פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מיליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויסגעשטאָרבן פֿון הונגער.
און ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט זיך אָנגעהויבן די אַזוי גערופֿענע "קאַלטע מלחמה", די מלחמה צווישן די געוועזענע אַליִיִרטע; פֿון איין זײַט, די מערבֿ־לענדער, בראָש פֿון אַמעריקע, און פֿון דער אַנדערע זײַט — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט זײַנע סאַטעליטן פֿונעם מיזרח־בלאָק. דאָס ערשטע שלאַכט־פֿעלד איז געוואָרן דײַטשלאַנד. אויף דער פּאָטסדאַמער קאָנפֿערענץ האָבן די לענדער־זיגער צווישן זיך באַשטימט צו צעטיילן דײַטשלאַנד אויף פֿיר אָקופּאַציע־זאָנעס; דערבײַ האָט אויך די הויפּטשטאָט בערלין געזאָלט צעטיילט ווערן אויף פֿיר טיילן.
דער פֿאַקט פֿון צעטיילן בערלין האָט געשטערט סטאַלינען צו פֿאַרווירקלעכן זײַן פּלאַן צו פֿאַרוואַנדלען דעם מיזרח־טייל פֿון דײַטשלאַנד, אָקופּירט דורך דער סאָוועטישער אַרמיי, אין אַ סאַטעליט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ס‘וואָלט געהערשט די קאָמוניסטישע דיקטאַטור. דער פֿרײַער דעמאָקראַטישער אינדזל האָט געשטעקט, ווי אַ ביין אין גאָרגל, וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך די דײַטשן, וועלכע זײַנען געבליבן אונטער דעם סאָוועטישן מיליטער. יעדער, ווער ס‘האָט נאָר געקאָנט "שטעלן פֿיס", האָט עס געטאָן. סטאַלין, נישט געוווינט אָפּצוטרעטן פֿון זײַנע פּלענער, האָט באַשלאָסן אַרויסצוטרײַבן פֿון מערבֿ־בערלין די נעכטיקע מערבֿ־אַליִיִרטע — אַמעריקאַנער, ענגלענדער און פֿראַנצויזן — אויף זײַן אייגענעם אופֿן.
אין יולי 1948 האָט דער סאָוועטישער דיקטאַטאָר אָפּגעגעבן אַ באַפֿעל די סאָוועטישע מיליטער־טיילן, וואָס זײַנען געשטאַנען אין מערבֿ־דײַטשלאַנד, צו באַלעגערן אַלע אויטאָ־ און אײַזנבאַן־וועגן, וועלכע פֿירן צו מערבֿ־בערלין. ס'האָט געשטעקט אין דער אַקציע אַ פּשוטער חשבון: אַרויסצורופֿן אין דער שטאָט אַ הונגער, עפּידעמיעס, מאַסן־אומקום צווישן די אײַנוווינער און, ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון — אַ פּאַניק! צו באַשיסן די שטאָט מיט האַרמאַטן, אָדער באָמבאַרדירן זי פֿון די לופֿטן, האָט סטאַלין נישט געוואַגט: די אַמעריקאַנער אַטאָם־באָמבע האָט אים פֿון דעם אָפּגעהאַלטן.
מע דאַרף זאָגן, אַז מעגלעכקייטן צו דערשטיקן דעם מערבֿדיקן טייל פֿון בערלין, אָן דירעקטע מיליטערישע מיטלען, האָט סטאַלין און זײַן קליקע געהאַט איבער גענוג. צו באַוואָרענען אַ פֿיל־מיליאָניקע שטאָט מיט שפּײַז, וואַסער, עלעקטריע וכּדומה איז אין אַ באַלעגערונג נישט פֿון די לײַכטע זאַכן, בפֿרט אַרומגערינגלט מיט אַ מיליטער־וואַנט. ס‘האָט שוין אויסגעזען, אַז קיין אויסוועג איז בײַ דער מערבֿדיקער קאָאַליציע נישטאָ. די אָנגענומענע שפּאָר־מיטלען — עלעקטריע האָט מען באַקומען בלויז צוויי שעה אַ טאָג, דער געזעלשאַפֿטלעכער טראַנספּאָרט האָט געאַרבעט נאָר אין דער פֿרי און פֿאַר נאַכט, וואַסער און שפּײַז־פּראָדוקטן זײַנען נאָרמירט — האָבן ווייניק געהאָלפֿן. די פּאַניק־שטימונג האָט אָנגענומען כּוח...
