אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן. אין טערקײַ איז די רעליגיע ניט אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה, נאָר אונטערגעאָרדנט דעם מלוכה-אַפּאַראַט, פֿון וועלכן אַן אימאַם באַקומט זײַן שטעלע ווי אויך אינסטרוקציעס וועגן דעם אינהאַלט פֿון זײַן פּריידיקן.
די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג" באַמיט זיך אונטערשטרײַכן, אַז זי האָט גאָרנישט צו טאָן מיט מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן און, פֿאַרקערט, קעמפֿט קעגן אַזעלכע עקסטרעמיסטישע גרופּעס. דער פּרעמיער-מיניסטער רעדזשעפּ ערדאָגאַן און אַנדערע פֿירער פֿון דער פּאַרטיי אַנטוויקלען אַן אימאַזש פֿון אַ צענטריסטיש-רעכטער פּאָליטישער גרופּירונג, וואָס האָט, אָבער, גרויס דרך-ארץ פֿאַר די מוסולמענישע טראַדיציעס, וועלכע זײַנען תּמיד געווען שטאַרק אין דער טערקישער פּראָווינץ.
קיין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטלעך-דעמאָקראַטישע פּאַרטייען פּאַסט דאָ ניט. בעת די קריסטלעכע דעמאָקראַטן שטעלן מיט זיך פֿאָר בדרך-כּלל אַ קאָנסערוואַטיוון און פּראָטעקציאָניסטיש־פּאָליטישן שטראָם, זײַנען די טוער פֿונעם טערקישן "יושר און אַנטוויקלונג", אין תּוך אַרײַן, ניט קאָנסערוואַטיוו — זיי האַלטן אונטער די גלאָבאַליזירטע וועלט-עקאָנאָמיע און ווילן ברענגען זייער לאַנד אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. כאַראַקטעריש, אַז זיי בלאָקירן ניט די פּאָזיטיוו-גייענדיקע אונטערהאַנדלונגען צווישן די טערקישע און גריכישע פֿירער פֿון ציפּערן מכּוח דעם פֿאַראייניקן ביידע טיילן פֿון דער צעשפּאָלטענער אינדזל-מדינה. ווי די רעגירנדיקע פּאַרטיי, האָט דער "יושר און אַנטוויקלונג" אָפּגעשאַפֿן דעם טויט-שטראָף און געגעבן די פֿרויען אַזעלכע רעכט, וועלכע זיי האָבן קיין מאָל ניט געהאַט. למשל, די אַבאָרטן זײַנען ניט פֿאַרבאָטן געוואָרן.
ניט צופֿעליק שטייט דאָס וואָרט "אַנטוויקלונג" אין דעם נאָמען גופֿא פֿון דער פּאַרטיי, וואָס איז דעמאָקראַטיש געקומען צו דער מאַכט, אַ דאַנק דער עקאָנאָמישער, דעמאָגראַפֿישער און סאָציאַלער אַנטוויקלונג פֿון טערקײַ. די דאָזיקע פּראָצעסן האָבן געמאַכט עקאָנאָמיש און פּאָליטיש אַקטיוו די שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועלכע זײַנען פֿריִער געווען מער אָדער ווייניקער פּאַסיוו. דער גאַנצער פּראָצעס מיינט אויך אַ קאָנקורענץ מיט דער אַלטער עליטע, וועלכע פֿאַרנעמט די שליסל-פּאָזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין דער אַרמיי.
אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך גייט דער קאַמף אָפֿטמאָל איבער גאַנץ סימבאָלישע זאַכן. למשל, דער איצטיקער פּאָליטישער קריזיס האָט זיך אָנגעהויבן אין פֿעברואַר, ווען ס'איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן דער פֿאַרבאָט צו טראָגן אַ "הידזשאַב" (פֿאַטשיילע) אין די מלוכה-אינסטיטוציעס. אַ פֿרוי מיט אַ פֿאַרדעקטן קאָפּ סימבאָליזירט די מוסולמענישע טראַדיציעס, וועלכע זײַנען טײַער פֿאַר איין טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג און זײַנען ווי אַ רויטע שמאַטע פֿאַר דעם אַנדערן טייל.
די פֿראַגע פֿון הידזשאַב האָט כּמעט אוממעגלעך געמאַכט פֿאַר אַבדולאַ גיול צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿונעם טערקישן פּרעזידענט. אָבער זײַן ווײַב, הײַריוניצאַ, האָט ניט אַראָפּגענומען די פֿאַטשיילע און שפּעטער געמאַכט אַ סענסאַציע, ווען זי איז געקומען מיט אַ פֿאַרוויקלטן קאָפּ אויף אַ באַגעגעניש מיט דער בריטישער מלכּה. דעם פּרעזידענטס ווײַב שפּיגלט אָפּ דעם דאָמינירנדיקן מצבֿ: 62 פּראָצענט פֿון די טערקישע פֿרויען טראָגן אַ הידזשאַב.
פֿון דעם קאָנסטיטוציע-געריכט איז געווען אָפּהענגיק זייער אַ סך. אַ באַשלוס פֿון מאַכן ניט לעגאַל די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג" וואָלט געשאַפֿן אַ שאַרפֿן פּאָליטישן קריזיס און געשטעלט אין סכּנה די עצם דעמאָקראַטישע יסודות פֿון דער געזעלשאַפֿט. בפֿרט נאָך, אַז אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון טערקײַ האָט די אַרמיי (די צווייטע לויט דער גרייס אין "נאַטאָ") פֿיר מאָל אין די לעצטע 50 יאָר זיך אַרײַנגעמישט אין די קריזיס-סיטואַציעס און אַראָפּגעוואָרפֿן די רעגירונגען. דאָס וואָלט, בלי-ספֿק, געבראַכט אַ סך קאָפּווייטיק אין דער וועלט-פּאָליטיק, בפֿרט אין אייראָפּע און אַנדערע בשכנותדיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, וואָס האָט טראַדיציאָנעל גוטע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע באַציִונגען מיט טערקײַ.
זינט 1924, ווען אַטאַטורק האָט אָפּגעשאַפֿן דעם אַלטן קאַליפֿאַט און גענומען בויען אַ רעפּובליק, שפּילט טערקײַ די ראָלע פֿון אַ מוסטער, ווי אַזוי אַ מוסולמענישע געזעלשאַפֿט מוז זיך אַנטוויקלען אין דער מאָדערנער תּקופֿה. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה איז טערקײַ געווען אַ געטרײַער שותּף פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. איצט פֿאָדערט טערקײַ פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע צו קומען, סוף-כּל-סוף, צו אַ באַשלוס וועגן דעם רעליגיעז-אידעאָלאָגישן באַזיס פֿון דער פֿאַראייניקונג.
איז עס אָפֿן נאָר פֿאַר די לענדער, וווּ די קריסטן בילדן, לכל-הפּחות היסטאָריש, די מערהייטן פֿון דער באַפֿעלקערונג? אָדער אַ דעמאָקראַטישע, עקאָנאָמיש-אַנטוויקלטע מוסולמענישע מדינה קען אויך באַקומען אַן ארײַנגאַנג-בילעט? אַ חוץ טערקײַ, האָט די דאָזיקע פֿראַגע אַ דירעקטן שײַכות אויך צו אַזעלכע לענדער ווי אַלבאַניע און באָסניע. דערפֿאַר איז עס זייער וויכטיק צו האָבן אַ מאָדעל פֿון אַ וועלטלעך לאַנד, וווּ איסלאַם שפּילט אַן ערך פּונקט אַזאַ ראָלע, ווי קריסטלעכקייט שפּילט אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.