ייִדיש־וועלט, מוזיק

עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. די צווייטע, סאָפֿיע מגיד (1892—1954), איז ווייניקער באַקאַנט, כאָטש זי איז געווען איינע פֿון די געניטסטע זאַמלער און פֿעיִקסטע פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

דאָס בוך "Unzer Rebbe, unser Stalin: Jiddishche Lieder aus den St.Petersburger Sammlungen von Moishe Beregowski und Sofia Magid" [אונדזער רבי, אונדזער סטאַלין: ייִדישע לידער פֿון די פּעטערבורגער זאַמלונגען פֿון סאָפֿיע מגיד און משה בערעגאָווסקי] האָט צונויפֿגעשטעלט עלוויראַ גראָזינגער און סוזי הודאַק־לאַזיטש פֿון פּאָטסדאַמער אוני­ווערסיטעט אין דײַטשלאַנד. עס נעמט אַרײַן די טעקסטן און נאָטן פֿון הונדערטער לידער, ווי אויך אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל (DVD) מיט די רעקאָרדירונגען. דאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וווּנדערלעכע מתּנה פֿאַרן פֿאָרשער פֿונעם אַלטן ייִדישן פֿאָלקסליד, פֿון קלעזמער־מוזיק ווי אויך פֿון אַנדערע זשאַנערן, וואָס די צוויי מוזיקאָלאָגן האָבן געזאַמלט (בדחנות, ניגונים, פּורים־שפּילן אאַ״וו).

די געשיכטע פֿונעם ווערק איז אַ ביסל אַ קאָמפּליצירעטע. די אָריגינעלע מאַטעריאַלן, דער עיקר, אויף וואַקסענע צילינדערס, ליגן אינעם אַרכיוו בײַם "פּושקין־הויז" פֿונעם פּע­טערבורגער "אינסטיטוט פֿאַר דער רוסישער ליטעראַטור" און אין דער פּעטערבורגער "רו­סישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק". אַ דאַנק דער גרוסער סובווענץ פֿון דער "פֿאָלקס­וואַגען"־פֿירמע, און שטיצע פֿון אַנדערע פֿאָנדן, האָט דער אָפּטייל פֿון דער ייִדישער רע­ליגיעזער געשיכטע אין פּאָטסדאַם באַקו­מען די מעגלעכקייט צו קאַטאַלאָגירן און פֿאַר­עפֿנט­לעכן די זאַמלונגען פֿון מגיד און בערעגאָווסקי. דער פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט האָט באַ­קו­מען קאָפּיעס פֿון די רעקאָרדירונגען און אויך באַצאָלט פֿאַר דער טעכנאָלאָגיע זיי איבערצומאַכן אויף ס‘נײַ ווי גוט מעגלעך.

ס‘רובֿ מאַטעריאַלן זענען ייִדישע לידער, געזונגען אָן באַגלייטונג. דאָס איז אַוודאי נישט קיין חידוש, ווײַל די ייִדישע געזאַנג־טראַ­דיציע האָט זיך אַנטוויקלט אין דער ריכ­טונג פֿון אויפֿפֿירונג. נאָר גאַסן־זינגערס און בעט­לערס, דער עיקר, האָבן ביזן 20סטן יאָר­הונדערט געזונגען מיט אינסטרומענטן. די רע­קאָרדירונגען זענען די גרעסטע צאָל פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער, דערשינען ביזן הײַנטיקן טאָג. פֿון אַזאַ קוואַל קען דער וואָס פֿאָרשט די פֿאָלקסגעזאַנג־טראַדיציע, אַ סך לערנען.

אָבער איין חסרון, און נישט קיין קליינער, ליגט אין די רעקאָרדירונגען: די קוואַליטעט פֿונעם קלאַנג האָט זייער געליטן במשך פֿון די יאָרן און אָפֿט מאָל קען מען פּשוט נישט פֿאַרשטיין אַפֿילו קיין איין זאַץ! מע כאַפּט נאָר אַ וואָרט דאָ און דאָרט, און מע ווערט זייער פֿרוסטרירט. זינגערס וועלן נישט קענען זיך אויסלערנען קיין סך לידער פֿונעם ווערק און אין די ערגסטע פֿאַלן קען מען אַפֿילו נישט די מעלאָדיע קלאָר הערן.

