פּובליציסטיק

די געשיכטע ווייסט ניט ווייניק סיפּו­רים, אין וועלכע ייִדן זײַנען געווען אַ מין סחורה. למשל, רומעניע האָט אין די קאָמו­ניס­טישע צײַטן פֿאַרקויפֿט אירע ייִדן אין הורט און לאַחדים. ס'איז אונטערגערעכנט גע­וואָרן, אַז נאָר אין די יאָרן 1968–1989 האָט דער דאָ­זי­קער אייגנאַרטיקער מיסחר גע­עפֿנט אַ וועג קיין ישׂראל פֿאַר אַריבער 40 טויזנט נפֿשות, און טשאַושעסקוס רע­גי­רונג איז באַצאָלט געוואָרן אַריבער 110 מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אַ ייִד האָט מען גע­געבן אַרום 3,000 דאָלאַר. גע­טאָן האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בשתּיקה, אָבער פֿאַ­ראינטערעסירטע אויסלענדישע אויס­שפּיר-דינסטן האָבן, אַ פּנים, געוווּסט וועגן אָט דעם געשעפֿט.

ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער רומע­נישער אײַנפֿאַל פֿון פֿאַרדינען אויף ייִדי­שע עמיגראַנטן, איז געוואָרן א שטיקל מאָ­דעל פֿאַר די סאָוועטישע געזעץ-שאַפֿע­רישע לײַט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דעם 3טן אוי­גוסט 1972 האָט דער סאָוועטישער רע­זשים אײַנגעפ­ֿירט אַ געזעץ, וואָס האָט גע­פֿאָ­דערט פֿון די עמיג­ראַנטן זיי זאָלן אויסצאָלן דער מלוכה אַ קאָמ­פּענסאַציע פֿאַר באַקומען אַן אומ­זיס­טע העכערע בילדונג. דער געזעץ האָט ניט דערמאָנט באַזונדער קיין עטנישע גרופּע, אָבער געמיינט האָט מען, דער עיקר, די ייִדן — קיין אַנדער עמיגראַציע, בפֿרט פֿון גע­ביל­דעטע מענטשן, איז אין יענע יאָרן סײַ-ווי-סײַ כּמעט ניט געווען.

די רייד איז געגאַנגען וועגן זייער אַ גרוי­סע סומע געלט. אַ גראַדואַנט פֿון אַן אוני­ווערסיטעט צי אינסטיטוט האָט גע­מוזט אויסצאָלן ביז 12 טויזנט רובל, און פֿון די עמיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך אַקאַדעמיש אויס­געצייכנט און געהאַט דעם טיטל פֿון "דאָקטאָר", האָט מען געמאָנט נאָך אַ צו­גאָב-קאָמפּענסאַציע פֿון אַריבער זיבן טויזנט רובל. איך געדענק, אַז מײַן טאַטע ע"ה האָט סוף 1960ער פֿאַרדינט — ווי דער הויפּט-לערער פֿון אַ מיטלשול און, דערצו, אַ לע­רער-וועטעראַן — אַרום פֿיר טויזנט רובל אַ יאָר, און דאָס האָט מען געהאַלטן פֿאַר זייער אַ גוטן געהאַלט. איך דערמאָן עס, כּדי געבן אַ סקאַלע פֿאַר די קאָמפּענסאַ­ציעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז דאָס זײַנען גע­ווען ניט די איינציקע הוצאָות און אַז נע­מען מיט זיך האָט מען כּמעט גאָר­נישט ניט דערלויבט.

מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט אַ פֿאַר­שפּריי­טער אַנעקדאָט פֿון יענער צײַט: אין אַ קאָל­כאָז, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג, לייגט פֿאָר איינער פֿון די פּויערים צו בײַטן ראַדי­קאַל די ספּעציאַליזאַציע פֿון זייער וויר­טשאַפֿט. ער האָט אונטערגעציילט, אַז איידער באַ­שעפֿ­טיקן זיך מיט קולטיווירן חזירים און פֿאַר­לירן אויף דעם געלט, לוינט בעסער קולטיווירן ייִדן-עמיגראַנטן.

