פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומל­טיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צע­טיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָ­טישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַר­טיידיקט די סעקולערע ווערטן. אין טערקײַ איז די רע­לי­גיע ניט אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה, נאָר אונטער­גע­אָרדנט דעם מלוכה-אַפּאַראַט, פֿון וועלכן אַן אימאַם באַ­קומט זײַן שטעלע ווי אויך אינסטרוקציעס וועגן דעם אינ­האַלט פֿון זײַן פּריידיקן.

די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג" באַמיט זיך אונטערשטרײַכן, אַז זי האָט גאָרנישט צו טאָן מיט מו­סולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן און, פֿאַרקערט, קעמפֿט קעגן אַזעלכע עקסטרעמיסטישע גרופּעס. דער פּרע­מיער-מיניסטער רעדזשעפּ ערדאָגאַן און אַנדערע פֿירער פֿון דער פּאַרטיי אַנטוויקלען אַן אימאַזש פֿון אַ צענט­ריס­טיש-רעכטער פּאָליטישער גרופּירונג, וואָס האָט, אָבער, גרויס דרך-ארץ פֿאַר די מוסולמענישע טראַדיציעס, וועל­כע זײַ­נען תּמיד געווען שטאַרק אין דער טערקישער פּראָווינץ.

קיין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטלעך-דעמאָקראַטישע פּאַר­טייען פּאַסט דאָ ניט. בעת די קריסטלעכע דעמאָ­קראַטן שטעלן מיט זיך פֿאָר בדרך-כּלל אַ קאָנסערוואַ­טיוון און פּראָ­טעקציאָניסטיש־פּאָליטישן שטראָם, זײַ­נען די טוער פֿונעם טערקישן "יושר און אַנטוויקלונג", אין תּוך אַרײַן, ניט קאָנסערוואַטיוו — זיי האַלטן אונטער די גלאָבאַליזיר­טע וועלט-עקאָנאָמיע און ווילן ברענגען זייער לאַנד אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. כאַראַקטעריש, אַז זיי בלאָקירן ניט די פּאָזיטיוו-גייענדיקע אונטערהאַנדלונ­גען צווישן די טערקישע און גריכישע פֿירער פֿון ציפּערן מכּוח דעם פֿאַראייניקן ביידע טיילן פֿון דער צעשפּאָל­טענער אינדזל-מדינה. ווי די רעגירנדיקע פּאַרטיי, האָט דער "יושר און אַנטוויקלונג" אָפּגעשאַפֿן דעם טויט-שטראָף און געגעבן די פֿרויען אַזעלכע רעכט, וועל­כע זיי האָבן קיין מאָל ניט געהאַט. למשל, די אַבאָרטן זײַ­נען ניט פֿאַרבאָטן געוואָרן.

ניט צופֿעליק שטייט דאָס וואָרט "אַנטוויקלונג" אין דעם נאָמען גופֿא פֿון דער פּאַרטיי, וואָס איז דעמאָקראַ­טיש געקומען צו דער מאַכט, אַ דאַנק דער עקאָנאָמישער, דעמאָגראַפֿישער און סאָציאַלער אַנטוויקלונג פֿון טער­קײַ. די דאָזיקע פּראָצעסן האָבן געמאַכט עקאָנאָמיש און פּאָליטיש אַקטיוו די שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועל­כע זײַנען פֿריִער געווען מער אָדער ווייניקער פּאַסיוו. דער גאַנצער פּראָצעס מיינט אויך אַ קאָנקורענץ מיט דער אַלטער עליטע, וועלכע פֿאַרנעמט די שליסל-פּאָזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין דער אַרמיי.

אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך גייט דער קאַמף אָפֿט­מאָל איבער גאַנץ סימבאָלישע זאַכן. למשל, דער איצ­טיקער פּאָליטישער קריזיס האָט זיך אָנגעהויבן אין פֿעב­רואַר, ווען ס'איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן דער פֿאַר­באָט צו טראָגן אַ "הידזשאַב" (פֿאַטשיילע) אין די מלו­כה-אינס­טיטוציעס. אַ פֿרוי מיט אַ פֿאַרדעקטן קאָפּ סימ­באָליזירט די מוסולמענישע טראַדיציעס, וועלכע זײַנען טײַער פֿאַר איין טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג און זײַנען ווי אַ רויטע שמאַטע פֿאַר דעם אַנדערן טייל.

