פּאָליטיק

פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם גע­וועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מי­ליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעל­קע­רונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויס­געשטאָרבן פֿון הונגער.

און ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענ­דיקט, האָט זיך אָנגעהויבן די אַזוי גערופֿענע "קאַלטע מלחמה", די מלחמה צווישן די גע­וועזענע אַליִיִרטע; פֿון איין זײַט, די מערבֿ־לענדער, בראָש פֿון אַמעריקע, און פֿון דער אַנדערע זײַט — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט זײַ­נע סאַטעליטן פֿונעם מיזרח־בלאָק. דאָס ערשטע שלאַכט־פֿעלד איז געוואָרן דײַטש­לאַנד. אויף דער פּאָטסדאַמער קאָנפֿערענץ האָבן די לענדער־זיגער צווישן זיך באַ­שטימט צו צעטיילן דײַטשלאַנד אויף פֿיר אָקו­פּאַ­ציע־זאָנעס; דערבײַ האָט אויך די הויפּ­טשטאָט בערלין געזאָלט צעטיילט ווערן אויף פֿיר טיילן.

דער פֿאַקט פֿון צעטיילן בערלין האָט גע­שטערט סטאַלינען צו פֿאַרווירקלעכן זײַן פּלאַן צו פֿאַרוואַנדלען דעם מיזרח־טייל פֿון דײַטשלאַנד, אָקופּירט דורך דער סאָ­ווע­טישער אַרמיי, אין אַ סאַטעליט פֿון סאָ­וועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ס‘וואָלט געהערשט די קאָ­מו­ניסטישע דיקטאַטור. דער פֿרײַער דע­מאָ­קראַטישער אינדזל האָט געשטעקט, ווי אַ ביין אין גאָרגל, וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך די דײַטשן, וועלכע זײַנען געבליבן אונ­טער דעם סאָוועטישן מיליטער. יעדער, ווער ס‘האָט נאָר געקאָנט "שטעלן פֿיס", האָט עס גע­טאָן. סטאַלין, נישט געוווינט אָפּ­צוטרעטן פֿון זײַ­נע פּלענער, האָט באַ­שלאָסן אַרויסצוטרײַבן פֿון מערבֿ־בערלין די נעכטיקע מערבֿ־אַליִיִרטע — אַמעריקאַנער, ענגלענדער און פֿראַנצויזן — אויף זײַן אייגענעם אופֿן.

אין יולי 1948 האָט דער סאָ­ווע­טישער דיק­טאַטאָר אָפּגעגעבן אַ באַ­פֿעל די סאָווע­טי­שע מיליטער־טיילן, וואָס זײַ­נען געשטאַ­נען אין מערבֿ־דײַטש­לאַנד, צו באַלעגערן אַלע אויטאָ־ און אײַזנ­באַן־וועגן, וועל­כע פֿירן צו מערבֿ־בערלין. ס'האָט גע­שטעקט אין דער אַקציע אַ פּשוטער חשבון: אַרויס­צורופֿן אין דער שטאָט אַ הונגער, עפּי­דעמיעס, מאַסן־אומ­קום צווישן די אײַנוווינער און, ווי אַ רעזולטאַט דער­פֿון — אַ פּאַניק! צו באַשיסן די שטאָט מיט האַר­מאַטן, אָדער באָמבאַר­דירן זי פֿון די לופֿטן, האָט סטאַלין נישט גע­וואַגט: די אַמע­רי­קאַנער אַטאָם־באָמבע האָט אים פֿון דעם אָפּגעהאַלטן.

מע דאַרף זאָגן, אַז מעג­לעכ­קייטן צו דערשטיקן דעם מערבֿ­דיקן טייל פֿון בערלין, אָן דירעקטע מיליטערישע מיטלען, האָט סטאַ­לין און זײַן קליקע געהאַט איבער גענוג. צו באַוואָרענען אַ פֿיל־מי­ליאָניקע שטאָט מיט שפּײַז, וואַ­סער, עלעקטריע וכּדומה איז אין אַ באַלעגערונג נישט פֿון די לײַכ­טע זאַכן, בפֿרט אַרומגערינגלט מיט אַ מילי­טער־וואַנט. ס‘האָט שוין אויס­געזען, אַז קיין אויס­וועג איז בײַ דער מערבֿדיקער קאָ­אַליציע ניש­טאָ. די אָנגענומענע שפּאָר־מיט­לען — עלעקט­ריע האָט מען באַ­קומען בלויז צוויי שעה אַ טאָג, דער געזעלשאַפֿטלע­כער טראַנס­פּאָרט האָט גע­אַרבעט נאָר אין דער פֿרי און פֿאַר נאַכט, וואַ­סער און שפּײַז־פּראָ­דוקטן זײַ­נען נאָרמירט — האָבן ווייניק געהאָלפֿן. די פּאַ­ניק־שטימונג האָט אָנגענומען כּוח...

