"דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דערציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום.
דוד גראָסמאַן האָט פֿאַראַיאָרן, ווי באַוווּסט, אין זײַן רעדע אויף דעם גרויסן פּראָטעסט־מיטינג אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ קעגן דער אָלמערט־רעגירונג נאָך דעם ערשטן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, באַצייכנט די הערשנדיקע אָנפֿירונג פֿון דער מדינה ווי אַ "הוילע פֿירערשאַפֿט". ער האָט פֿאַרלוירן זײַן זון אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה אין די שלאַכטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען שוין נאָך דעם דערגרייכטן פֿײַער־איבעררײַס. ער האָט אויך פֿאַר דעם געהאַט פּראָטעסטירט און געוואָרנט קעגן דער אויסברייטערונג פֿון דער מלחמה.
אהוד אָלמערט האָט פֿאָריקע וואָך אין זײַן רעדע, וואָס איז באַטראַכט געוואָרן ווי זײַן געזעגענונגס־רעדע, אויסגערעכנט אַלע גרויסע דערגרייכונגען אין די צוויי יאָר פֿון זײַן רעגירן, און האָט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט די סאַמע וויכטיקסטע און גורלדיקסטע געשעעניש, — גורלדיק סײַ פֿאַר דער מדינה און סײַ פֿאַר אים — די מלחמה אין לבֿנון, וואָס ער האָט בשעתו פּראָקלאַמירט ווי אַ נצחון און וועלכע איז אָבער למעשׂה געוואָרן דער עיקרדיקער גורם, וואָס האָט דערפֿירט צו זײַן איצטיקער, ווי מאַנכע זאָגן, פֿאַרשפּעטיקטער, רעזיגנאַציע.
ער האָט אָבער אויך נישט געזאָגט אין זײַן געזעגענונגס־רעדע, אַז ער רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט. ער האָט נאָר דערקלערט, אַז ער וועט נישט קאַנדידירן צו די "פּרײַמעריס", וואָס וועלן פֿאָרקומען אין זײַן פּאַרטיי דעם 17טן סעפּטעמבער, און אפֿשר אויך דעם 25סטן, אויב עס וועט זײַן אַ צווייטע רונדע. ער האָט נאָר צוגעזאָגט, אַז ער וועט דעמיסיאָנירן פֿון דער פּרעמיערשאַפֿט נאָך דעם ווי דער נײַ־געוויילטער מנהיג פֿון "קדימה" וועט מצליח זײַן אויפֿצושטעלן די נײַע רעגירונג. און גראָד דאָס שטייט אונטער אַ האַרבן פֿרעג־צייכן.
אַ צווייטער אָנגעזעענער שרײַבער, מאיר שלו (שאַלעוו), שטעלט זיך אָפּ אויף דער זעלבסט־באַרימערײַ אין אָלמערטס "געזעגענונגס־רעדע", אין וועלכער ער האָט אויסגערעכנט די גרויסע דערגרייכונגען פֿון דער רעגירונג אונטער זײַן אָנפֿירונג. נישט נאָר וואָס זיי זענען נישט רעאַל אָדער, לויט דער מיינונג פֿון דעם שאַרפֿזיניקן שרײַבער, שטאַרק איבערגעטריבן, נאָר דעם גרעסטן דורכפֿאַל זײַנעם — די אַחריות פֿאַר דער אומזיניקער מלחמה אין לבֿנון, איז אים "אַרויס פֿונעם זכּרון". אויך זײַן צוגעזאָגטע לייזונג פֿאַר דעם קאָלאָסאַלן חובֿ, וועלכן די מדינה איז שולדיק די נאָך לעבן־געבליבענע קרבנות פֿון דעם נאַציזם, האָט ער... פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, כאָטש ער איז געצוווּנגען געוואָרן די טעג זיך ווידער מיט דעם צו באַשעפֿטיקן.
