טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן, באַגלייט דורכן דערפֿינדער גלען מאַרטין (לינקס) און ריי טאָמסען (רעכטס)
דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן, באַגלייט דורכן דערפֿינדער גלען מאַרטין (לינקס) און ריי טאָמסען (רעכטס)

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת דעם יער­לעכן אַמעריקאַנער אַוויאַ-פֿעסטיוואַל אין אָס­קאָש, שטאַט וויסקאָנסין, האָט דער נײַ־זילענדישער דערפֿינדער גלען מאַרטין אויס­געפּרוּווט אַ פֿלי-מכשיר, וועלכן מע בינדט צו צום רוקן, ווי אַ מין רענצל. מיט דער הילף פֿון דער נײַער דערפֿינדונג, האָט דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", זיך אויפֿגעהויבן אויף אַ פּאָר מע­טער איבער דער ערד, און זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן במשך פֿון עטלעכע מינוט. מאַרטין האָט געמאָלדן, אַז זײַן מכשיר קאָן פֿליִען במשך פֿון 30 מינוט און דורכפֿליִען דעם מהלך פֿון 30 מײַל. אין די קומענדיקע חדשים פּלאַנירט ער צו דערגרייכן די הייך ביז 500 פֿוס, און שפּעטער — ביז 8,000 פֿוס.

הגם דער דערפֿינדער רופֿט זײַן מאַשין אָן "דאָס ערשטע פּראַקטישע פֿלי-רענצל אין דער וועלט", זעט זי מער אויס ווי אַ שווערע שאַפֿע, וועגט 250 פֿונט, פֿאָדערט 5 גאַלאָן בענזין, און שאַפֿט אַ ריזיק-שטאַרקן רעש. פֿונדעסטוועגן, דערמעגלעכט דאָס "רענצל" טאַקע צו פֿליִען כּמעט "ווי אַ פֿויגל". כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם פּילאָט פֿון אַ מעגלעכן אומגליק, פּלאַנירט מאַרטין צו באַגלייטן די פֿלי-אויסשטאַטונג מיט זיכערהייט-מיטלען; אין אַ פֿאַל פֿון סכּנה, וועט מען קאָנען אָפּוואַרפֿן דאָס שווערע "רענצל" און עפֿענען אַ פּאַראַשוט.

מאַרטין האָט דערציילט, אַז די ערשטע "אויספּרוּוו-פּילאָטין" איז געווען זײַן ווײַב. די פֿריִיִקע פּראָטאָטיפּן פֿונעם "רענצל" האָבן געקאָנט אויפֿהייבן בלויז 130 פֿונט, דערפֿאַר האָט ער געבעטן זײַן ווײַב אויסצופּרוּוון דעם פֿלי-אַפּאַראַט, צוליב איר קליינער וואָג. שפּעטער האָט ער אויך געלאָזט זײַן יונגן זון צו כאַפֿן אַ פֿלי, פֿאָדערנדיק נישט אויסצוזאָגן דעם סוד פֿון דער דערפֿינדונג צו זײַנע שול-חבֿרים. דאָס "רענצל" ווערט געפֿירט דורך אַ גאָר-פּשוטן מעכאַניזם: אַ "דזשויסטיק", וואָס דערמעגלעכט צו בײַטן די ריכטונג פֿונעם פֿלי, און אַ הענטל, וואָס קאָנטראָלירט די גיכקייט.

דער בריטישער דערפֿינדער קלײַוו סינק­לער האָט מיט אַ חודש צוריק געמאָלדן אין אַן אינ­טערוויו דער ראַדיאָ-סטאַנציע "BBC", אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן אין דער וועלט זיך פֿאַרשפּרייטן פֿליִע­דיקע אויטאָס. סינקלער האַלט, אַז דער קומענ­דיקער טראַנספּאָרט וועט קאָנטראָלירט ווערן פֿולשטענדיק אויטאָמאַטיש, "ווײַל מיר קענען זיך נישט אַלע לערנען, ווי אַזוי צו פֿליִען", און וועט זיך באַנוצן מיט עלעקטראָ-ענערגיע אַנשטאָט בענזין. "דער אויטאָ וועט אַרויספֿליִען פֿון אײַער היים און וועט אײַך אַליין ברענגען וווּהין איר ווילט".

אינעם יאָר 1982 האָט קלײַוו סינקלער אויסגעאַרבעט דעם קאָמפּיוטער "ZX Spectrum", וועלכער האָט געקאָסט בלויז 125־175 ענגלישע פֿונטן, און געטויגט פֿאַר כּלערליי צוועקן — פֿון שפּילערײַען ביז גאַנץ ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע חשבונות. זײַן קאָמפּיוטער האָט געוווּנען אַ גרויסע פּאָפּולאַריטעט אין אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע, וווּ ער פֿלעגט פּראָדוצירט ווערן דורך דער פֿירמע "Timex". די ענגלישע קיניגין האָט באַלוינט דעם דערפֿינדער מיט אַ ריטערשאַפֿט-טיטל.

צוליב דעם נידעריקן פּרײַז און דער ריזיקער ברירה פֿון פּראָגראַמען, זענען די "סינקלערס", ווי מע פֿלעגט אים רופֿן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, געוואָרן זייער פּאָפּולער הינטער דעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג". די סאָווע­טישע דערפֿינדער האָבן אינגאַנצן איבער­געמאַכט די סכעמע פֿונעם קאָמפּיו­טער, און זיך דערטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן אים מאַכן נאָך ביליקער. טויזנטער סאָוועטישע רא­ַדיאָ-ליבהאָבער פֿלעגן צונויפֿשטעלן די דאָ­זיקע קאָמפּיוטערס בײַ זיך אין דער היים. דערפֿאַר איז סינקלער נאָך אַלץ באַ­רימט אין רוסלאַנד, ווי דער פֿאָטער פֿונעם "עכט-רוסישן" פֿאָלקס-קאָמפּיוטער. דער דער­פֿינדער האָט אָבער איבערגעגעבן אין דער אַנומלטיקער אינטערוויו, אַז ער איז נישט אַזוי שטאַרק "פֿאַרטאָן" אין די הײַנטצײַטיקע אינפֿאָרמאַציע-טעכנאָלאָגיעס און באַנוצט זיך נישט מיט דער אינטערנעץ.

