ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג
פֿאָטאָ פֿון אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן אַרכיוו

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!

די זעלבע פֿראַגע האָבן געשטעלט פֿאַר זיך די באַשולדיקטע: ייִדישע שרײַבער, מוזיקער, אַקטיאָרן, קולטור־און וויסנשאַפֿט־טוער...

אין זײַן לעצטן וואָרט אויפֿן פּראָצעס פֿונעם "ייִדישן אַנטי­פֿאַשיסטישן קאָמיטעט", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע, אין יולי 1951, האָט דער באַשולדיקטער דוד בערגעלסאָן געזאָגט: "מײַן שולד באַשטייט, זעט אויס, אין דעם, וואָס כ‘בין געווען צו צוגעבונדן צו מײַן אייגענער שפּראַך ייִדיש... אָבער אויך איצט, ווען ס‘איז מיר געבליבן גאָר ווייניק צו לעבן, בין איך ממשיך זי ליב האָבן, ווי אַ זון האָט ליב זײַן אייגענע מאַמע."

מיר ברענגען ווײַטער אייניקע זכרונות פֿון די קינדער, וואָס זייערע באַקאַנטע טאַטעס זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן נאָר פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן "ליב געהאַט ייִדיש, ווי אַ זון האָט ליב זײַן מאַמע". אפֿשר וועט עס אונדז העלפֿן אָפּצופֿרישן אונדזער זכּרון און זיך צו דערנענטערן צו די גרויסע קינסטלער, וואָס זײַנען פֿאַר זייערע קינדער פֿאַרבליבן פּשוט טאַטעס, מיט זייערע טאָג־טעגלעכע זאָרג און האַוועניש.


* * *

נינאַ מיכאָעלס
נינאַ מיכאָעלס

נינאַ מיכאָעלס, די קלענערע טאָכטער פֿון שלמה מיכאָעלס — ייִדישער אַקטיאָר און רע­זשיסאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַ­טער (גאָסעט), פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אַנטי­פֿאַשיסטישן קאָמיטעט", דערהרגעט אין מינסק, אין יאַנואַר 1948. נינאַ מיכאָעלס איז לויט דער פֿאַך אַ טעאַטער־רעזשיסאָר, וווינט אין ישׂראל און אַרבעט שוין איבער 25 יאָר ווי אַ לערערין און רעזשיסאָרין אין דער טעאַטראַלער שול "בית־צבֿי", רמת־גן.

דער טאַטע, געדענק איך, איז געווען זייער אַ ווייכער מענטש. עס פֿלעג פֿון אים שטענדיק אַרויסשטראַלן אַ וואַרעמקייט. אָבער מיר און מײַן שוועסטער נאַטאַליאַ האָט ער כּסדר אויסגעפֿעלט. מ׳האָט אים ממש געריסן אויף שטיקער. אַלע אָרגאַניזאַציעס אין מאָסקווע האָבן אים געוואָלט זען און הערן. דער טאַטע האָט זיך געלערנט אויפֿן יורידישן פֿאַקולטעט בײַם פּעטראָגראַדער אוני­ווער­סיטעט און איז געווען אין לעבן אַ פֿילאָ­סאָף און אַ גוטער פֿילאָלאָג. קיינער האָט זיך אַפֿילו נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז רוסיש איז נישט זײַן שפּראַך פֿון דער היים. ער איז געווען אַ גלענצנדיקער רעדנער, דערי­בער האָבן אים אַלע פֿאַרבעטן, ווי אַ מין בעל־דרשן, סײַ אויף שׂימחות און סײַ אויף לוויות.

דערפֿאַר האָבן מיר אים טאַקע זעלטן ווען געזען. צו זען דעם טאַטן, פֿלעגן מיר פֿאָרן צו זײַנע אויפֿטריטן. "דו האָסט אַזאַ טאַלאַנטירטן טאַטן!" — האָב איך געהערט פֿון אַלע זײַטן. אָבער איך פֿלעג קומען נישט צו הערן אים, נאָר פּשוט קוקן אויף אים. ער פֿלעג מיר זייער אויספֿעלן, ווײַל מײַן מאַמע איז גע­שטאָרבן, ווען כ׳בין אַלט געווען זעקס יאָר, און כ׳האָב לעבן זיך נישט געהאַט נישט קיין באָבע און נישט קיין זיידע. דער טאַטע איז געווען די גאַנצע וואַרעמקייט, וואָס אַ קינד באַקומט פֿון זײַנע עלטערן. דערפֿאַר בין איך פֿאַקטיש אויסגעוואַקסן אין טעאַטער.

