די געשיכטע ווייסט ניט ווייניק סיפּורים, אין וועלכע ייִדן זײַנען געווען אַ מין סחורה. למשל, רומעניע האָט אין די קאָמוניסטישע צײַטן פֿאַרקויפֿט אירע ייִדן אין הורט און לאַחדים. ס'איז אונטערגערעכנט געוואָרן, אַז נאָר אין די יאָרן 1968–1989 האָט דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער מיסחר געעפֿנט אַ וועג קיין ישׂראל פֿאַר אַריבער 40 טויזנט נפֿשות, און טשאַושעסקוס רעגירונג איז באַצאָלט געוואָרן אַריבער 110 מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אַ ייִד האָט מען געגעבן אַרום 3,000 דאָלאַר. געטאָן האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בשתּיקה, אָבער פֿאַראינטערעסירטע אויסלענדישע אויסשפּיר-דינסטן האָבן, אַ פּנים, געוווּסט וועגן אָט דעם געשעפֿט.
ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער רומענישער אײַנפֿאַל פֿון פֿאַרדינען אויף ייִדישע עמיגראַנטן, איז געוואָרן א שטיקל מאָדעל פֿאַר די סאָוועטישע געזעץ-שאַפֿערישע לײַט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דעם 3טן אויגוסט 1972 האָט דער סאָוועטישער רעזשים אײַנגעפֿירט אַ געזעץ, וואָס האָט געפֿאָדערט פֿון די עמיגראַנטן זיי זאָלן אויסצאָלן דער מלוכה אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר באַקומען אַן אומזיסטע העכערע בילדונג. דער געזעץ האָט ניט דערמאָנט באַזונדער קיין עטנישע גרופּע, אָבער געמיינט האָט מען, דער עיקר, די ייִדן — קיין אַנדער עמיגראַציע, בפֿרט פֿון געבילדעטע מענטשן, איז אין יענע יאָרן סײַ-ווי-סײַ כּמעט ניט געווען.
די רייד איז געגאַנגען וועגן זייער אַ גרויסע סומע געלט. אַ גראַדואַנט פֿון אַן אוניווערסיטעט צי אינסטיטוט האָט געמוזט אויסצאָלן ביז 12 טויזנט רובל, און פֿון די עמיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך אַקאַדעמיש אויסגעצייכנט און געהאַט דעם טיטל פֿון "דאָקטאָר", האָט מען געמאָנט נאָך אַ צוגאָב-קאָמפּענסאַציע פֿון אַריבער זיבן טויזנט רובל. איך געדענק, אַז מײַן טאַטע ע"ה האָט סוף 1960ער פֿאַרדינט — ווי דער הויפּט-לערער פֿון אַ מיטלשול און, דערצו, אַ לערער-וועטעראַן — אַרום פֿיר טויזנט רובל אַ יאָר, און דאָס האָט מען געהאַלטן פֿאַר זייער אַ גוטן געהאַלט. איך דערמאָן עס, כּדי געבן אַ סקאַלע פֿאַר די קאָמפּענסאַציעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז דאָס זײַנען געווען ניט די איינציקע הוצאָות און אַז נעמען מיט זיך האָט מען כּמעט גאָרנישט ניט דערלויבט.
מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט אַ פֿאַרשפּרייטער אַנעקדאָט פֿון יענער צײַט: אין אַ קאָלכאָז, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג, לייגט פֿאָר איינער פֿון די פּויערים צו בײַטן ראַדיקאַל די ספּעציאַליזאַציע פֿון זייער ווירטשאַפֿט. ער האָט אונטערגעציילט, אַז איידער באַשעפֿטיקן זיך מיט קולטיווירן חזירים און פֿאַרלירן אויף דעם געלט, לוינט בעסער קולטיווירן ייִדן-עמיגראַנטן.