מע קאָן נישט באַשולדיקן אָלמערטן אין קיין שלעכטע כּוונות, אָבער מיט גוטע כּוונות איז, ווי באַוווּסט, אויסגעפֿלאַסטערט דער וועג צום גיהנום, און אין דעם פֿאַל — דער וועג צום דורכפֿאַל. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה איז אים "אונטערגעקומען" בײַם סאַמען אָנהייב פֿון זײַן דאָן־קישאָטישן פֿאַרמעסט מיט דער אַכזריותדיקער ווירקלעכקייט, מיט דעם אומגליקלעכן נעגאַטיוון "באַלאַנס" פֿון די פּאָליטישע כּוחות און פֿון די זיבן אומזיסט פֿאַרפּאַסטע יאָרן, אין וועלכע דאָס וואָרט "שלום" איז געוואָרן אַ זילזול־וואָרט. די פּאָליטישע איניציאַטיוון זענען אין יענע זיבן יאָר געוואָרן אויסגעטרוקנט, דער טעראָר האָט זיך צעבליט, די אַרמיי איז געוואָרן באַשעפֿטיקט מיט דער אָקופּאַציע און מיט באַשיצן די קאָלאָניסטן — און די מלחמה האָט געטראָפֿן די מדינה אַ נישט צוגעגרייטע און אַן אומבאַשיצטע.
נישט געקוקט אָבער דערויף האָבן זיך גראָד אין דער תּקופֿה פֿון אהוד אָלמערט געעפֿנט נײַע האָריזאַנטן אין מיטעלן מיזרח. די מדינה און דער מיטעלער מיזרח שטייען איצט אויפֿן שיידוועג פֿון ראַדיקאַלע אַנטוויקלונגען. וואָס שאַפֿן סײַ גרויסע געפֿאַרן, סײַ גרויסע געלעגנהייטן. פֿון איין זײַט, די וועזנטלעכע דערנענטערונג אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דעם פּאַלעסטינער מנהיג אַבו־מאַזען און דאָס עפֿענען דעם דיאַלאָג מיט סיריע, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, די אַטאָמישע געפֿאַר פֿון איראַן און די באַדראָונג מצד "כעזבאָלאַ" פֿון צפֿון און "כאַמאַס" פֿון דרום.
צו דעם דאַרף מען צוגעבן אָלמערטס דראַמאַטישן פֿאַרמעסט פֿאַר ריינוואַשן זיך פֿון די פֿאַרדאַכטן פֿון קאָרופּציע, זײַן געראַנגל מיט דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג.
אהוד אָלמערט איז נישט געקנאָטן פֿון דעם טייג פֿון אַ מנהיג, ווי למשל, זײַן פֿאָרגייער שרון. און — אָלמערט איז נישט געקומען צום רודער פֿון דער רעגירונג אין זײַן אייגענעם זכות, נאָר אין זכות פֿון דעם צופֿאַל, וועלכער האָט אים אַרײַנגעלייגט אין זײַנע הענט דעם גורל פֿון דער מדינה, ווי אַן אומגעריכטע ירושה פֿון זײַן וועגווײַזער, וועלכער איז אַוועקגעפֿאַלן אין זײַן פֿולער לעטאַרגישער געליימטקייט. ער איז אָבער געווען דער פֿאָרלויפֿער פֿון שרונס ראַדיקאַלן איבערקער און אָפּקער פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס", צו וועלכן זיי ביידע זענען געווען פֿריִער אידעאָלאָגיש פֿאַרבונדן... נאָך געציילטע חדשים פֿון "פּראַקטיק" איז ער, ווי דער יורש פֿון אַריאל שרון, געוואָרן אויסגעוויילט ווי דער מנהיג פֿון דער נײַער פּאַרטיי, וואָס שרון האָט געשאַפֿן, און דערנאָך ווי דער פּרעמיער־מיניסטער נאָך זײַן נצחון אין די וואַלן צו דער כּנסת.