נאָך די פֿאָרשטעלונגען איז דער טאַטע געקומען אַהיים אַרום איינס אַ זייגער בײַ נאַכט, און צו מאָל נאָך שפּעטער. איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן פֿון שלאָף, זיך אַוועקזעצן לעבן אים און רעדן. קיין אַנדער צײַט איז נישט געווען. ווינטער, אין די שטאַרקע פֿרעסט, פֿלעג איך ספּעציעל אַרויסשטופּן דעם קאָפּ פֿונעם פֿענצטערל אין דרויסן, כ׳זאָל זיך פֿאַרקילן. דעמאָלט איז דער טאַטע געבליבן מיט מיר אין דער היים. איך בין מקנא געווען די קינדער, וואָס האָבן געקאָנט זאָגן צו זייער פֿאָטער: "וואַרף מיר דעם באָל! טאַטע!". זינט איך געדענק זיך, זײַנען מיר נאָר איין מאָל געווען מיטן טאַטן אין זאָאָ־גאָרטן.

נאָך אַ קינד, האָב איך אַוודאי נישט פֿאַר­שטאַנען, אַז מײַן טאַטע, איז אַ גרויסע פּער­זענ­לעכקייט. דאָס איז גע­ווען אַ מין מענטש, ענלעך צום פּער­סאָנאַזש פֿון אַר­נאָלד ברעכטס פּיעסע, וואָס האָט קיינ­מאָל נישט געקאָנט זאָגן — ניין! מענטשן פֿלעגן קומען צו אים טאָג און נאַכט, נישט וויכטיק ווער זיי זײַנען געווען, ייִדן און נישט ייִדן. און בלויז דעמאָלט, ווען דער טאַטע איז שוין נישט געווען, האָב איך אָנגעהויבן פֿאַר­שטיין ווי טיף און ווי גרויס איז דער מענטש געווען.

דער טאַטע איז געווען צו זיך זייער שטרענג. כ׳וועל נישט פֿאַרגעסן, ווי פֿאַר יעדער פֿאָרשטעלונג אין טעאַטער האָבן בײַ אונדז געציטערט די ווענט. מ‘האָט נאָר געקאָנט הערן פֿון אים: "שוין, דאָס איז אַ דורכפֿאַל!" אָבער שוין נאָך דער פּרעמיערע, ווען געציטערט האָבן די ווענט אין טעאַטער פֿון די שטור­מישע אויסגעשרייען "בראַוואָ!" — האָט דער טאַטע געדרייט זיך אַרום אונדז, וואָס האָבן פֿריִער באַגלײַך מיט אים איבערגעלעבט, זיך געלאַשטשעט, ווי אַ קאָטער, וואָס האָט אַוועקגעשלעפּט בײַ דער באַלעבאָסטע אַ שטיק פֿלייש. ער האָט זיך געפֿילט שולדיק.

איך האָב קיין מאָל נישט געטרוימט צו ווערן אַ טעאַטער־רעזשי­סאָר. פֿון אַלע שפּילעכ­לעך, פֿלעגט דער טאַטע מיר קויפֿן אַ הובל, אַ העמערל, אַן אַנדער סטאָליער־געצײַג, ווי ער וואָלט אומיסטן געוואָלט מיך אַוועקפֿירן פֿון אַ שאַפֿערישער פּראָפֿעסיע. און איך פֿלעג טאַקע אַליין אויסמײַסטרעווען אַ בענקעלע אָדער פֿאַר­ריכטן דעם טיש. בעת דער מלחמה — כ׳האָב זיך דעמאָלט געלערנט אין נײַנטן קלאַס — האָב איך געמוזט פֿאַרלאָזן די שול, און גיין פֿאַרדינען, ווײַל קיין שפּײַז־קאַרטלעך האָבן מיר נישט געהאַט. דער טאַטע איז אין יענער צײַט געווען אין אַמעריקע מיטן שליחות פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט מען אונדז, זײַנע קינדער, אויפֿגעהערט אַרויסצוגעבן די שפּײַז־קאַרטלעך. ס‘איז מיר אַפֿילו אויסגעקומען צו הערן, אַז מײַן טאַטע באַקומט פּראָדוקטן בײַ די קאַפּיטאַליסטן...

צי איז בײַ אונדז געווען אַ ייִדישע שטוב? צום באַדויערן, ניין. יאָ, מײַן מאַמע איז טאַקע געווען די טאָכטער פֿון אַ רבֿ, אַ קענער פֿון פֿילאָסאָפֿיע, אַ מעדיצינישער דאָקטער; אָבער זײַן קוק אויף דער וועלט איז געווען, אַז דאָס גלויבן דאַרף נישט באַגרענעצן דאָס וויסן. אונדזער שטוב איז געווען אַ וועלטלעכע שטוב. מיר האָבן גערעדט רוסיש, ווײַל שטענדיק זײַנען בײַ אונדז געווען געסט. עס פֿלעגן קומען באַקאַנטע אַקטיאָרן, קינסטלער, געלערנטע — געשמועסט, געטרונקען ווײַן, זיך געמאַכט פֿריילעך...

