|
Микки Вульф.
Несвобода небосвода.
Москва, НЛО: 2008.
מיקי וווּלף.
אומפֿרײַהייט פֿונעם הימלפֿרײַ. מאָסקווע, 2008. |
|
דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צונויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנטאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשעפּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנטוויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות. דאָס איז אַוודאי ניט מער ווי אַ שפּיל. מיקי וווּלף פֿאַרשטייט גאַנץ גוט דאָס חשיבֿות פֿון זײַן ליטעראַרישער אונטערנעמונג.
דער שפּילעוודיקער פּסעוודאָנים דערמעגלעכט דעם מחבר צו מישן זײַן רעאַלע ביאָגראַפֿיע מיט אויסגעטראַכטע פּרטים, בויענדיק אויף אַזאַ אופֿן אַ "טיפּישע" געשטאַלט פֿון אַ ייִדישן אינטעליגענט פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ, וועלכער דאַרף זיך אויפֿן עלטער, נעבעך, זוכן פּרנסה אין די פֿילצאָליקע רוסישע אויסגאַבעס אין ישׂראל. פֿאַר אַזאַ מין ליטעראַטור האָט מען געוויינטלעך ניט קיין סך דרך־ארץ, בפֿרט אין אַזאַ סנאָבישער שטאָט ווי מאָסקווע. און דאָך האָט זיך אָט דעם מיקי וווּלף אײַנגעגעבן אַרויסצולאָזן זײַן בוך אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער פֿאַרלאַגן. וואָס איז דער טײַטש?
דער ערשטער רוסישער עסיי־שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער האָט זיך קונה־שם געווען בײַ דער מאָסקווער אינטעליגענץ, איז געווען אַלכּסנדר גאָלדשטיין ע"ה, וועלכער איז פֿריצײַטיק אַוועק אין דער אייביקייט אין 2006. אין אַ געוויסן זין געהערט מיקי וווּלף צו דער זעלביקער שיטה. ווי גאָלדשטיין, קומט ער פֿונעם דרומדיקן עק פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטישער אימפּעריע, און דערפֿאַר אפֿשר פֿילט ער זיך מער היימיש אין ישׂראל, איידער די אַסימילירטע אינטעליגענץ פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג. די ייִדישע שפּראַך איז אים ניט פֿרעמד, הגם ער זאָגט, אַ ביסל קאָקעטיש, אַז ער האָט זי קיין מאָל ניט געקענט און דערנאָך שוין באַוויזן צו פֿאַרגעסן. מיקי וווּלף האָט אַ פֿײַנעם חוש ניט נאָר פֿאַר דער "הויכער" רוסישער ליטעראַטור, נאָר אויך פֿאַר דער גערעדטער שפּראַך פֿון בעסאַראַביע און דרום־אוקראַיִנע.
פֿון דעם דאָזיקן מישמאַש פֿון שפּראַכן און סטילן וואַקסט די אייגנטימלעכע שאַפֿונג פֿון מיקי וווּלף. ער דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן שרײַבן ווי "מיסטיפֿיקאַציע": "איך גיב זיך אָפּ דערמיט תּמיד און עד־היום, ווײַל איך קען זיך אַליין אַבסאָלוט ניט, און בין ניט זיכער פֿון מײַן אייגענער הוידעוודיקער עקזיסטענץ; אַפֿילו אָט די, ביז גאָר אמתדיקע, שורות וועל איך אונטערשרײַבן ניט מיט מײַן אייגענעם אויסגעריבענעם נאָמען, נאָר מיט אַ טײַוול־ווייס־וואָסערן פּסעוודאָנים." אָבער די מיסטיפֿיקאַציע איז ניט נאָר דער זשאַנער פֿון מיקי וווּלפֿס שרײַבן, דאָס איז אויך דער מהות פֿון דער ווירקלעכקייט אַרום אים.
אַ גרויסע מיסטיפֿיקאַציע איז געווען די גאַנצע סאָוועטישע מאַכט. אַפֿילו די טויטע זײַנען געווען אַ קרבן פֿון אַזאַ מין בייזער שפּיל. ניט צופֿעליק עפֿנט זיך דאָס בוך מיט אַ געשיכטע וועגן דעם קעשענעווער ייִדישן בית־עולם, וווּ מען האָט אין ברעזשנעווס צײַטן אויפֿגעבויט אַ פּאַרק מיט אַ מלחמה־מעמאָריאַל׃ "די עקאָנאָמישע עקאָנאָמיק האָט זיך געלאָזט אָן קיין שום איבעריקע הוצאָות אַרומצוצאַמען דעם פֿרישן מעמאָריאַל מיט אַ וואַנט פֿון צעשעדיקטע מצבֿות פֿון ייִדישע קבֿרים. אין דעם איז געווען אַ געוויסע אינערלעכע לאָגיק, וואָס דער עולם־גולם האָט זיך געסטאַרעט ניט צו באַמערקן."
דער איראָנישער טאָן פֿון מיקי וווּלפֿס עסייען און פֿעליעטאָנען איז פֿאַרפֿירעריש, ווײַל ער פֿאַרמאַסקירט זייער עקזיסטענציעלן זין. עס גייט דאָ אין די סאַמע יסודות פֿונעם מענטשלעכן לעבן, וועלכע ווערן אויסגעדריקט מיט אַן אַפֿאָריסטישער קלאָרקייט׃ "אַ מענטש איז געוואָרן דער מענטש, ווען ער האָט זיך אויסגעלערנט צו ברענגען זײַנע מתים צו קבֿורה." און דווקא ישׂראל איז אַן אָרט, וווּ מען פֿילט די ברעכעוודיקייט פֿון דער ציוויליזאַציע באַזונדערס שאַרף. דאָס איז אַ לאַנד, וווּ די געוויינטלעכע געזעצן פֿון פֿיזיק זײַנען צומאָל ניט ריכטיק׃ "אין אונדזער געבענטשטער מדינה זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע פּלוצעמדיקע רוים־פּונקטן, וווּ אַפֿילו אינעם סאַמע הייסן חמסין בלאָזן פֿון אַלע פֿיר זײַטן פֿון דער וועלט פֿרישע ווינטלעך."
מיקי וווּלף האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ שווערע שעפֿערישע אויפֿגאַבע׃ צו האַלטן אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די סטאַטעטשנע זשאַנער־היעראַרכיע פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. דער דאָזיקער סדר פֿון "ערנסטע" און "לײַכטע" זשאַנערס דינט אים ווי אַ קולטורעלער יסוד פֿון אַן אימפּעריע, וואָס נעמט זיך אויף זייער ערנסט. אַזעלכע לײַכטיזיניקע פּאַרשוינען, ווי מיקי וווּלף, געהערן צו די שיכטן פֿון דער "הויכער" קולטור, וואָס די נײַע רוסישע מאַכט וויל אויפֿשטעלן מיט דער הילף פֿון אירע געטרײַע דינער־קינסטלער. דער ווידערשטאַנד קומט, ווי אַלע מאָל, פֿון די ייִדישע "פֿאַרשרײַבער", דאָס מאָל פֿון דעם ישׂראלדיק־רוסישן גלות.