אָנהייב וואָך איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען אַ טרויעריקע ידיעה: אין דער עלטער פֿון 89 יאָר איז געשטאָרבן דער גרויסער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין. דער נאָמען סאָלזשעניצין איז פּונקט אַזוי גוט באַקאַנט, ווי דאָס וואָרט "גולאַג", וואָס נאָך אים, איז עס אַרײַן אין אַלע שפּראַכן, ווי אַ באַזונדערער באַגריף פֿון קאָמוניסטישער דיקטאַטור, רעפּרעסיעס, פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען אומשולדיקע בירגער און טאָטאַלער מורא אין משך פֿון צענדליקער יאָרן פֿונעם רעזשים.
ווי עס ווערט הײַנט באַטאָנט אין אַ סך נעקראָלאָגן, האָט סאָלזשעניצין "אויפֿגעוועקט דעם געוויסן פֿון אונדזער וועלט". אין 1962 האָט זיך דורך דעם שמאָלן פֿענצטערל פֿון כרושטשאָווס "אָדליגע", אַרויסגעריסן דאָס העל־שנײַדנדיקע שטראַלעכל — די גרעסערע דערציילונג "איין טאָג פֿון איוואַן דעניסאָוויטשן". אָבער אויפֿגעריסן האָט דעם חושך־סאָוועטיקוס זײַן שפּעטערדיק מאָנומענטאַל ווערק "אַרכיפּעלאַג גולאַג", וואָס איז הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן אין דער פּאָליטיזירטער וועלט, אפֿשר מער צוליב דער מאָראַלישער געוואַגטקייט פֿונעם קינסטלער, איידער די ליטעראַטור־קינסטלערישע מעלות פֿון דעם בוך גופֿא.
שפּעטער, בײַם באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז, האָט דער שרײַבער געזאָגט: "אַ וואָרט אמת וועגט איבער די גאַנצע וועלט". מיט אָט דעם "וואָרט אמת" האָט סאָלזשעניצין, אַרויסגעטריבן פֿון זײַן אייגענעם לאַנד, זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַמעריקע, אין ווערמאָנט, און בלויז אין 1994, ווען אין רוסלאַנד האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרלוירן די מאַכט, זיך אַהין אומגעקערט.
און דאָ האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט וועגן אַזאַ רוסלאַנד האָט געחלומט דער גרויסער רוסישער שרײַבער־הומאַניסט, נאָר וועגן אַ לאַנד, אַן אימפּעריע, וואָס בראָש איר שטייט, ווי אַמאָל, דער רוסישער קייסער. נישט קיין מערבֿדיקער ליבעראַליזם דאַרף פֿאַרשפּרייט ווערן אינעם נײַעם רוסלאַנד, נישט קיין פֿרײַער מאַרק דאַרף דאָמינירן אין דער רוסישע עקאָנאָמיע, נישט קיין פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט דאַרף זיך דאָרט אַנטוויקלען... מיט איין וואָרט, מאָנאַרכיע און פּראַוואָסלאַוויע וועלן ראַטעווען דאָס רוסישע פֿאָלק.
אָפּגעגעבן אַ העלפֿט פֿון זײַן לעבן אַרויסצוברענגען דעם אמת וועגן דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור און אירע בלוטיקע מעשׂים בשעתן פֿאַרשקלאַפֿן דאָס אייגענע פֿאָלק, האָט סאָלזשעניצין געזוכט אין זײַן אַמעריקאַנער פֿרײַוויליקער פֿאַרשיקונג דעם שולדיקן, וואָס צוליב אים איז געשען די נאַציאָנאַלע קאַטאַסטראָפֿע אין זײַן לאַנד. אַוועקלייגנדיק אויף איין וואָגשאָל פֿון רוסישער געשיכטע די טויזנט־יאָריקע מאָנאַרכיע און פּראַוואָסלאַוויע און אויף דער אַנדערער וואָגשול די 200 יאָר זינט די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד, איז סאָלזשעניצין געקומען צום אויספֿיר, אַז אין אַלע צרות פֿונעם רוסישן פֿאָלק זײַנען שולדיק די בני-ישׂראל! אויף הונדערטער זײַטן פֿון זײַן צוויי־בענדיקער כּמו־פֿאָרשערישער אַרבעט "200 יאָר צוזאַמענלעבן" — האָט אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין, מיט אַרויסגעריסענע ציטאַטן פֿונעם קאָנטעקסט, מיט פֿאַרקריפּלטע און פֿאַרדרייטע פֿאַקטן פֿון געשיכטע, אויסגעטראַכטע באַווײַזן און פֿאַלשע עדות־זאָגן (אַוודאי מיט זײַנע אייגענע קאָמענטאַרן), געשטרעבט דאָס מאָל צו "אַנטפּלעקן דעם אמת" וועגן דער ראָלע פֿון ייִדן אינעם חרובֿ מאַכן די רוסישע אימפּעריע; אַ ווערק, אַרויסגעשלעפּט פֿונעם פֿינצטערן מיטלעלטער, וווּ עס האָבן באַלעבאַטעוועט פֿאַנאַטישע אַנטיסעמיטן און שיכּורע פּאָגראָמשטשיקעס פֿון כּלערליי מינים.
איבערגעלעבט צוויי מלחמות, "גולאַג", אַ טייטלעכע ראַק־קראַנקייט, רדיפֿות פֿון דער "קאַגעבע", געצוווּנגענע עמיגראַציע — דאָס ערגסטע וואָס עס קאָן אויספֿאַלן אויף איין מענטשלעך לעבן, האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, אַהיים אַ פֿרעמדער און אַן אָפּגעפֿרעמדטער, און זיך שוין דאָרט פֿאַרשפּאַרט אין זײַן נאַציאָנאַליסטישער פֿאַרשימלטקייט.
דער פּאַראַדאָקס פֿון זײַן "גלגל החוזר", פֿון זײַן אומקער באַשטייט אין דעם, וואָס אין רוסלאַנד הערשן איצט די, וואָס האָבן אים אַמאָל גערודפֿט און אַרויסגעטריבן פֿון זײַן פֿאָטערלאַנד — די "קאַגעבע"־לײַט; און זיי האָבן אים באַגלייט אין זײַן לעצטן וועגן מיט אַ פֿײַערלעכן "הללויה!"