אונדזער משפּחה האָט קיין מאָל נישט באַקומען קיין שום אָפֿיציעלן דאָקומענט וועגן דעם טראַגישן אומקום פֿון טאַטן. אין די פּובליקירטע נעקראָלאָגן האָט מען אויסגעדריקט דעם מיטלײַד פֿאַר די נאָענ­טע מכּוח דעם "אומגעריכטן טויט." עטלע­כע טעג נאָך דער טראַגעדיע איז צו אונדז אַהיים לאַזאַר קאַגאַנאָ­וויטשעס פּלימעניצע, וואָס האָט בדרך־כּלל נישט אונטערגעהאַלטן קיין פֿאַרבינדונגען מיט איר הויכגעשטעלטן פֿע­טער. קאַגאַנאָוויטש האָט זי צו זיך אַרויס­גערופֿן און געהייסן איבערצוגעבן אונדז, אַז איך און מײַן שוועסטער זאָלן קיין מאָל נישט זוכן קיין וועג זיך צו דערוויסן די פּרטים פֿון אונדזער טאַטנס אומקום. דע­מאָלט האָבן מיר באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דעם טאַטן האָט מען דערהרגעט. שפּעטער מיט עטלעכע חדשים האָט מען אונדז איבער­געגעבן זײַן טשעמאָדאַנדל, מיט וועלכן ער איז געפֿאָרן קיין מינסק אין זײַן לעצטן שליחות. אינעווייניק האָבן מיר געפֿונען אַ צעטעלע פֿון דער מינסקער מיליציע מיט עטלעכע ווערטער: "זאַכן פֿונעם דערהרגעטן מיכאָעלס".

* * *

דוד בערגעלסאָן
דוד בערגעלסאָן

לעוו בערגעלסאָן, דוד בערגעלסאָנס איינ­צי­קער זון. געבוירן געוואָרן אין 1918 אין הײַסין. כעמיקער און ביאָ־כעמיקער. אין 1941 פֿאַר­ענדיקט דעם מאָסקווער אוניווער­סי­טעט. געקעמפֿט אויף דער מלחמה און באַלוינט מיט אָרדענס און מעדאַלן. אין 1952, נאָכן מישפּט איבערן פֿאָטער, געווען פֿאַר­שיקט מיט זײַן משפּחה. נאָך סטאַלינס טויט רע­האַביליטירט געוואָרן און זיך אומגע­קערט קיין מאָסקווע. דאָקטאָר פֿון כעמישע וויסנ­שאַפֿטן. דערפֿינדער פֿון וויכ­טיקע אַנט­דעקונגען. זינט 1991 וווינט אין ישׂראל. פּראָ­פֿעסאָר בײַם ירושלימער אוניווער­סיטעט.

ווען איך דערמאָן זיך אין מײַנע קינ­דער־יאָרן, שטייען מיר באַלד אויף פֿאַר די אויגן בילדער, פֿאַרבונדן מיט וועג און וואַנדער. איך זע זיך און מײַנע עלטערן כּמעט שטענדיק אין וועג: אָדער מיר קלײַבן זיך ערגעץ צו פֿאָרן, אָדער מיר זײַנען שוין פֿון ערגעץ געקומען. און צוזאַמען מיט די צעשווענקטע בילדער פֿון מײַנע דערמאָנונגען הערט זיך ווי עס סאָפּען די פֿאַריאָגטע פֿערד, דער געסקריפּ פֿונעם פֿירל, אָדער ווי עס קלאַפּן די רעדער פֿון דער באַן און עס פֿײַפֿט דער לאָקאָמאָטיוו...

אין האַרבסט 1921 איז דער טאַטע געווען אין בערלין, וווּ דער פֿאַרלאַג “וואָסטאָק" האָט באַשלאָסן אַרויסגעבן אַלע זײַנען ווערק אין 6 בענד. דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין בערלין איז דעמאָלט געווען אַזוי רײַך און אינטערעסאַנט, אַז דער טאַטע האָט אין גיכן אַהין אַרויסגערופֿן מײַן מאַמע און מיך. אין בערלין האָבן זיך באַזעצט אַ סך קולטור־טוער — שרײַבער, אַקטיאָרן, זשורנאַליסטן און מוזיקער; אַהין זײַנען געקומען די קינסט­לער כּמעט פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע. זייער פּאָפּולער איז געווען דער "שלום־עליכם־קלוב". דאָרט פֿלעגן פֿאָרקומען ליטע­ראַרישע אָוונטן, שאַרפֿע דיסקוסיעס און וויכּוחים; דאָרט האָט מען געקאָנט בלעטערן אַ פֿרישע ייִדישע צײַטונג, ערשט אָנגעקומען פֿון אַמעריקע, פּוילן און ליטע. און אַוודאי האָט מען דאָרט געקאָנט גוט און געשמאַק אָפּעסן — אַן אוקראַיִנישן באָרשט און כּלערליי ייִדישע פּאָטראַוועס. דער טאַטע האָט זיך מיט פֿאַרגעניגן אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם זודיקן גײַסטיקן ווירבל. ער פֿלעגט דאָרט לייענען זײַנע נײַע דערציילונגען און אַפֿילו געשפּילט אויף זײַן פֿידל. דער טאַטע איז געווען זייער מוזיקאַליש און פֿון יונגערהייט זיך ערנסט אָפּגעגעבן מיט מוזיק. ער האָט אַפֿילו געטראַכט צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער. אויף איינעם פֿון די פֿילאַנטראָפּישע אָוונטן אין "שלום־עליכם־קלוב" האָט דער טאַטע געשפּילט צוזאַמען מיט אַלבערט אײַנשטײַן.