די פֿראַגע פֿון הידזשאַב האָט כּמעט אוממעגלעך געמאַכט פֿאַר אַבדולאַ גיול צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿונעם טערקישן פּרעזידענט. אָבער זײַן ווײַב, הײַריוניצאַ, האָט ניט אַראָפּ­גענומען די פֿאַטשיילע און שפּעטער גע­מאַכט אַ סענסאַציע, ווען זי איז געקומען מיט אַ פֿאַרוויקלטן קאָפּ אויף אַ באַגעגעניש מיט דער בריטישער מלכּה. דעם פּרעזי­דענטס ווײַב שפּיגלט אָפּ דעם דאָמינירנ­דיקן מצבֿ: 62 פּראָצענט פֿון די טערקישע פֿרויען טראָגן אַ הידזשאַב.

פֿון דעם קאָנסטיטוציע-געריכט איז גע­ווען אָפּהענגיק זייער אַ סך. אַ באַשלוס פֿון מאַכן ניט לעגאַל די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנט­וויקלונג" וואָלט געשאַפֿן אַ שאַרפֿן פּאָ­לי­טישן קריזיס און געשטעלט אין סכּנה די עצם דעמאָקראַטישע יסודות פֿון דער גע­זעלשאַפֿט. בפֿרט נאָך, אַז אין דער מאָ­דערנער געשיכטע פֿון טערקײַ האָט די אַרמיי (די צווייטע לויט דער גרייס אין "נאַטאָ") פֿיר מאָל אין די לעצטע 50 יאָר זיך אַרײַנגעמישט אין די קריזיס-סיטואַציעס און אַראָפּגעוואָרפֿן די רעגירונגען. דאָס וואָלט, בלי-ספֿק, געבראַכט אַ סך קאָפּווייטיק אין דער וועלט-פּאָליטיק, בפֿרט אין אייראָפּע און אַנדערע בשכנותדיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, וואָס האָט טראַדיציאָנעל גוטע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע באַ­ציִונגען מיט טערקײַ.

זינט 1924, ווען אַטאַטורק האָט אָפּגעשאַפֿן דעם אַלטן קאַליפֿאַט און גענומען בויען אַ רעפּובליק, שפּילט טערקײַ די ראָלע פֿון אַ מוסטער, ווי אַזוי אַ מו­סולמענישע געזעלשאַפֿט מוז זיך אַנטוויקלען אין דער מאָדערנער תּקופֿה. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה איז טער­קײַ געווען אַ געטרײַער שותּף פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. איצט פֿאָדערט טערקײַ פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע צו קומען, סוף-כּל-סוף, צו אַ באַשלוס וועגן דעם רעליגיעז-אידעאָלאָגישן באַזיס פֿון דער פֿאַראייניקונג.

איז עס אָפֿן נאָר פֿאַר די לענדער, וווּ די קריסטן בילדן, לכל-הפּחות היסטאָריש, די מערהייטן פֿון דער באַ­פֿעלקערונג? אָדער אַ דעמאָקראַטישע, עקאָנאָמיש-אַנט­וויקל­טע מוסולמענישע מדינה קען אויך באַקומען אַן ארײַנגאַנג-בילעט? אַ חוץ טערקײַ, האָט די דאָזיקע פֿרא­ַגע אַ דירעקטן שײַכות אויך צו אַזעלכע לענדער ווי אַל­באַניע און באָסניע. דערפֿאַר איז עס זייער וויכטיק צו האָבן אַ מאָדעל פֿון אַ וועלטלעך לאַנד, וווּ איסלאַם שפּילט אַן ערך פּונקט אַזאַ ראָלע, ווי קריסטלעכקייט שפּילט אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.