און דאָ געשעט אַ נס: די אַמעריקאַנער מיליטערישע פֿירערשאַפֿט אָרגאַניזירט קיין מערבֿ־בערלין אַ "לעבנס־וועג", ווי עס איז געווען אין לענינגראַד, אָבער נישט איבערן פֿאַרפֿרוירענעם וואַסער, נאָר אַ מין לופֿט־בריק. יעדע צוויי מינוט האָט געלאַנדט אויפֿן פֿליפֿעלד אין טעמפּעלהאָף אַ מיליטערישער פֿראַכט־עראָפּלאַן פֿון דעם אַמעריקאַנער לופֿט־פֿלאָט, וואָס פֿלעג צושטעלן פֿאַר דער שטאָט ברויט און קאָנסערוון, קוילן און נאַפֿט, בריוו, פּעקלעך, צײַטונגען און זשורנאַלן. די שטאָט לעבט צו ביסלעך אויף. די אײַנוווינער פּאַסן זיך צו צו די געצוווּנגענע שוועריקייטן, אָבער עס אַרבעטן שוין די שולן, קינדער־גערטנער, דער אוניווערסיטעט. עס ווערט פּאַמעלעך אויפֿגעשטעלט די אינדוסטריע, וואָס אויף איר סחורה איז אָנגעוויזן, אַז ס‘איז "פּראָדוצירט אינעם באַלעגערטן בערלין".
אַ פֿאַקט איז, אַז דער שטראָם פּליטים פֿון מיזרח־בערלין האָט זיך אויך אין דעם שווערן פּעריאָד נישט אָפּגעשטעלט. בסך־הכּל, האָבן זיך יעדן חודש אין מערבֿ־בערלין אַרײַנגעשמוגלט בײַ די 2,500 מענטשן. און נאָך איין טשיקאַווע געשעעניש, פֿאַרלאָפֿן אין דער בלאָקאַדע־צײַט; אַן אַמעריקאַנער פֿליִער האָט געקויפֿט אויף זײַן געלט שאָקאָלאַדקעס, צוגעגעבן צו זיי שיינע קאַרטלעך און זיי אָנגעהויבן צעוואַרפֿן פֿונעם עראָפּלאַן איבער די גאַסן פֿון בערלין. עס האָבן אים באַלד נאָכגעמאַכט אויך אַנדערע אַמעריקאַנער פּילאָטן. די בערלינער קינדער זײַנען שוין גליקלעך געווען צו באַקומען אַ מתּנה "פֿון הימל".
נאָך אַ יאָר צײַט, דעם 12 מײַ 1949, האָט סטאַלין געהייסן די בלאָקאַדע אָפּצושטעלן. פֿונדעסטוועגן, האָט גענומען נאָך פֿיר צענדליק יאָר ביז מערבֿ־בערלין האָט אויפֿגעהערט צו ווערן אַן אינדזל פֿון פֿרײַהייט אינעם ים פֿון רעכטלאָזיקייט און טיראַניע. הײַיאָר ווערט דערמאָנט אין דײַטשלאַנד די טרויערדיקע דאַטע פֿון דער בערלינער בלאָקאַדע. וועגן יענע טעג דערציילן די אַלטע תּושבֿים פֿון דער שטאָט און די געוועזענע אַמעריקאַנער פּילאָטן. אַ שאָד, וואָס די גוטע טראַדיציעס פֿון טראַנס־אַנטלאַנטישער סאָלידאַריטעט, וועלכע האָבן מיט 60 יאָר צוריק געראַטעוועט די שטאָט און אירע אײַנוווינער, האָבן זיך הײַנט פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָרמעלער זאַך; נאָך ריכטיקער געזאָגט — אַוועק אינעם עבֿר. אַ שאָד, ווײַל אויך הײַנט זײַנען נאָך דאָ גענוג בעלנים צו פֿאַרנעמען די ערטער פֿון היטלערן און סטאַלינען; זיי חלומען צו שטעלן די דעמאָקראַטישע וועלט אויף די קני, דורך דראָונגען און איזאָלאַציע.