מיר האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ באַקוועמער דירה, וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער רײַכער געגנט צעלענדאָרף, נישט ווײַט פֿון בערלין. דאָרט האָט זיך דעם טאַטן גוט געאַרבעט און קיינער האָט אים נישט געשטערט. ער איז דעמאָלט אַלט געווען אַרום פֿערציק יאָר און האָט זיך געפֿילט אין סאַמע בלי פֿון זײַן שאַפֿערישער רײַפֿקייט. ער האָט אין יענע יאָרן אָנגעשריבן אַ סך פֿון זײַנע דערציילונגען און נאָטיצן, אָנגעהויבן די אַרבעט איבער עטלעכע גרעסערע ווערק, אײַנגעשלאָסן דעם ראָמאַן "בײַם דניעפּר". ער האָט רעגולער מיטגעאַרבעט מיטן אַמעריקאַנער "פֿאָרווערטס".

יעדן אין דער פֿרי, נאָכן אויסטרינקען אַ טעפּעלע קאַווע, פֿלעגט דער טאַטע זיך זעצן צו זײַן שרײַבטיש און אַרבעטן ביז צוויי אַ זייגער בײַ טאָג. אין יענע שעהן האָט ער זיך אין גאַנצן אויסגעשלאָסן פֿון דער אַרומיקער וועלט. קיינער האָט נישט געטאָרט אַרײַנגיין צו אים — קיין שום גאַסט און אויס טעלעפֿאָן. "טאַלאַנט, — האָט מיך געלערנט דער טאַטע, — איז גאָרנישט, אויב מע האָרעוועט נישט שווער יעדן טאָג... צו רעאַליזירן דעם טאַלאַנט מוז מען זיך האַלטן בײַ אַ שטרענגער דיסציפּלין און זיך באַציִען צו דעם וואָס מע טוט אומברחמנותדיק קריטיש!"

שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג "דער טויבער"
שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג "דער טויבער"
Credit: Forward Association

בײַ דער אַרבעט פֿלעג דער טאַטע אויס­רייכערן אַ פּאַק ציגאַרעטן. ער האָט געשריבן פֿון דער האַנט מיט טינט. זײַן באַליבטע פּען — אַ באַמבוק־שטעקעלע מיט אַן אײַנשניט פֿון איין עק פֿאַר דער פּען — האָט אים געבראַכט פֿון זײַן רײַזע איבער אַזיע פּרץ הירשביין. שפּעטער האָט דער טאַטע זיך אײַנגעשאַפֿן אַ שרײַבמאַשינקע און האָט אויף איר געקלאַפּט מיט צוויי פֿינגער. צו מאָל פֿלעג ער אַרײַנרופֿן די מאַמע און איר איבערלייענען דאָס ערשט־אָנגעשריבענע. ווען איך בין אונטערגעוואַקסן, האָט דער טאַטע עס געטאָן פֿאַר אונדז ביידן. אין די טעג, באַגײַסטערט פֿון זײַן אַרבעט, פֿלעג ער זיך וויצלען, דערציילן חסידישע מעשׂיות. ער איז נישט געווען פֿרום, אָבער טיף אײַנגעוואָרצלט אין ייִדישקייט. ער האָט עס אָפֿן נישט אַרויסגעוויזן, אָבער מיר דאַכט, אַז אין האַרצן האָט ער געגלייבט אינעם כּוח פֿון תּפֿילה.

אין יענע יאָרן האָט אונדזער משפּחה אָפּ­געהיט די ייִדישע מינהגים — געהאַלטן שבת, די מאַמע פֿלעגט בענטשן ליכט, מיר האָבן געפֿאַסט תּישעה־באָב און אויף יום־כּיפּור; צו הערן "כּל־נדרי" און אויף ראש־השנה פֿלעג מיך דער טאַטן מיטנעמען אין שיל אַרײַן... ער האָט ליב געהאַט צו לייענען אויף אַ קול אויסצוגן פֿון "שיר־השירים" און לידער פֿון דער אַלט־ייִדישער פּאָעזיע אין שפּאַניע. פֿון די מאָדערנע שרײַבער האָט ער באַזונדערס אויסגעטיילט טשעכאָוון און פֿלאָבערן. אין דער משפּחה, צווישן זיך, האָבן מיר גערעדט נאָר ייִדיש. אַרײַנמישן דײַטשישע ווערטער איז געווען שטרענג פֿאַרווערט. נאָך מיטאָג פֿלעגט דער טאַטע זיך צולייגן כאַפּן אַ דרעמל. דערנאָך געמאַכט אַ שפּאַציר מיט דער מאַ­מען אינעם “גריונעוואַלד", אָדער גע­שפּילט פֿידל. דערפֿאַר אָבער נאָך דער ווע­טשערע האָט דער טאַטע געלייענט אונדז עפּעס פֿון די ייִדישע קלאַסיקער, בדרך־כּלל פֿון שלום־עליכמען.