צי וועלן טאַקע אונדזערע קינדער פֿליִען אין עלעקטרישע פֿלי-אויטאָס, ווי סער סינקלער זאָגט פֿאָרויס?

פֿאַרשיידענע פֿליִענדיקע אַפּאַראַטן ווערן טאַקע פּאָפּולער אַרום דער וועלט. מענטשן האָבן תּמיד געחלומט צו פֿליִען. אין די 1950ער־1960ער יאָרן האָט די באַקאַנ­טע שוועדישע שרײַבערין אַסטריד לינדגרען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי ביכער וועגן אַ זיבן-יעריק קינד און זײַן בעסטן חבֿר קאַרלסאָן, וועלכע וווינען אויפֿן דאַך פֿון אַ הויז אין שטאָקהאָלם, און פֿליען אַרום דער שטאָט מיט דער הילף פֿון אַ פֿלי־מכשיר — אַ מאָטאָר מיט אַ פּראָפּעלער, צוגעבונדן צום רוקן. דאָס ייִנגל טרײַבט כּלערליי קאַטאָוועס מיט זײַן פֿליִענדיקן חבֿר, ברענגענדיק די עלטערן אין כּעס; צום סוף, אָבער, הייבט די משפּחה אָן צו שאַצן קאַרלסאָנס הומאָר און לעבעדיקן כאַראַקטער.

די ביכער און אַנימאַציע-פֿילמען וועגן קאַרלסאָן זענען גאָר פּאָפּולער אין שוועדן און אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, הגם אין אַמעריקע זענען זיי ווייניקער באַקאַנט. אַ טייל קאָנסערוואַטיווע דערציִער מיינען, אַז די קאַרלסאָן-מעשׂה שטערט דעם חינוך פֿון די קינדער, און לערנט זיי נישט צו פֿאָלגן די דערוואַקסענע; דערפֿאַר זענען לינד­גרענס ביכער וועגן דעם פֿליִענדיקן מענטש פֿאַרווערט אין אַ טייל אַמעריקאַנער שולן און ביבליאָטעקן.

באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון לינד­גרענס לעצטן בוך פֿון דער קאַרלסאָן-סעריע, איז איר פֿאַנטאַזיע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. אין 1969 איז אויפֿן פֿליפֿעלד בײַם ניאַגאַראַ-וואַסערפֿאַל אויסגעפּרוּווט געוואָרן אַ פֿלי-רענצל, געשאַפֿן דורך דער אַוויאַציע-פֿירמע "Bell Aerosystems", בשותּפֿות מיט דער אַמעריקאַנער שוץ-אַגענטור "DARPA". דער פּילאָט ראָבערט קאָרטער איז דורכגעפֿלויגן אַ מהלך פֿון אַרום 100 מעטער, אויף דער הייך פֿון בערך 7 מעטער. אין זעקס חדשים אַרום איז ווענדעל מור, איינער פֿון די אינזשענירן, באַטייליקט אינעם פּראָיעקט, געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק, און די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון די "פֿלי־רענצלעך" איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט באַשלאָסן, אַז די געוויינטלעכע העליקאָפּטערס זענען מער פּראַקטיש.

לעצטנס, זענען אין עטלעכע לענדער אַרום דער וועלט אויסגעפּרוּווט געוואָרן פֿאַרשיידענע אַמאַטאָרישע פֿלי-מכשירים, אַרײַנגערעכנט רענצלעך מיט ראַקעטן און טורבינע-מאָטאָרן. אַזעלכע מכשירים פֿאָדערן אַ שטאַרקן ברענשטאָף — למשל, קאָנצענטרירטער וואַסערשטאָף-פּעראָקסיד, וועלכער קען אויך דינען ווי אַ מעכטיקער אויפֿרײַס-מאַטעריאַל. אַזעלכע שטאָפֿן ווערן געוויינטלעך פֿאַרקויפֿט בלויז פֿאַר מילי­טערישע און פֿאָרש-פֿירמעס; לויט די גע­זעצן פֿון אַ סך לענדער, בפֿרט אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון טעראָריזם-דראָונגען, טאָר אַ געוויינטלעכער מענטש בכלל נישט האַלטן אַזעלכע מאַטעריאַלן בײַ זיך אין שטוב.

די ענטוזיאַסטן גיבן זיך אָבער אַן עצה, און פּראָדוצירן דעם ברענשטאָף אויף זייער אייגענער היים-אויסשטאַטונג. אַ טייל פֿירמעס פֿאַרקויפֿן לײַכטע ראַקעט-רענצ­לעך, וועלכע קאָסטן גאָר טײַער, אַרום 100,000 דאָלאַר, און קאָנען פֿליִען בלויז 30־75 סע­קונדעס. צום בײַשפּיל, קען מען קויפֿן אַזאַ רענצל דורך דער קאַליפֿאָרניער פֿירמע "Thunderbolt Aerosystems".

גלען מאַרטין האָפֿט, אַז זײַן דערפֿינדונג וועט בײַטן דעם מצבֿ, און באַזאָרגן די אַוויאַ-אַמאַטאָרן מיט מער פּראַקטישע "פֿלי-רענצלעך".