ווער זענען געווען די צוויי סאָוועטיש־ייִדישע זאַמלערס? וועגן די גרויסע אויפֿטוען פֿון משה בערעגאָווסקי האָט מען שוין אַ סך געשריבן, אויך אין "פֿאָרווערטס", וועט מען זיך דאָ נישט אָפּגעבן מיט אים. אָבער סאָפֿיע מגיד האָט נאָך נישט באַקומען די אָנערקענונג וואָס זי האָט פֿאַרדינט. זי איז געבוירן געוואָרן דעם 22סטן דעצעמבער 1898 אין פּעטערבורג אין אַ משׂכּילישער משפּחה. איר מאַמע איז געווען אַ ציין־דאָקטאָרין, איר טאַטע דוד מגיד, איז דער זון פֿונעם באַקאַנטן משׂכּיל, שרײַבער און ביבליאָטעקער, הלל־נח מגיד־שטיינשנײַדער, און אַליין, אַ פֿאָרשער און היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער געשיכטע און ליטעראַטור.

סאָפֿיע מגיד האָט שטודירט פּיאַנע אין דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע און האָט גראַדויִרט אין 1917 ווי אַ פּיאַניסטין. זי האָט חתונה געהאַט מיטן אַדוואָקאַט ע. עקמעטשי און האָט געאַרבעט ווי אַ מוזיק־לערערין. אין 1927 האָט זי אָנגעהויבן אַר­בעטן אינעם קלאַנג־אַרכיוו פֿונעם מלוכישן אינסטיטוט פֿון קונסט־געשיכטע. אין 1928 האָט זי אָרגאַניזירט אַ פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע קיין וואָלין און דאָרטן רעקאָרדירט ייִדישע פֿאָלקסלידער און קלעזמער־מוזיק. אין 1930 און 1931 איז זי ווידער געפֿאָרן אויף נײַע עקס­פּעדיציעס.

נאָך דעם ווי דער אינסטיטוט האָט זיך גע­שלאָסן אין 1931 האָט זי געאַרבעט אין דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע ווי אַ פֿאָר­שערין און האָט צוגעגרייט אַ באַנד פֿון 300 פֿאָלקס­לידער און קלעזמער־שטיקלעך; אַ ווערק וואָס איז הײַנט נעלם געוואָרן. אין 1931 איז זי געפֿאָרן אויף איר ערשטער עקס­פּעדיציע קיין ווײַסרוסלאַנד, וווּ זי האָט פֿאַר­שריבן ייִדישע פֿאָלקסלידער. אין די ווײַ­טערדיקע יאָרן האָט זי געזאַמלט און אַרויסגעגעבן די פֿאָלקסלידער פֿון די אַנדערע עטנישע גרופּעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און איז געפֿאָרן קיין קאַראַבאַך און קורדיסטאַן, וווּ זי האָט פֿאַרשריבן אַרמענישע, טערקישע און קורדיש־קריסטלעכע לידער.

אין 1939 האָט זי פֿאַרענדיקט איר דיסער­טאַציע אויף דער טעמע "די באַלאַדע אין ייִדישן פֿאָלקלאָר", אַ גאָר וויכטיק ווערק, וואָס איז נאָך נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, אָבער קאָפּיעס האָבן זיך שוין פֿאַרשפּרייט במשך פֿון די לעצטע יאָרן און מע קען בולט לייע­נען מגידס טיפֿע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער וועלט־ליטעראַטור אויף דער טעמע, ווי אויך איר אויסשעפּיק וויסן וועגן דער ייִדישער באַלאַדע, איינער פֿון די עלטסטע זשאַנערן פֿונעם ייִדישן ליד. צום באַדויערן, האָבן מגידס ווערק בכלל נישט געהאַט קיין מזל און אַ סך פֿון אירע אַרבעטן האָבן נישט געזען די ליכטיקע שײַן.

נאָך דער מלחמה, ווען מגיד האָט זיך אומגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע, האָט זי ווײַטער געאַרבעט אויף די פֿאָלקסלידער פֿון די סאָוועטישע עטנישע גרופּעס, בפֿרט וועגן דער פֿאָלקס־טראַדיציע אין דער פּסקאָווער געגנט. דאָס איז געווען איר לעצטע אַרבעט. די מלוכישע אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער קולטור האָט זי אויך דערגרייכט, און אין 1950, האָט מען באַצייכנט איר פֿאָרשונג ווי "פֿון אַ נידעריקן טעאָרעטישן ניוואָ". זי איז שוין דעמאָלט קראַנק געווען און איז געשטאָרבן אין 1954. אירע כּתבֿ־ידן געפֿינען זיך אין דער רוסישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.