דער טאַטע פֿלעג לייענען פֿאַרכאַפּנדיק, ממש אויסגעשפּילט די ראָלעס, זייער פּינקט­לעך איבערגעגעבן די שטימונג פֿון שלום־עליכמס טיפּן, זייער ריידן, זייערע תּנועות, זייער מימיק. איך מיט דער מאַמען פֿלעגן זיך קאַטשען פֿאַר געלעכטער. און צו מאָל האָט זיך אונדז געוואָלט וויינען.

נישט זעלטן פֿלעגן צו אונדז קומען געסט, ס׳רובֿ שרײַבער. צווישן זיי האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט הירש נאָמבערג, דוד איינ­האָרן, אַבֿרהם רייזען, יוסף אָפּאַטאָשו, משה נאַדיר, די דיכטער דוד האָפֿשטיין, זישע ווײַנפּער; די מאָלערס מאַרק שאַגאַל און נתּן אַלט­מאַן. עס פֿלעגן אַרײַנקומען אויך די אַק­טיאָרן פֿונעם העברעיִשן "הבימה"־טעאַטער — בן־חיים און ראָווינאַ... אַ גאַנצע שׂימחה איז געווען, ווען עס האָבן זיך צו אונדז אין אַ טאָג אַרײַנגעשטעלט שלמה מיכאָעלס און בנימין זוסקין. אין די סוף 20ער האָט דער "גאָסעט" גאַסטראָלירט אין בערלין. זיי זײַנען אַלע געווען זייער באַגײַסטער פֿון דעם גרויסן דערפֿאָלג, וואָס דער ייִדישער טעאַטער האָט געהאַט. געזעסן שעהן לאַנג און אימפּראָוויזירט פֿאַרשידענע סצענקעס; דער טאַטע האָט זיי געלייענט עפּעס פֿון זײַנע לעצטע ווערק. דעמאָלט האָבן מיכאָעלס און זוס­קין צוגערעדט דעם טאַטן ער זאָל עפּעס אָנשרײַבן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, אָדער אינסצענירן זײַן דערציילונג "דער טויבער". דער טאַטע האָט זיך בײַם אָנהייב אָפּגע­זאָגט, זיך פֿאַררופֿן, אַז ער האָט קיין מאָל קיין דראַ­מעס נישט געשריבן. שפּעטער האָט ער פֿונ­דעסטוועגן אַדאַפּטירט פֿאַר דער בינע די דערמאָנטע דערציילונג, וואָס איז מיט דער­פֿאָלג אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין "גאָסעט".

אין די סוף 20ער, אָנהייב 30ער יאָרן, האָט דער טאַטע אַלץ מער זיך דערנענ­טערט צו די ייִדישע טוער פֿון דער קאָמוניס­טישער באַוועגונג, וואָס אייניקע פֿון זיי האָבן געוויס אויסגעפֿירט אַ פּאַרטיייִשע אויפֿגאַבע איבערצוצײַגן דעם טאַטן ער זאָל זיך אומקערן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אונטער זייער השפּעה האָט זיך בײַם טאַטן געשאַפֿן דער נאַיִווער גלויבן אין די קאָמוניסטישע אידעען און חלומות...

אין בערלין האָבן מיר פֿאַר­בראַכט פֿערצן גליקלעכע יאָר. און דאָך, האָט אונדז במשך פֿון דער גאַנצער צײַט נישט אָפּגע­לאָזט דאָס געפֿיל, אַז מיר זײַנען דאָרט בלויז צײַטווײַליקע און ווײַט נישט קיין געוווּנ­טשענע געסט.

* * *

בנימין זוסקין מיט זײַן ווײַב עדאַ בערקאָווסקי און טאָכטער אַלאַ
בנימין זוסקין מיט זײַן ווײַב עדאַ בערקאָווסקי און טאָכטער אַלאַ
פֿאָטאָ פֿון אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן אַרכיוו

אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן, די טאָכטער פֿון בנימין זוסקין און עדאַ בערקאָווסקי, ביידע אַקטיאָרן אינעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער. גע­בוירן געוואָרן אין מאָסקווע. זיך אויסגעשולט ווי אַ בוי־אינזשעניר און איבערזעצערין פֿון וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור. עולה געווען קיין ישׂראל אין 1975. אַ מוטער פֿון צוויי זין און אַ באָבע פֿון פֿינף אייניקלעך. אין ישׂראל האָט זי אָנגעשריבן דעם בוך וועגן איר טאַטן, וואָס הייסט "מסעות בנימין זוסקין", וואָס מיר שטעלן ווײַטער פֿאָר מיט עטלעכע אויסצוגן.

