פֿונעם אייביקן קוואַל

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן, איז דער לעצטער חלק פֿונעם חומש, "דבֿרים", באַגרינדעט אויף משה-רבינוס אייגענע דרשות. דער "זוהר" דערקלערט, אַז דער חומש "דבֿרים" ווערט אָנגערופֿן "משנה-תּורה", "איבערחזרונג פֿון דער תּורה", ווײַל ער אַנטהאַלט די קללות, וועלכער משה רבינו האָט געזאָגט "פֿון זיך אַליין".

אין אַן אַנדער אָרט זאָגן אָבער די חז״ל, אַז אַלע פּסוקים אין דער תּורה קומען דווקא פֿון הימל, אָן קיין איינציקן אויסנאַם. די גמרא זאָגט בפֿירוש, אַז דער, וואָס האַלט, אַז משה רבינו האָט פֿאַרשריבן אַפֿילו איין פּסוק אין דער תּורה אַליין, איז אַ כּופֿר-בעיקר, וועלכער האָט נישט, חלילה, קיין חלק אין עולם-הבא.

ביידע דעות, אַז די גאַנצע תּורה איז געקומען פֿון הימל, און אַז משה רבינו האָט אַליין פֿאַרשריבן דעם חומש "דבֿרים", טרעפֿן זיך בײַ אַ סך מפֿרשים, און נישט זעלטן אין די ווערק פֿונעם זעלבן מחבר. אין דער אמתן, איז צווישן די דאָזיקע צוויי ענינים נישטאָ קיין סתּירה; הגם משה האָט פֿאַרענדיקט צו שרײַבן דעם לעצטן חלק פֿון דער תּורה, האָט דער אייבערשטער באַשטעטיקט דעם גאַנצן טעקסט.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז אַלע אָנגענומענע הייליקע ספֿרים, פֿון משניות און גמרא, ביז קבלה און חסידות, זענען אויך געגעבן געוואָרן אויפֿן באַרג סיני; הגם זיי זענען פֿאַרשריבן געוואָרן שפּעטער, שטימען זיי מיט דער ג-טלעכער אַנטפּלעקונג פֿון מתּן-תּורה. צוליב משה רבינוס פּערזענלעכער באַטייליקונג אינעם פֿאַרשרײַבן דעם חומש "דבֿרים", דינט "משנה-תּורה" ווי אַ "בריק" צווישן צוויי אַספּעקטן פֿון דער ג-טלעכער אַנטפּלעקונג — די הימלישע "תּורה" און די מענטשלעכע "משנה".

די הײַנטיקע סדרה ווערט געלייענט מיט אַ טאָג פֿאַר תּשעה-באָבֿ — דער טאָג, ווען מע באַוויינט דעם חורבן-בית-המיקדש און מע לייענט "איכה". די חז״ל האָבן באַמערקט, אַז דאָס זעלבע וואָרט טרעפֿט זיך אויך בײַם אָנהייב פֿון פּרשת-"דבֿרים", ווי אויך אין די ערשטע פּסוקים בײַם נבֿיא ישעיה, וועלכע ווערן געלייענט די וואָך אין דער הפֿטורה. דאָס וואָרט "איכה" קאָן צעטיילט ווערן אויף צוויי טיילן: "אי" — "וווּ", און "כּה" — "אָט אַזוי".

אין אַלע זאַכן און נשמות אין דער וועלט שטעקט, אין דער אמתן, דאָס באַהאַלטענע ג-טלעכע ליכט. דאָס באַשטעטיקונג-וואָרט "כּה" איז מרמז אינעם תּורה-קאָנטעקסט אויף דער ג-טלעכער אַנטפּלעקונג אין דער וועלט. דאָס וואָרט "אי־כה" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי אַ פֿראַגע: "וווּ איז די הייליקע שכינה?", "וווּ איז דאָס אָרט, וואָס מע קאָן דאָרטן דערזען דאָס ג-טלעכע ליכט און זאָגן: אָט אַזוי, אָט דאָ אַנטפּלעקט עס זיך?".

די עצם-קשיא וועגן דעם, ווער איז דער "עיקר-מחבר" פֿון "דבֿרים", משה אָדער דער אייבערשטער אַליין, איז פֿאַרבונדן מיט אונדזער גלות-מצבֿ, מיט אונדזער דערווײַטערטקייט פֿון רוחניות. די תּורה רופֿט משהן אַן "איש אלקים" — אַ ג-טלעכער מענטש. ווי עס שטייט אין ספֿרי-חסידות, זענען אַזעלכע גרויסע צדיקים, ווי משה רבינו, אינגאַנצן פֿאַראייניקט מיט ג-טלעכקייט; דערפֿאַר זענען "אייגענע" ווערטער געווען, אין דער זעלבער צײַט, דעם אייבערשטנס ווערטער.

מע קאָן זאָגן, אַז דער זעלבער פּרינציפּ ווערט אויך דעמאָנסטרירט אינעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן דער חומש "דבֿרים". דאָס וואָרט "דבֿרים" מיינט אויף לשון-קודש סײַ "ווערטער", סײַ "זאַכן", די גאַנצע ווירקלעכקייט. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן דורך ג-טלעכער "רייד". די דאָזיקע "רייד" ווערט אַנטפּלעקט איבעראַל, אַרײַנגערעכנט די פּשוטסטע גשמיותדיקע זאַכן. אין דער אמתן, איז דער אוניווערס גופֿא דעם אייבערשטנס "שפּראַך", און די מענטשלעכע נשמה איז דער קוואַל פֿון דער תּורה; הגם אונדזער פֿראַגע "איכה", אונדזער געפֿיל פֿון אומקלאָרקייט און פֿאַרלוירנקייט, וועט אינגאַנצן געלייזט ווערן נאָר אין משיחס צײַטן.