ליטעראַטור
Микки Вульф. 
Несвобода небосвода. 
Москва, НЛО: 2008.
מיקי וווּלף. 
אומפֿרײַהייט פֿונעם הימלפֿרײַ. מאָסקווע, 2008.
Микки Вульф. Несвобода небосвода. Москва, НЛО: 2008. מיקי וווּלף. אומפֿרײַהייט פֿונעם הימלפֿרײַ. מאָסקווע, 2008.

דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועל­כער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראל­דיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צו­נויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנ­טאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשע­פּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנט­וויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות. דאָס איז אַוודאי ניט מער ווי אַ שפּיל. מיקי וווּלף פֿאַרשטייט גאַנץ גוט דאָס חשיבֿות פֿון זײַן ליטעראַרישער אונטערנעמונג.

דער שפּילעוודיקער פּסעוודאָנים דער­מע­גלעכט דעם מחבר צו מישן זײַן רעאַלע ביאָ­גראַפֿיע מיט אויסגעטראַכטע פּרטים, בויענ­דיק אויף אַזאַ אופֿן אַ "טיפּישע" גע­שטאַלט פֿון אַ ייִדישן אינטעליגענט פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ, וועלכער דאַרף זיך אויפֿן עלטער, נעבעך, זוכן פּרנסה אין די פֿילצאָליקע רוסישע אויסגאַבעס אין ישׂראל. פֿאַר אַזאַ מין ליטעראַטור האָט מען גע­וויינטלעך ניט קיין סך דרך־ארץ, בפֿרט אין אַזאַ סנאָבישער שטאָט ווי מאָסקווע. און דאָך האָט זיך אָט דעם מיקי וווּלף אײַנ­געגעבן אַרויסצולאָזן זײַן בוך אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער פֿאַרלאַגן. וואָס איז דער טײַטש?

דער ערשטער רוסישער עסיי־שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער האָט זיך קונה־שם גע­ווען בײַ דער מאָסקווער אינטעליגענץ, איז געווען אַלכּסנדר גאָלדשטיין ע"ה, וועלכער איז פֿריצײַטיק אַוועק אין דער אייביקייט אין 2006. אין אַ געוויסן זין געהערט מיקי וווּלף צו דער זעלביקער שיטה. ווי גאָלד­שטיין, קומט ער פֿונעם דרומדיקן עק פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטישער אימפּעריע, און דערפֿאַר אפֿשר פֿילט ער זיך מער היי­מיש אין ישׂראל, איידער די אַסימילירטע אינ­טעליגענץ פֿון מאָסקווע און פּעטער­בורג. די ייִדישע שפּראַך איז אים ניט פֿרעמד, הגם ער זאָגט, אַ ביסל קאָקעטיש, אַז ער האָט זי קיין מאָל ניט געקענט און דער­נאָך שוין באַוויזן צו פֿאַרגעסן. מיקי וווּלף האָט אַ פֿײַ­נעם חוש ניט נאָר פֿאַר דער "הוי­כער" רוסישער ליטעראַטור, נאָר אויך פֿאַר דער גע­רעדטער שפּראַך פֿון בעסאַראַביע און דרום־אוקראַיִנע.

פֿון דעם דאָזיקן מישמאַש פֿון שפּראַכן און סטילן וואַקסט די אייגנטימלעכע שאַ­פֿונג פֿון מיקי וווּלף. ער דעפֿינירט דעם זשאַ­נער פֿון זײַן שרײַבן ווי "מיסטיפֿיקאַ­ציע": "איך גיב זיך אָפּ דערמיט תּמיד און עד־היום, ווײַל איך קען זיך אַליין אַבסאָלוט ניט, און בין ניט זיכער פֿון מײַן אייגענער הוידעוודי­קער עקזיסטענץ; אַפֿילו אָט די, ביז גאָר אמת­דיקע, שורות וועל איך אונטערשרײַבן ניט מיט מײַן אייגענעם אויסגעריבענעם נאָ­מען, נאָר מיט אַ טײַוול־ווייס־וואָסערן פּסעוו­דאָ­נים." אָבער די מיסטיפֿיקאַציע איז ניט נאָר דער זשאַנער פֿון מיקי וווּלפֿס שרײַבן, דאָס איז אויך דער מהות פֿון דער ווירק­לעכ­קייט אַרום אים.