די פֿרויען האָבן נישט ליב צו רעדן וועגן זייער עלטער. אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן בין איך נישט קיין אויסנאַם און באַדויער, וואָס כ׳בין געבוירן געוואָרן צו פֿרי. איצטער, ווען איך שרײַב דעם בוך וועגן מײַן טאַטן, טוט מיר ליידער, וואָס כ׳בין געבוירן געוואָרן צו שפּעט. צוליב דעם טאַקע איז מיר נישט באַשערט געווען צו זײַן אַן עדות צו אַ גרויסן טייל פֿון די געשעענישן, וועגן וועלכע ס׳וואָלט זיך געוואָלט דערציילן.

די פֿאָרשטעלונג “מסעות בנימין השלי­שי. אַ רירנדיקע עפּאָפּעע" — האָט אַלעק­סיי גראַנאָווסקי, דער רעזשיסאָר און קינסט­לערישער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, געשטעלט אין אַפּריל 1927. כּמעט אין צוואַנציק יאָר אַרום, אין יאָר 1946, באַקרוינט מיט רום און כּבֿוד, האָט זוסקין, בײַם אָפּשאַצן זײַן דורכגעמאַכטן שעפֿערישן וועג אויף דער בינע, וווּ ער האָט אָפּגעשפּילט אַרום 40 ראָלעס, געזאָגט: "מײַן סענדערל אין ‘מסעות בנימין השלישי’ — איז דאָס בעסטע, וואָס כ׳האָב אַ מאָל געקאָנט אויפֿטאָן אין מײַן לעבן". אויסגעזען האָט זוסקינס פּערסאָנאַזש אַזוי: אַ פּנים פֿון אַ ייִדענע, וואָס קיין באָרד וואַקסט נישט אויף דעם, מיט אַ גרויסער בראָדעווקע, פֿון וועלכער עס שטעקן אַרויס דרײַ־פֿיר לאַנגע האָרעלעך; נאַיִווע קינדערישע אויגן, דער בויך אָנגעשוואָלן פֿונעם אייביקן נישט־דערעסן, צוויי קרומע פֿיס; אָנגעטאָן אין שמאַטעס — האַלב־מענערישע און האַלב־ווײַבערישע — אַ פּאָר גראָבע, געשטעפּטע הויזן אויף וואַטע, וואָס שטעקן אַרויס הינטן, אַ ווײַבערישע שאָל אַרויפֿגעשלעפּט איבער דעם גרויסן קאַרטוז־היטל מיט אַ געפּלאַצטן דאַשיק און אַראָפּגעפֿאָרן אויף אַ זײַט. אָט, וואָס דער טאַטע אַליין האָט וועגן זײַן ראָלע געשריבן: "די שוועריקייט צו געפֿינען ווי אַזוי סענדערל דאַרף אויסזען, איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס מיכאָעלס איז נידעריקער פֿון מיר, אָבער אין דער ראָלע פֿון סענדערל, האָב איך געדאַרפֿט זײַן נידעריקער פֿון אים, ווײַל בנימין קוקט תּמיד אַרויף, זײַן בליק ציט זיך צו די שטערן. סענדערל פֿאַרקערט — איז צוגעוואַקסן צו דער ערד. בשעת דער אַרבעט איבער סענדערלס געשטאַלט, האָב איך איין מאָל דערזען אויף דער גאַס אַ באַלעגאָלע, וואָס האָט געהאַט צוויי אַרײַנגעבויגענע פֿיס, ענלעך צו אַ ראָד. כ׳האָב שיִער נישט אויסגעשריִען: ס׳איז דאָך דאָס וואָס איך דאַרף! אַזעלכע צוויי רגלים וועלן מיך באַלד מאַכן קלענער!.. מײַן זכּרון, — שרײַבט ווײַטער דער טאַטע, — האָט אַרויסגעבראַכט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן דעם קליינטשיקן היטלמאַכער רב עוזר, וואָס זײַן ווײַב, אַ גרויסע, שווערע ייִדענע, האָט אים געקאָנט אַ שמײַס טאָן איבערן פּנים, אַז ער פֿלעג, נעבעך, אַוועקפֿאַלן אויף דער ערד. האָב איך אין איין סצענע אַרומגעבונדן די באַק בײַ סענדערל, ווי ער וואָלט אויך ערשט אַרײַנגעכאַפּט פֿון זײַן אייגענער אישה (אישע) אַ גוטן טראַסק... איך האָב געזוכט אין מײַן העלד אַ גרויסע האַרציקע וואַרעמ­קייט, דאָס גלויבן אין בנימינס חלום, דאָס זײַן אים איבערגעגעבן און געטרײַ... פֿאַר מיר איז די פֿאָרשטעלונג געווען אַ פּאָעמע פֿון ליבע".