די צוויי וויכטיקסטע סיבות פֿון זײַן דורכפֿאַל זענען, לויט מײַן מיינונג, געווען: די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, אין וועלכער ער האָט זיך געלאָזט אַרײַנציִען, און — די ירושה פֿון "ליכּוד", וואָס ער האָט מיטגעברענגט מיט זיך צוזאַמען מיט דער ירושה פֿון שרונען. דאָס איז — די "נאָרמאַטיווע קאָרופּציע", וואָס האָט געווילדעוועט אין דער פּאַרטיי־צענטראַלע אין יענער תּקופֿה, אין וועלכער אויך אָלמערט איז געווען אַקטיוו און האָט אין איר נאָמען אַמטירט ווי דער בירגערמײַסטער פֿון ירושלים און דערנאָך ווי דער מיניסטער פֿאַר האַנדל און אינדוסטריע. צו דער מדרגה פֿון זײַן געטרײַען חבֿר אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכן ער האָט אָנפֿאַרטרויט די מלוכישע קאַסע ווי דעם פֿינאַנץ־מיניסטער אין זײַן רעגירונג און, וועלכער ווערט איצט געמישפּט פֿאַר גניבֿה און דעפֿראַודאַציע — צו דער מדרגה, ווי געזאָגט, איז אָלמערט נישט דערגאַנגען. זײַן קאָרופּציע, אין וועלכער ער איז פֿאַרדעכטיקט, ליגט מער אויפֿן געביט פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער עטיק, פֿון יענער פּסולער "נאָרמאַטיווער קאָרופּציע", וואָס האָט געהערט צום "באָן־טאָן" אין יענע טעג אין דער צענטראַלע פֿון זײַן מוטער־פּאַרטיי, אין "ליכּוד".
פֿאַר זײַנע חטאים פֿון יענע טעג ווערט איצט פֿון אָלמערטן פֿאַרלאַנגט דער דין וחשבון און די שטראָף. אין זײַן געראַנגל מיט דעם שטאַרקן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן דרוק, מיט דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג און מיט זײַן טיף געפֿאַלענער פּאָפּולאַריטעט, האָט אָלמערט ביז איצט אַרויסגעוויזן שטאַרקע נערוון, שפּאַנענדיק ווי אַ גלענצנדיקער אַקראָבאַט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע דורך די פֿאַרשיידענע סקאַנדאַלן און אַטאַקן פֿון זײַנע קעגנער, און צום סוף אויך פֿון זײַן שותּף אין דער קאָאַליציע, די "עבֿודה" — ביז וואַנען ער האָט זיך אײַנגעבראָכן און אָנגעזאָגט זײַן רעזיגנאַציע.
דער באַשלוס אָנצוזאָגן זײַן רעזיגנאַציע איז אים קענטיק אָנגעקומען נישט לײַכטער ווי זײַנע ראַנגלענישן מיט זײַן סיטואַציע. געבראַכט צו דעם האָט דאָס אָפּלייגן "אין דער לעצטער רגע", מיט צוויי וואָכן פֿריִער, די פּרעלימינאַרע אָפּשטימונג, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אין דער כּנסת וועגן אויפֿלייזן זי און צו באַשטימען נײַע וואַלן, נאָך דעם ווי עס איז דערגרייכט געוואָרן אַ פּשרה־הסכּם צווישן "עבֿודה" און "קדימה".
אין רעזולטאַט פֿון דעם פּשרה־הסכּם צווישן די צוויי פּאַרטייען פֿון דער קאָאַליציע, האָט דער פֿאָרשלאָג פֿון דער אָפּאָזיציע אויפֿצולייזן די כּנסת פֿאַרלוירן די נייטיקע 61 שטימען און איז דעריבער נישט געבראַכט געוואָרן צו דער אָפּשטימונג. צו דער אָפּאָזיציע האָט געזאָלט זיך אָנשליסן דער ש"ס, וועמעס פֿאָרשטייער זיצן אין דער רעגירונג.
דאָס האָט אָבער באַוויזן ווי שווער עס וועט זײַן דעם נײַ־געוויילטן מנהיג אויפֿצושטעלן אַ נײַע רעגירונג, אָבער נאָך שווערער וועט זײַן די לאַגע נאָך די וואַלן, אין וועלכע די איצטיקע הערשנדיקע פּאַרטייען זענען אויסגעשטעלט אויף אַ שווערער מפּלה. דערפֿאַר האָבן די דעפּוטאַטן אין דער איצטיקער כּנסת מורא צו פֿאַרלירן זייערע ערטער אין דער כּנסת. זיי האָבן מורא צו פֿאַרשפּילן צו דעם שוין לאַנג דורכגעפֿאַלענעם מנהיג פֿון "ליכּוד", ביבי נתּניהו, וועלכער גרייט זיך צו אַ טריומפֿאַלן צוריקקער מיט אַ גרויסן נצחון.
