַרשעווער חזירים. ס'איז גאָרנישט קיין סוף צו דעם וואָס מיר האָבן גערופֿן די וואַרשעווער. פֿאַראַן אין "וואַרשאָ" אַ קינדער־לידעלע וואָס גייט אַזוי:
ליטוואַק חזיר
טשו! טשו! טשו!
לײַג דאָך (דיך) אין דר’ערד אַרײַן –
ליו! ליו! ליו!
ייִדן האָבן אָפּגעלאַכט פֿון שטעט, שטעטלעך, דערפֿער און ייִשובֿים.
אָט נעמט, למשל, די פּולטוסקער משומדים. די ייִדן פֿון פּולטוסק זײַנען נישט געווען קיין משומדים, חלילה, אלא וואָס דען? אויב ס'איז געווען אַן אַפּיקורס אין פּולטוסק, צי גלאַט אַן אויסגעלאַסענער, אָדער אַ בלאַטער חבֿרה־מאַנטשיק, עפּעס אַ פֿאַרדאָרבענער טיפּ, אַ דורכגעטריבענער יונג, אַ פֿאַרביסענער, אַ רשע וואָס מ’האָט אויף אים געטראָגן אַ האַרץ, אָדער גאָר אַן אויסגעדינטער סאָלדאַט, איז אַנשטאָט זיי אָנצורופֿן בײַ זייער כּשרן ייִדישן נאָמען, האָט מען זיי גערופֿן מיטן צונאָמען "משומד". קיין אמתע משומדים זײַנען כּמעט ווי נישט געווען אין שטעטל. אַכיבע יענע לײַט וואָס האָבן שטודירט אויף דאָקטאָריע אָדער אויף אַפּטייקערײַ און אַפֿילו אַן אַדוואָקאַטל, האָבן דאָך די לײַט געמוזט אָנקומען צו דער מאַכט. האָט זיך דאָ אָנגעהויבן די אמתע קאַטאָרגע. מ'האָט זיך געמוזט שמדן צוליב קאַריערע אָדער פּרנסה. אויף דעם סמך האָט מען אויך געקענט זען מיט וואָס ייִדן האָבן זיך פֿאַרנומען אין שטעטל.
אָט נעמט, למשל, דאָס שטעטעלע באָבליק. זײַנען געווען אַ סך הערינג־טרעגער אין באָבליק. אין באָגאָריע האָבן זיך געכּפֿלט האָלצהעקער, אין בזאָוו — קירזשנער, אין מעזריטש — בערשטלמאַכער. אין זאַמאָשטש האָט מען זיי גערופֿן די זאַמאָשטשער דײַטשן. ווידער אַ מאָל, קיין דײַטשן זײַנען דאָך דאָרט נישט געווען, נאָר ייִדן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז דער ערשטער פֿונק פֿון השׂכּלה אין פּוילן האָט זיך באַוויזן דווקא אין זאַמאָשטש, פּרצעס היימשטאָט. האָט מען די משׂכּילים גערופֿן דײַטשן. דאָס פֿאָלק האָט נישט אַדורכגעלאָזט קיין שפּור פֿון די ענדערונגען אַרום זיי. בעלדזער־דרעלע — אַזוי האָט מען גערופֿן די בעלדזער חסידים. פֿאַרוואָס, ווילט איר וויסן? איז דער תּירוץ אַזאַ. דרעל איז פֿאַרגליווערטע פֿיש־יויך, פּעטשאַ, פֿוסנאָגע, גאַלע אָדער גאַלערעטע, וואָס מען מאַכט פֿון אָקסענע אָדער קעלבערנע פֿיס. די בעלדזער חסידים פֿלעגן דאַווענען מיט אַלע זייערע אבֿרים. פֿלעגן זיי ציטערן פּונקט ווי דאָס שבתדיקע פֿיש־זשעלעי.