תּמרה זוסקין־פּלאַט, ישׂראל, 1972
תּמרה זוסקין־פּלאַט, ישׂראל, 1972

די פֿאָרשטעלונג האָט מען געשפּילט פֿופֿצן יאָר, אָבער איך האָב זי, צום באַ­דויערן, נישט געזען, ווײַל כ׳בין נאָך געווען דעמאָלט צו קליין. פֿונדעסטוועגן, האָב איך פֿון קליינערהייט אָן געוווּסט, אַז טײַערער פֿון סענדערל איז בײַם טאַטן קיין אַנדער ראָלע נישט געווען. דער נאָמען "סענדערל" איז אויך פֿאַרבונדן מיט מײַן גורל. ווען מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געוואַרט אויף מײַן באַווײַזן זיך אויף דער וועלט, האָט דער טאַטע באַשלאָסן, אַז אויב עס ווערט גע­בוירן אַ ייִנגעלע, רופֿט מען אים אָן אַלכּסנדר, וואָס מיינט אין ייִדיש סענדערל. און אויב אַ מיידעלע — אַלכּסנדראַ. אַלכּסנדרה בת בנימין, אָדער ווי מע רופֿט אין רוסלאַנד — אַלעק­סאַנדראַ וועניאַמינאָוונאַ. דרײַ חדשים פֿאַר מײַן געבוירן ווערן איז געשען אַן אומגליק: די געוועזענע פֿרוי פֿון אַלעקסיי גראַנאָווסקי, אַ גוטע חבֿרטע פֿון מײַנע עלטערן, איז אַרונטער אונ­טער אַ טראַמווײַ און גע­בליבן אָן אַ פֿוס. זי האָט גע­הייסן אַלעקסאַנדראַ ווע­ניאַ­מי­נאָוונאַ. האָבן מײַנע עלטערן, אויס מורא פֿאַר אַ בייזן סימן, מיך אָנגערופֿן אַלאַ.

עס זײַנען אַדורך אַ סך יאָרן; עס זײַנען בײַ מיר געבוירן געוואָרן צוויי זין, האָב איך זיי, ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן, אָנגערופֿן נאָך זייערע פֿאַרשטאָרבענע זיידעס. איך האָב תּמיד געהאַלטן, אַז מײַן טאַטע טראָגט צוויי נעמען: זײַן אַקטיאָרישן נאָמען — סענדערל, וואָס האָט פֿאַר אים געמיינט פֿרייד פֿון שאַפֿן, באַגײַסטערונג, און זײַן אמתער נאָמען אין לעבן — בנימין. מײַן עלטערער זון הייסט אַלכּסנדר און מײַן צווייטער זון — בנימין.

"מיטן רעכטן פֿוס!" — טאַקע מיט די זעלבע ווערטער, וואָס בנימין זאָגט צו סענדערל, האָט מען באַגריסט דעם אָנהייב פֿונעם גאַסטראָל־טורנע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, ווען ער איז געקומען קיין בערלין אין 1928. מיט יאָרן שפּעטער, אין 1957, ווען מײַן שוועסטער טאַמאַרע, זוסקינס טאָכטער מיט זײַן ערשטער פֿרוי, האָט אונדז אָנגעשריבן פֿון פּוילן, אַז זי פֿאָרט אַרויס קיין ישׂראל, האָט איר מײַן מאַמע צוגעוווּנטשן אינעם ענטפֿער־בריוו: "מיטן רעכטן פֿוס, סענדערל!‘

און דאָך, האָט מיר אַ ביסל אָפּגעגליקט. איך בין דע­מאָלט אַלט געווען עלף יאָר און מײַנע עלטערן האָבן מיך מיטגענומען אויפֿן פֿײַער­לעכן אָוונט, געווידמעט דעם 30סטן יאָרצײַט נאָך מענדעלע מוכר־ספֿרימס טויט. דאָס איז געווען, הייסט עס, דעם 4טן דעצעמבער 1947. מי­כאָעלס און מײַן טאַטע זײַ­נען אַרויסגעגאַנגען אויף דער בינע, ביידע אָנגעטאָן אין שוואַרצע קאָסטיומען. דער טאַטע האָט געטראָגן אַ שוואַרץ געבונדן באַבעלע אויפֿן האַלדז, אַ ווײַס אָנגע­קראַכ­מאַ­ליעט העמד און אויף די פֿיס — צוויי לאַ­קירטע שיך. איך האָב געוווּסט, אַז דער טאַטע האָט נישט ליב זיך אַזוי אָנצוטאָן. ער פֿלעגט זאָגן, אַז אין די קאָנצערטן האָט ער ליב אויפֿצוטרעטן אינעם קאָסטיום פֿון זײַן פּערסאָנאַזש און גרימירט, ווי עס פּאַסט פֿאַר דער ראָלע. אָבער אָט הייבן זיי אָן שפּילן, און עס הערט זיך: "אוי! אײַ!" — איך פֿאַרגעס באַלד אין זײַן שוואַרצן קאָסטיום, אין די לאַקירטע שיך, איך זע פֿאַר זיך צוויי אָפּגעריסענע אָרעמע־לײַט, וואָס טרוימען וועגן אַ שיין, דערהויבן לעבן...