דעם 17טן יאַנואַר 1973 האָט דער פּאָליטביוראָ אונטערגעצויגן די ערשטע סך-הכּלען פֿון דער גאַנצער אָפּעראַציע. הגם אין יענער צײַט האָבן ס'רובֿ ייִדישע עמיגראַנטן ניט געהערט צו די גרויסשטאָטישע און הויך-געבילדעטע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג (זיי האָבן אָנגעהויבן אינטענסיווער אַרויסצופֿאָרן שפּעטער, ווען עס האָט זיך סטאַביליזירט דער וועג קיין אַמעריקע), האָבן פֿונדעסטוועגן אַריבער 900 ייִדישע עמיגראַנטן מיט אַן אַקאַדעמישער צוגרייטונג אַרײַנגעטראָגן אין דעם מלוכה-ביודזשעט בערך 4.5 מיליאָן רובל.
אין 1972, האָבן 27,118 סאָוועטישע בירגער געבעטן, מע זאָל זיי דערלויבן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל, און 25,523 נפֿשות האָבן אַזאַ דערלויבעניש באַקומען; אַרויסגעפֿאָרן זײַנען אין משך פֿון יענעם יאָר 21,816. בכלל, דאָס יאָר 1972 האָט געגעבן אַ רעלאַטיוו גרויסע סאָוועטיש-ייִדישע עמיגראַציע, בפֿרט אויב מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די 42,234 סאָוועטיש-ייִדישע עמיגראַנטן אין משך פֿון דעם גאַנצן צײַט-אָפּשניט זינט דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די גרעסטע עמיגראַציע איז אָנהייב 1970ער יאָרן געווען פֿון גרוזיע — 6,600 נפֿשות, אָבער צווישן זיי האָבן בלויז 129 לײַט זיך געהאַט געלערנט אין אַן אוניווערסיטעט צי אינסטיטוט. די גרוזינישע ייִדן האָבן זיך מער אויסגעצייכנט אין מיסחר און מלאָכה. און אויך אין זייער אַהבֿת-ישׂראל.
קיין נחת האָט די מלוכה פֿון די צונויפֿגעקליבענע קאָמפּענסאַציע-געלטער ניט געהאַט, מחמת דער אינטערנאַציאָנאַלער סקאַנדאַל האָט אַ סך מאָל איבערגעשטיגן דעם "רווח". לעאָניד ברעזשניעוו, דער דעמאָלטיקער פֿירער פֿונעם לאַנד, האָט גיך פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז געווען אַ נאַרישקייט צו פֿאַרפֿירן זיך מיט די קאָמפּענסאַציעס. ער האָט דאָך געוואָלט צו דערגרייכן גאָר אַן אַנדער ציל, דהײַנו: פֿון איין זײַט אָנוואַרעמען די סאָוועטיש-אַמעריקאַנער באַציִונגען דורך אַרויסלאָזן מער ייִדן, אָבער גלײַכצײַטיק פֿאַרהאַלטן די הויך-קוואַליפֿיצירטע מענטשן דורך אָפּשרעקן זיי מיט איבערמאָסיקע קאָמפּענסאַציעס. ער און זײַנע עצה-געבערס האָבן זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די מערבֿדיקע וועלט וועט אַזוי שאַרף רעאַגירן. כּדי אָפּצושוואַכן די דאָזיקע גוט-קאָאָרדינירטע רעאַקציע, האָט דער פּאָליטביוראָ באַשלאָסן אויפֿצוהערן צו נעמען די קאָמפּענסאַציעס פֿון מאַרץ 1973, כאָטש דעם געזעץ גופֿא האָט מען ניט אָפּגעשאַפֿן — מע האָט אים פּשוט געשיקט שלאָפֿן.
אָבער ס'איז שוין געווען צו שפּעט. די מעכטיקע מאַשין פֿון אינטערנאַציאָנאַלע פּראָטעסטן האָט זיך פֿאַרדרייט. דעם 3טן יאַנואַר 1973 האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אײַנגעפֿירט די "אַמענדירונג פֿון דזשעקסאָן-וועניק", וואָס האָט געשטעלט ערנסטע מניעות פֿאַר דעם סאָוועטישן מיסחר מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פּאַראַדאָקסאַל איז, אַז די דאָזיקע אַמענדירונג האַלט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג און באַגרענעצט די עקאָנאָמישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און אַמעריקע.