דעם 17טן יאַנואַר 1973 האָט דער פּאָ­ליטביוראָ אונטערגעצויגן די ערשטע סך-הכּלען פֿון דער גאַנצער אָפּעראַציע. הגם אין יענער צײַט האָבן ס'רובֿ ייִדישע עמיג­ראַנטן ניט געהערט צו די גרויסשטאָטישע און הויך-געבילדעטע שיכטן פֿון דער באַפֿ­עלקערונג (זיי האָבן אָנגעהויבן אינטענ­סי­ווער אַרויסצופֿאָרן שפּעטער, ווען עס האָט זיך סטאַביליזירט דער וועג קיין אַמעריקע), האָבן פֿונדעסטוועגן אַריבער 900 ייִדישע עמיגראַנטן מיט אַן אַקאַדעמישער צוגריי­טונג אַרײַנגעטראָגן אין דעם מלוכה-ביוד­זשעט בערך 4.5 מיליאָן רובל.

אין 1972, האָבן 27,118 סאָוועטישע ביר­גער געבעטן, מע זאָל זיי דערלויבן אַרויס­צופֿאָרן קיין ישׂראל, און 25,523 נפֿשות האָבן אַזאַ דערלויבעניש באַקומען; אַרויסגע­פֿאָרן זײַנען אין משך פֿון יענעם יאָר 21,816. בכלל, דאָס יאָר 1972 האָט געגעבן אַ רעלאַטיוו גרויסע סאָוועטיש-ייִדישע עמיגראַציע, בפֿרט אויב מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די 42,234 סאָ­וועטיש-ייִדישע עמיגראַנטן אין משך פֿון דעם גאַנצן צײַט-אָפּשניט זינט דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די גרעס­טע עמיגראַציע איז אָנהייב 1970ער יאָרן גע­ווען פֿון גרוזיע — 6,600 נפֿשות, אָבער צווישן זיי האָבן בלויז 129 לײַט זיך גע­האַט געלערנט אין אַן אוני­ווערסי­טעט צי אינס­טיטוט. די גרוזינישע ייִדן האָבן זיך מער אויס­געצייכנט אין מיסחר און מלאָכה. און אויך אין זייער אַהבֿת-ישׂראל.

קיין נחת האָט די מלוכה פֿון די צו­נויפֿ­געקליבענע קאָמפּענסאַציע-געלטער ניט גע­האַט, מחמת דער אינטערנאַציאָנאַלער סקאַנ­דאַל האָט אַ סך מאָל איבערגעשטיגן דעם "רווח". לעאָניד ברעזשניעוו, דער דע­מאָל­טיקער פֿירער פֿונעם לאַנד, האָט גיך פֿאַר­שטאַנען, אַז ס'איז געווען אַ נאַרישקייט צו פֿאַר­פֿירן זיך מיט די קאָמפּענסאַציעס. ער האָט דאָך געוואָלט צו דערגרייכן גאָר אַן אַנ­דער ציל, דהײַנו: פֿון איין זײַט אָנ­וואַ­רעמען די סאָ­ווע­טיש-אַמעריקאַנער באַ­ציִונ­גען דורך אַרויס­לאָזן מער ייִדן, אָבער גלײַכ­צײַטיק פֿאַרהאַלטן די הויך-קוואַ­ליפֿי­צירטע מענטשן דורך אָפּשרעקן זיי מיט איבער­מאָסיקע קאָמפּענ­סאַציעס. ער און זײַ­נע עצה-געבערס האָבן זיך ניט פֿאָר­גע­שטעלט, אַז די מערבֿדיקע וועלט וועט אַזוי שאַרף רעאַגירן. כּדי אָפּצושוואַכן די דאָזיקע גוט-קאָאָרדינירטע רעאַקציע, האָט דער פּאָ­ליטביוראָ באַשלאָסן אויפֿצוהערן צו נעמען די קאָמפּענסאַציעס פֿון מאַרץ 1973, כאָטש דעם געזעץ גופֿא האָט מען ניט אָפּגעשאַפֿן — מע האָט אים פּשוט גע­שיקט שלאָפֿן.

אָבער ס'איז שוין געווען צו שפּעט. די מעכטיקע מאַשין פֿון אינטערנאַציאָנאַלע פּראָ­טעסטן האָט זיך פֿאַרדרייט. דעם 3טן יאַנואַר 1973 האָט די אַמעריקאַנער רעגי­רונג אײַנגעפֿירט די "אַמענדירונג פֿון דזשעקסאָן-וועניק", וואָס האָט געשטעלט ערנסטע מניעות פֿאַר דעם סאָוועטישן מיסחר מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פּאַראַדאָקסאַל איז, אַז די דאָזיקע אַמענדירונג האַלט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג און באַגרענעצט די עקאָ­נאָמישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און אַמע­ריקע.