אין יענעם אָוונט האָט מיכאָעלס אויך גערעדט וועגן מענדעלעס שפּראַך. גערעדט שיין, בילדעריש, דערפֿאַר האָב איך עס מסתּמא פֿאַרגעדענקט. ער האָט געזאָגט, אַז בײַ מענדעלען איז נישטאָ אַזאַ זאַך ווי "קליינע ווערטער". דער גרויסער שרײַבער האָט זיי אַלע צו זיך גערופֿן: "קומט, קומט צו מיר, ווערטער און ווערטעלעך, איך האָב פֿאַר אײַך אַלע אַ גוט ערטעלע." און מי­כאָעלס, זיך אויסגעדרייט צום עולם מיט אַ זײַט, האָט אָנגעהויבן רופֿן צו זיך די "ווער­טער און ווערטעלעך". ער האָט אויך געזאָגט, אַז מענדעלע האָט זיך נישט גע­שעמט אַרײַנצופֿלעכטן אין זײַן שפּראַך ווער­טער פֿון אַנדערע שפּראַכן, און ווי אַ בײַשפּיל, געבראַכט דעם באַקאַנטן אויס­דרוק אויף רוסיש: "קודי דאָראָגאַ נאַ ארץ־ישׂראל?" — "וווּ איז דער וועגן קיין ארץ־ישׂראל?" — און מיכאָעלס האָט אַליין געענט­פֿערט, אַז אין מענדעלעס צײַט איז קיין תּשובֿה אויף דער קשיא נישט געווען. און צו­געגעבן: "און אָט ערשט ניט לאַנג האָט פֿון דער טריבונע פֿון די ‘פֿאַראייניקטע פֿעלקער’ חבֿר גראָמיקאָ געגעבן אונדז דעם ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע!" די ווער­טער האָבן אַרויסגערופֿן בײַם עולם אין זאַל אַ גוואַל­דיקע איבערראַשונג.

דאָס איז געווען, ווי געזאָגט, דעם 4טן דעצעמבער 1947, און פֿריִער מיט עטלע­כע טעג, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט דער פֿאָרשטייער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד בײַ די "פֿאַר­אייניקטע פֿעלקער", אַנדריי גראָמיקאָ געמאָלדן, אַז זײַן לאַנד שטיצט דאָס שאַפֿן פֿון מדינת־ישׂראל.

ווען אויפֿן אַנדערן טאָג איז מיכאָעלס געקומען אין ביוראָ, וווּ דער אָוונט איז פֿאָרגעקומען און געבעטן מע זאָל אים געבן אַ קאָפּיע פֿון זײַן אויפֿטריט, האָט ער דערהערט, אַז די טאַשמע מיט זײַן רעדע, איז "צופֿעליק קאַליע געוואָרן". דאָס איז געווען אַ סימן, אַז דער סוף איז שוין נאָענט...

* * *

אויפֿן געריכט אין זײַן לעצטן וואָרט האָט בנימין זוסקין געזאָגט: "איך בין אַ ייִדישער אַקטיאָר און מײַן שולד איז, וואָס דעם גאַנצן אויפֿמערק האָב איך קאָנצענטרירט אויף מײַן אַקטיאָרישער אַרבעט." אַ מיטצײַטלער פֿון די אומגעקומענע ייִדישע קולטור־טוער וועט שפּעטער זאָגן: "דער סטאַלין־רעזשים האָט מורא געהאַט פֿאַר מיכאָלסן און זוסקינען, ווײַל ווי עכטע קינסטלער, האָבן זיי אַנטדעקט מיטן חוש פֿון געניאַלע מענטשן דעם שרעקלעכן עצם פֿון דעם רעזשים — די אומגעצוימטע און מטורפֿדיקע אַליין־הערשאַפֿט".

Far vus Stalin hot dermordet dize idn

Noch der bolshevistisher revoliutzie in Rusland di idishe inteligentzie hot zich geteilt in tzvei grupen: di ershte grupe zainen geven idn vos hobn gearbeit in der rusisher shprach mit di rusen un opgevorfn di idishe kultur un shprach. Tzu dizer grupe hobn gehert aza kinstler vi Isak Dunaevsky, brider Pokras, Leonid Utiosov, Faina Ranevskaja, Mark Bernes un andere. Stalin hot gehat dize idn lib un zei farzichert a gut leben. Tzu der zveiter, kleinerer grupe, hobn tzugeshtanen idishe "natzionalisten" vi Michoels, Markish, Bergelson un andere vos hobn geret idish un hobn gehat lib di idishe kultur. Un dos iz geven di greiste urzach tzulib vos Stalin hot zei umgebracht.