‫פֿון רעדאַקציע

אָנהייב וואָך איז פֿון מאָסקווע אָנגע­קומען אַ טרויעריקע ידיעה: אין דער על­טער פֿון 89 יאָר איז געשטאָרבן דער גרויסער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדר סאָל­זשע­ניצין. דער נאָמען סאָלזשעניצין איז פּונקט אַזוי גוט באַקאַנט, ווי דאָס וואָרט "גולאַג", וואָס נאָך אים, איז עס אַרײַן אין אַלע שפּראַכן, ווי אַ באַזונדערער באַגריף פֿון קאָמוניסטישער דיקטאַטור, רעפּרעסיעס, פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען אומשולדיקע ביר­גער און טאָטאַלער מורא אין משך פֿון צענדליקער יאָרן פֿונעם רעזשים.

ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!

ייִדיש־וועלט, מוזיק

עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק.

ייִדיש־וועלט, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעל­טענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגע­נע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַ­טע­גאָ­ריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַר­שריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעע­ניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מי­ניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראל­דיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דער­ציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַ­טיקדיקן קאָלום.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן, איז דער לעצטער חלק פֿונעם חומש, "דבֿרים", באַגרינדעט אויף משה-רבינוס אייגענע דרשות. דער "זוהר" דערקלערט, אַז דער חומש "דבֿרים" ווערט אָנגערופֿן "משנה-תּורה", "איבערחזרונג פֿון דער תּורה", ווײַל ער אַנטהאַלט די קללות, וועלכער משה רבינו האָט געזאָגט "פֿון זיך אַליין".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Микки Вульф. 
Несвобода небосвода. 
Москва, НЛО: 2008.
מיקי וווּלף. 
אומפֿרײַהייט פֿונעם הימלפֿרײַ. מאָסקווע, 2008.

דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועל­כער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראל­דיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צו­נויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנ­טאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשע­פּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנט­וויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע ווייסט ניט ווייניק סיפּו­רים, אין וועלכע ייִדן זײַנען געווען אַ מין סחורה. למשל, רומעניע האָט אין די קאָמו­ניס­טישע צײַטן פֿאַרקויפֿט אירע ייִדן אין הורט און לאַחדים. ס'איז אונטערגערעכנט גע­וואָרן, אַז נאָר אין די יאָרן 1968–1989 האָט דער דאָ­זי­קער אייגנאַרטיקער מיסחר גע­עפֿנט אַ וועג קיין ישׂראל פֿאַר אַריבער 40 טויזנט נפֿשות, און טשאַושעסקוס רע­גי­רונג איז באַצאָלט געוואָרן אַריבער 110 מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אַ ייִד האָט מען גע­געבן אַרום 3,000 דאָלאַר. גע­טאָן האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בשתּיקה, אָבער פֿאַ­ראינטערעסירטע אויסלענדישע אויס­שפּיר-דינסטן האָבן, אַ פּנים, געוווּסט וועגן אָט דעם געשעפֿט.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם גע­וועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מי­ליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעל­קע­רונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויס­געשטאָרבן פֿון הונגער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומל­טיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צע­טיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָ­טישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַר­טיידיקט די סעקולערע ווערטן.

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן, באַגלייט דורכן דערפֿינדער גלען מאַרטין (לינקס) און ריי טאָמסען (רעכטס)

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת דעם יער­לעכן אַמעריקאַנער אַוויאַ-פֿעסטיוואַל אין אָס­קאָש, שטאַט וויסקאָנסין, האָט דער נײַ־זילענדישער דערפֿינדער גלען מאַרטין אויס­געפּרוּווט אַ פֿלי-מכשיר, וועלכן מע בינדט צו צום רוקן, ווי אַ מין רענצל. מיט דער הילף פֿון דער נײַער דערפֿינדונג, האָט דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", זיך אויפֿגעהויבן אויף אַ פּאָר מע­טער איבער דער ערד, און זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן במשך פֿון עטלעכע מינוט.

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.

2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
1/4 טעפּל צעהאַקטע רויטע ציבעלע
2 טעפּלעך מאַנדאַרינען־זאַפֿט