אַ גרויסע מיסטיפֿיקאַציע איז געווען די גאַנצע סאָוועטישע מאַכט. אַפֿילו די טוי­טע זײַנען געווען אַ קרבן פֿון אַזאַ מין ביי­זער שפּיל. ניט צופֿעליק עפֿנט זיך דאָס בוך מיט אַ געשיכטע וועגן דעם קעשענעווער ייִדישן בית־עולם, וווּ מען האָט אין ברעזש­נעווס צײַטן אויפֿגעבויט אַ פּאַרק מיט אַ מלחמה־מעמאָריאַל׃ "די עקאָנאָמישע עקאָ­נאָמיק האָט זיך געלאָזט אָן קיין שום איבע­רי­קע הוצאָות אַרומצוצאַמען דעם פֿרישן מע­מאָריאַל מיט אַ וואַנט פֿון צעשעדיק­טע מצבֿות פֿון ייִדישע קבֿרים. אין דעם איז גע­ווען אַ געוויסע אינערלעכע לאָגיק, וואָס דער עולם־גולם האָט זיך געסטאַרעט ניט צו באַמערקן."

דער איראָנישער טאָן פֿון מיקי וווּלפֿס עסייען און פֿעליעטאָנען איז פֿאַרפֿירע­ריש, ווײַל ער פֿאַרמאַסקירט זייער עקזיסטענ­ציעלן זין. עס גייט דאָ אין די סאַמע יסו­דות פֿונעם מענטשלעכן לעבן, וועלכע ווערן אויסגעדריקט מיט אַן אַפֿאָריסטי­שער קלאָר­קייט׃ "אַ מענטש איז גע­וואָרן דער מענטש, ווען ער האָט זיך אויסגע­לערנט צו ברענגען זײַנע מתים צו קבֿורה." און דווקא ישׂראל איז אַן אָרט, וווּ מען פֿילט די ברעכעוודי­קייט פֿון דער ציוויליזאַציע באַזונדערס שאַרף. דאָס איז אַ לאַנד, וווּ די געוויינט­לע­כע געזעצן פֿון פֿיזיק זײַנען צומאָל ניט ריכטיק׃ "אין אונדזער געבענטשטער מדינה זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע פּלוצעמדיקע רוים־פּונקטן, וווּ אַפֿילו אינעם סאַמע הייסן חמסין בלאָזן פֿון אַלע פֿיר זײַטן פֿון דער וועלט פֿרישע ווינטלעך."

מיקי וווּלף האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ שווע­רע שעפֿערישע אויפֿגאַבע׃ צו האַלטן אונ­טער אַ פֿראַגע־צייכן די סטאַ­טעטש­נע זשאַ­נער־היעראַרכיע פֿון דער רו­סישער ליטע­ראַטור. דער דאָזיקער סדר פֿון "ערנסטע" און "לײַכטע" זשאַנערס דינט אים ווי אַ קולטו­רעלער יסוד פֿון אַן אימפּעריע, וואָס נעמט זיך אויף זייער ערנסט. אַזעלכע לײַכטיזיני­קע פּאַרשוינען, ווי מיקי וווּלף, געהערן צו די שיכטן פֿון דער "הויכער" קולטור, וואָס די נײַע רו­סישע מאַכט וויל אויפֿשטעלן מיט דער הילף פֿון אירע געטרײַע דינער־קינסט­לער. דער ווי­דער­שטאַנד קומט, ווי אַלע מאָל, פֿון די ייִדישע "פֿאַרשרײַבער", דאָס מאָל פֿון דעם ישׂראל­דיק־רוסישן גלות.