אָדעס איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ שטאָט פֿון אַפּיקורסים. האָבן כּשרע ייִדן געטענהט אַז אין אָדעס דערמאָנט מען זעלטן גאָט. מ'לאָזט אים בכלל צו רו. מ'דאָקוטשעט אים נישט. מ'דערגייט אים נישט די יאָרן מיט בקשות און טענות. לעבן זיך דאָרט די ייִדן ווי גאָט אין אָדעס. לאָדזש האָט מען גערופֿן קליין מאַנטשעסטער. מסתּמא צוליב דער וועבער־אינדוסטריע. שניפּישאָק, האָט מען געזאָגט, האָט געבויט קרחס אַן אייניקל. זעט אויס אַז דאָרט זײַנען געווען גרויסע גבֿירים. ייִדן פֿלעגן אויך זאָגן אַז מ’מעג אַפֿילו אַנטלויפֿן קיין שעברעשין. וואָס איז די גדולה דווקא מיט שעברעשין? איז הערט אַ מעשׂה. ס'איז אַמאָל געווען אַ קיסר. איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער זײַנע אימעניעס געבן נעמען די שטעטלעך. איז ער אָנגעקומען אין אַ שטעטל און נישט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ נאָמען צו געבן דאָס אָרט. איז ער אַרײַנגעגאַנגען צום רבין, וועלכער איז פּונקט געשטאַנען שמונה־עשׂרה. האָט דער קיסר אים געפֿרעגט:
"זאָג מיר מאָשקאָ, וואָס פֿאַר אַ נאָמען זאָל איך געבן דעם שטעטל?" האָט ער אָבער נישט געוווּסט אַז אין מיטן שמונה־עשׂרה טאָר מען נישט געבן קיין פּיפּס, און נישט אויסרעדן קיין וואָרט. האָט דער קיסר געמיינט אַז דער ייִד מאַכט זיך נישט וויסנדיק, איז ער געגאַנגען און דערלאַנגט דעם ייִדן אַ פֿראַסק, און דערבײַ אויסגעהאַקט בײַ אים אַ צאָן. האָט דער רבי געגעבן אַ געשריי:
"שבר שן!" (ס'הייסט, אויסגעהאַקט אַ צאָן). האָט דער קיסר געמיינט אַז אַזוי הייסט דאָס שטעטל. האָט ער טאַקע פֿאַרשריבן אַז דאָס שטעטל הייסט שעברעשין.
איר האָט אַמאָל געהערט אַזאַ אויסדרוק, ווי "ס'איז שטיל ווי אין רײַוועץ." דאָס איז געווען אַ שטעטל וואָס האָט געשמט מיט זײַנע מחלוקתן און קריגערײַען צווישן די רבנים, שוחטים און כּלי־קודש. אין ראָדעם ווידער, האָט מען עס גערופֿן "רע דם" (שלעכט בלוט). מען האָט עס אַזוי קלאַסיפֿיצירט ווײַל ייִדן האָבן געטענהט אַז דאָרטן וווינען שלעכטע מענטשן. בײַ יצחק באַשעוויס־זינגערן איז ראַדזימין (וואַרשעווער גובערניע) געווען אַ שטעטל פֿון לויטער רביים. האָבן די וואַרשעווער טאַקע גערופֿן דאָס שטעטל "מזל־טובֿ גאַנץ ראַדזימין," אפֿשר דערפֿאַר ווײַל עס זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען אָפֿטע חתונות. כאָטש באַלד נאָך דעם איז פֿאַראַן אַ פֿאַרקערטע ווערסיע, וווּ מען רופֿט די ייִדן "ראַדזימינער פּויערים," "ראַדזימינער גויים," און "ראַדזימינער קאָזאַקן." אַזוי האָט מען גערופֿן די ראַדזימינער חסידים ווײַל זיי האָבן געטראָגן ציצית מיט אַ בלויען פֿאָדעם. בלוי איז געווען דער קאָליר פֿון די אָרענבורגער קאָזאַקן. דער דאָזיקער פֿאָדעם ווערט געפֿאַרבט מיטן ווערעמל וואָס מען רופֿט "חילזון" (שנעק). דאָס ווערעמל, ווערט דערציילט, זאָל האָבן מיטגעבראַכט פֿון זײַן נסיעה אין ארץ־ישׂראל דער רבי ר' גרשון העניך.
"קלימעטאָווער קעכינס," האָט מען גערופֿן אין לאָדזש יענע מיידלעך וואָס זײַנען געקומען אין דער גרויסער שטאָט זײַן דינסטמיידלעך און קעכינס. "קעשענעווער כוליגאַנעס" האָט מען גערופֿן די גויים נאָכן פּאָגראָם פֿון 1903. איך וועט זיך מיט אײַך, אַז איר האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון "קוליקאָווער מישפּט." מ’דערציילט אַז אין קוליקאָוו זײַנען געווען צוויי שנײַדער און איין שוסטער. אַמאָל האָט דער שוסטער אָפּגעטאָן אַ רציחה, און מ'האָט אים פֿאַרמישפּט צום טויט. און אַזוי ווי ער איז געווען דער איינציקער שוסטער אין קוליקאָוו, און שנײַדער זײַנען דווקא געווען צוויי, האָט דער קהל געפּסקנט אַז מ’זאָל בעסער הענגען אַ שנײַדער.
"גאַנץ קוטנע אונטער איין טלית." מ'דערציילט אַז דער פּריץ, צו וועלכן דאָס שטעטל האָט געהערט, האָט אַמאָל אײַנגעפֿירט אַ שטײַער אויף טליתים. די אָרטיקע ייִדן האָבן זיך אָבער געגעבן אַן עצה און אָנגעפֿיפֿן דעם געלטגיריקן שׂררה. בײַם דאַווענען האָבן אַלע ייִדן פֿון קוטנע געדאַוונט אונטער איין טלית (מסתּמא זײַנען דעמאָלט געווען ווייניק ייִדן אין קוטנע).
