דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.
2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
1/4 טעפּל צעהאַקטע רויטע ציבעלע
2 טעפּלעך מאַנדאַרינען־זאַפֿט
2 צווײַגעלעך פֿרישער טימיאַן
2 לעפֿל קליאָן־סיראָפּ
1 לעפֿעלע סויע־סאָוס מיט ווייניק נאַטריום
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
8 פּולקעלעך
הייצט אָן די רעשאָטקע.
הייצט אָן 1 לעפֿל בוימל אין אַ סאָוס־טאָפּ און פּרעגלט אין אים די ציבעלע, ביז זי ווערט ווייך, בערך 3 מינוט. גיט אַרײַן דעם זאַפֿט און טימיאַן, זידט עס, און דערנאָך פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. לאָזט עס קאָכן, ביז דער סאָוס ווערט געדיכט — בערך 20 מינוט.
גיט צו דעם קליאָן־סיראָפּ, סויע־סאָוס און שוואַרצן פֿעפֿער, און לאָזט דעם סאָוס זיך אָפּקילן אַ ביסל.
שמירט אָן די פּולקעלעך מיט 1 לעפֿל בוימל, און בראָט זיי אויף די רעשאָטקע אויף ביידע זײַטן, ביז זיי ווערן דורכגעקאָכט. בעת די לעצטע 5 מינוט פֿון בראָטן, שמירט זיי עטלעכע מאָל מיטן סאָוס. דערלאַנגט צום טיש, גאַרנירט מיט עטלעכע רעפֿטלעך מאַנדאַרינען.