און דאָ געשעט אַ נס: די אַמעריקאַנער מיליטערישע פֿירערשאַפֿט אָרגאַניזירט קיין מערבֿ־בערלין אַ "לעבנס־וועג", ווי עס איז געווען אין לענינגראַד, אָבער נישט איבערן פֿאַרפֿרוירענעם וואַסער, נאָר אַ מין לופֿט־בריק. יעדע צוויי מינוט האָט געלאַנדט אויפֿן פֿליפֿעלד אין טעמפּעלהאָף אַ מיליטערי­שער פֿראַכט־עראָפּלאַן פֿון דעם אַמעריקאַ­נער לופֿט־פֿלאָט, וואָס פֿלעג צושטעלן פֿאַר דער שטאָט ברויט און קאָנסערוון, קוילן און נאַפֿט, בריוו, פּעקלעך, צײַטונגען און זשור­נאַלן. די שטאָט לעבט צו ביסלעך אויף. די אײַנוווינער פּאַסן זיך צו צו די גע­צוווּנ­גענע שוועריקייטן, אָבער עס אַרבעטן שוין די שולן, קינדער־גערטנער, דער אוני­ווערסיטעט. עס ווערט פּאַמעלעך אויפֿ­גע­שטעלט די אינדוסטריע, וואָס אויף איר סחו­רה איז אָנגעוויזן, אַז ס‘איז "פּראָדו­צירט אינעם באַלעגערטן בערלין".

אַ פֿאַקט איז, אַז דער שטראָם פּלי­טים פֿון מיזרח־בערלין האָט זיך אויך אין דעם שווערן פּעריאָד נישט אָפּגעשטעלט. בסך־הכּל, האָבן זיך יעדן חודש אין מערבֿ־בער­לין אַרײַנגעשמוגלט בײַ די 2,500 מענטשן. און נאָך איין טשיקאַווע גע­שעע­ניש, פֿאַר­לאָפֿן אין דער בלאָקאַדע־צײַט; אַן אַמע­ריקאַ­נער פֿליִער האָט געקויפֿט אויף זײַן געלט שאָקאָ­לאַדקעס, צו­גע­געבן צו זיי שיינע קאַרט­לעך און זיי אָנגעהויבן צע­וואַרפֿן פֿו­נעם עראָפּלאַן איבער די גאַסן פֿון בער­לין. עס האָבן אים באַלד נאָכ­גע­מאַכט אויך אַנדערע אַמע­רי­קאַ­נער פּי­לאָטן. די בערלינער קינ­דער זײַ­נען שוין גליקלעך געווען צו באַ­קומען אַ מתּנה "פֿון הימל".

נאָך אַ יאָר צײַט, דעם 12 מײַ 1949, האָט סטאַלין געהייסן די בלאָ­קאַדע אָפּצושטעלן. פֿונ­דעסט­וועגן, האָט גענומען נאָך פֿיר צענד­ליק יאָר ביז מערבֿ־בער­לין האָט אויפֿ­גע­הערט צו ווערן אַן אינדזל פֿון פֿרײַ­הייט אינעם ים פֿון רעכט­לאָ­זיקייט און טי­ראַניע. הײַיאָר ווערט דערמאָנט אין דײַטשלאַנד די טרויערדיקע דאַ­טע פֿון דער בער­לינער בלאָ­קאַדע. וועגן יענע טעג דערציילן די אַל­טע תּושבֿים פֿון דער שטאָט און די גע­וועזענע אַמע­רי­קאַנער פּי­לאָטן. אַ שאָד, וואָס די גוטע טראַ­דיציעס פֿון טראַנס־אַנט­לאַנ­טי­שער סאָ­לי­דאַ­ריטעט, וועל­כע האָבן מיט 60 יאָר צו­ריק גע­ראַ­טע­וועט די שטאָט און אירע אײַנ­וווי­נער, האָבן זיך הײַנט פֿאַר­וואַנדלט אין אַ פֿאָרמעלער זאַך; נאָך ריכטיקער גע­זאָגט — אַוועק אינעם עבֿר. אַ שאָד, ווײַל אויך הײַנט זײַנען נאָך דאָ גענוג בעל­נים צו פֿאַרנעמען די ער­טער פֿון היטלערן און סטאַ­לינען; זיי חלומען צו שטעלן די דעמאָ­קראַטישע וועלט אויף די קני, דורך דראָונגען און איזאָ­לאַציע.