איז די פֿראַגע אַזאַ. פֿאַרוואָס הייסט דאָס שטעטל "קאָמאַראָוו?" ווײַזט זיך אַרויס, אַז עס זײַנען אַמאָל געווען צוויי רײַזנדיקע ייִדן, וואָס האָבן געזוכט אַן אָרט וווּ זיך אָפּצורוען. און אַזוי גייענדיק צווישן די בערג האָט איינער פֿון זיי אַנטדעקט אַ שטעטל. ווען ער איז אַרויף אויפֿן באַרג, האָט ער גערופֿן זײַן חבֿר:
"קאָם אַראָף!" מיטן "קאָם: האָט ער געמיינט צו זאָגן: "קוים אַרויף."
די "קאַוויטשינער בערג," האָבן געשעמט דערמיט וואָס ייִדן האָבן געגלייבט אַז אויף דער צווייטער זײַט באַרג קען מען דערגיין קיין ארץ־ישׂראל. דהײַנו, אַז די בערג פֿאַרמאָגן אַ טיפֿע הייל וואָס פֿירט גלײַך אין הייליקן לאַנד און אַז צווישן די בערג וואַקסן ביימער וואָס אויף יעדן בוים איז אויסגעקריצט אַ באַזונדערע מסכתּא.
"איך הער אים ווי אין טראָק." טראָק איז אַ קליין שטעטל לעבן ווילנע. איך בין דאָרט דווקא נישט לאַנג צוריק געווען. דאָס איז אַ שטעטל וווּ עס וווינען ביזן הײַנטיקן טאָג רעשטלעך פֿון די קאַראַיִמער. דאָס ווערטל מיינט צו זאָגן אַז דײַנע רייד האָבן אַזאַ ווערט ווי בײַ קאַראַיִמער די ייִדישע אמונה. איך האָב אויך דאָרט געהערט אַז טראָצקי (Trocky) האָט זיך געביטן דעם נאָמען פֿון בראָנשטיין אויף טראָצקי.
"זביטשינער משה רבינוס שוסטער." מסתּמא האָט מען אָפּגעחוזקט פֿון די זביטשינער שוסטער, אַז זיי זײַנען שוסטער און נישט קיין שיסטער. און אַז משה רבינו האָט גאָרנישט געטראָגן קיין שיך אין מידבר, נאָר געטראָגן ביבלישע סאַנדאַלן. "בעלדזער קאַשע": עס זעט אויס אַז דער בעלדזער רבי האָט ליב געהאַט צו עסן קאַשע. מ'האָט אויך באַצייכנט מיט יום־טובֿדיקע נעמען אַזעלכע שטעטלעך ווי:
"גאָט זאָל אָפּהיטן פֿאַר בערדיטשעווער נגידים." פֿאַר די "אומאַנער חסידים," די "קאָנסטאַנטינער משרתים," די "מאָהילעווער אַפּיקורסים," די "קאַמענעצער כאָדאָטאַיעס," און "אָדעסער הולטײַעס." יעדעס שטעטל האָט געקראָגן זײַן פּאָרציע.
"אַרגענטינער מאַטשאָרניקעס" האָט מען גערופֿן די אַרגענטינער אַלפֿאָנסן, וועלכע האָבן זיך קונה־שם געווען מיט פֿרויען־האַנדל. די אַלפֿאָנסן פֿלעגן קומען קיין פּוילן און פֿאַרנאַרן ייִדישע טעכטער. צוגעזאָגט מיט זיי חתונה צו האָבן, און צום סוף זיי פֿאַרקויפֿט אין די שאַנדהײַזער. מען האָט געזאָגט אַז "אין אַמעריקע פֿאָרט מען אויפֿן רבי," וואָס דאָס איז געווען אַן אָנדײַט אויף די צוגן, די באַנען הייסט עס וואָס גייען איבער די דעכער.
דאָ וועל איך מוזן ענדיקן, ווײַל די אַמאָליקע צונעמענישן פֿון שטעטלעך און די אַמאָליקע ייִדן וואָס האָבן געשאַפֿן אָט די באַשרײַבונגען פֿון זייערע שטעטלעך, זײַנען מער נישטאָ. עס זײַנען קוים געבליבן זייערע שפּורן. ווילט זיך פֿון צײַט צו צײַט אויפֿדעקן זייערע חכמות, זייער לעבנס־שטייגער, זייער הומאָר און זייער דאָ־זײַן. מיר זײַנען נע־ונד, אָפּגעפֿרעמדט איינס פֿון אַנדערן, ממש פֿרעמדע. האָבן מיר אָנגעוווירן דעם ייִדישן הומאָר און חכמת־החיים. ווי פֿלעגט מײַן בנימעלע זאָגן צו בערעלען:
"ס'איז אַן אַנדער וועלט, בערל? ס'איז אַן אַנדער וועלט!"