עלוויראַ גראָזינגער האָט צוגעגרייט די טעקסטן צו די לידער און די באַמערקונגען צו זיי; סוזי הודאַק־לאַזיטש האָט פֿאַרשריבן די מעלאָדיעס און זיי אַנאַליזירט. אין אַלגע­מיין, זענען די מוזיקאַלישע באַמערקונגען מער ספּעציפֿיש, און אַ סך פֿון דעם וואָס הודאַק־לאַזיטש שרײַבט ווערט צום ערשטן מאָל אויס­געדריקט אין אַן אַקאַדעמישער אַר­בעט. גראָזינגערס עובֿדה איז געווען אַ שווערע­רע צוליב די אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער.

ווי הייבט מען אָן צו באַשרײַבן די היס­טאָרישע רעקאָרדירונגען, די פֿאַרגעסענע לידער, די עכטע פֿאָלקס־שטימען פֿון אַמאָל, פֿון דער "פֿאַרשוווּנדענער וועלט"? די לידער־טעקסטן און נאָטן פֿאַרנעמען אַן ערך 500 זײַטן און מע דאַרף פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אויסצוהערן די לידער — אָבער עס איז כּדאַי. די הויפּט־מעלה פֿון זיי איז וואָס מע קען הערן די פֿאַרשיידענע סטילן פֿון טראַדיציאָנעלע זינגערס. בײַ טייל זינגערס, למשל די מאַמע און טאָכטער, רבֿקה און אסתּר ווערביצקיע, ביידע בלינדע פֿון אוקראַיִנע, הערט מען אַ מער סלאַווישע השפּעה בײַם זינגען. בײַ רחמיאל גרין פֿון דעלעטין, גאַליציע, הערט מען אַ זיכערן מענערישן גאַליצישן סטיל. אַמאָל זינגען צוויי שטימען צוזאַמען, אָבער נאָר אין אוניסאָן, וואָס איז אין דער ייִדי­שער טראַדיציע. געוויסע לידער זינגען טרעניר­טע טעאַטער־ אָדער אָפּערע־זינגערס מיט בא­ַגלייטונג, אָבער די רעקאָרדירונגען זענען אויך אינטערעסאַנטע, כאָטש נישט אַזוי פֿאָל­קיש. מע הערט נײַע וואַריאַנטן פֿון לידער, סײַ אין דער מעלאָדיע, סײַ אין די ווערטער.

די רעקאָרדירונגען, פֿאַרשריבן פֿון משה בערעגאָווסקי, זענען פֿון אַ בעסערער קוואַלי­טעט; זיי הערט מען און לייענט מען צו ערשט. די מוסטערן פֿון מגיד, צום באַדויערן, זענען אין אַן ערגערן מצבֿ. און, ווי געזאָגט, האָט מען קיין סך פֿון די ווערטער נישט געקענט פֿאַרשטיין. פֿון דעסטוועגן, דאַרף מען מודה זײַן, אַז ווען אַ גוטער ייִדיש־קענער, וואָס קען די דיאַלעקטן און קען דאָס ייִדישע פֿאָלקס־געזאַנג וואָלט זיך צוגעהערט, וואָלט ער אַ סך מער ווערטער געקענט פֿאַרשרײַבן. אָבער שוין פֿאַר דעם, וואָס די צונויפֿשטעלער האָבן אַרויסגעלאָזט די רעקאָרדירונגען, קומט זיי אַ יישר־כּוח, ווײַל איצט קען מען זיך נעמען צו דער אַרבעט און דערגאַנצן די לידער־טעקסטן אין דער היים בײַם קאָמפּיוטער. אפֿשר וועט זיך שאַפֿן אַ נעץ פֿון פֿאַרשרײַבער אַרום דער וועלט וואָס וועלן אַרבעטן צוזאַמען ווי אַ מאַנשאַפֿט אויף דעם פּראָיעקט? אַזוי לייג איך פֿאָר; דאָס איז צו פֿיל אַרבעט פֿאַר איין מענטש.

די ייִדישע פֿאָלקלאָר־וועלט האָט שוין יאָרן לאַנג אַרויסגעקוקט אויף דעם ווערק און אַפֿילו מיט די דערמאָנטע חסרונות, קען מען זאָגן, אַז סאָפֿיע מגיד און משה בערעגאָווסקי האָבן אונדז איבערגעלאָזט אַן אוצר אויף דור־דורות, אַ דאַנק דער אַרבעט פֿון עלוויראַ גראָזינגער און סוזי הודאַק־לאַזיטש.