אויך די אידעאָלאָגישע קעגנערס פֿון אהוד אָלמערטן אין דער רעגירונג און אויסער איר זענען בײַ דער מיינונג, אַז פֿון אָפּעראַטיוון שטאַנדפּונקט איז ער טיכטיק, אַרבעטזאַם און איבערגעגעבן זײַנע פֿונקציעס, און אויך שטאַרק אין זײַן כאַראַקטער. פּאָליטיש האָט ער אויך באַוויזן "אײַנצופֿעדעמען", אָדער ווי אַנדערע זאָגן, "אײַנצוזייפֿן" עטלעכע גאָר וויכטיקע פּאָליטישע איניציאַטיוון. ער איז אָבער, ווי מיר האָבן אויבן געזאָגט, נישט געקנאָטן פֿונעם טייג פֿון אַ מנהיג, ער פֿאַרמאָגט נישט די געהעריקע כאַריזמע. ער געהערט צו די אַלע, וואָס זענען נישט געווען אין שטאַנד צו רעאַליזירן זייער גוטן ווילן, זייערע גוטע כּוונות.
אין דעם פֿאַרוואַל־קאַמפּיין צו די "פּרײַמעריס" אין "קדימה" האָבן זיך געשטעלט צום פֿאַרמעסט פֿיר קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, שאָול מופֿז, אַבֿי דיכטער און מאיר שיטרית. אַלע זענען זיי מיניסטאָרן אין דער רעגירונג, אַלע אָפּשטאַמיקע פֿון "ליכּוד". שאָול מופֿז, דער געוועזענער סאַמע פּאָליטישסטער מיליטאַנטישער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב און שפּעטער זיכערהייט־מיניסטער, איז געקומען אין "קדימה" נאָך דעם ווי ער איז דורכגעפֿאַלן אין די "פּרײַמעריס" איבער דער פֿירערשאַפֿט פֿון "ליכּוד". אַבי דיכטער איז געווען אָנפֿירער פֿונעם געהיימדינסט. ציפּי ליבֿני איז, ווי באַוווּסט, די אויסערן־מיניסטאָרין און מאיר שיטרית איז אינערן־מיניסטער.
דער עיקרדיקער פֿאַרמעסט וועט זײַן צווישן מופֿז און ליבֿני, בעת ליבֿני האָט דערווײַל די אויבערהאַנט אין די אויספֿרעגן, אָבער דער פֿאַרמעסט גייט אָן אַרום דער פֿראַגע ווער פֿון זיי וועט קענען אויפֿשטעלן אַ נײַע קאָאַליציע, בעת מופֿז פֿירט שוין איצט אַ "הייסן ראָמאַן מיטן ש"ס, און ש"ס פֿירט אַ הייסן ראָמאַן מיט נתּניהו און מיטן "ליכּוד".
דאָס איז די ירושה, וואָס אָלמערט לאָזט איבער נאָך זײַן רעזיגנאַציע. די טראַגעדיע באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די גאַלעריע פֿון זײַנע פּאָטענציעלע יורשים, די קאַנדידאַטן איבערצונעמען די פֿירערשאַפֿט פֿון דער מדינה, איז זייער אַן אָרעמע, נאָך ווייניקער כאַריזמאַטיש פֿון אים. דער מנהיגים־קריזיס טרעט דעריבער אַרײַן אין אַ קריטישער סיטואַציע.
בּן־גוריון האָט שוין אַמאָל געהאַט פּרובירט אַרײַנצוברענגען אַ כאַריזמאַטישע, ביז גאָר באַרימטע פּערזענלעכקייט פֿון דרויסן פֿאַר אַ פּרעזידענט פֿון דער מדינה, און דאָס האָט געזאָלט זײַן נישט קיין אַנדערער ווי אַלבערט אײַנשטײַן. מיר דאַרפֿן אים פֿאַר אײַך נישט פֿאָרשטעלן. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט פֿון דעם כּבֿוד.
מיט אַ פּרעמיער־מיניסטער אַ געדונגענעם פֿון דרויסן וועט זײַן שווערער — אַ סך שווערער ווי דינגען אַ ספּאָרטלער פֿון חוץ־לארץ...
תּל־אָבֿיבֿ, 5טער אויגוסט 2008