‫פֿון רעדאַקציע

דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, איז געווען אַ גאַסט בײַם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, אין זײַן היים. אַזאַ גרויסן כּבֿוד האָט נאָך קיין איין פּרעזידענט פֿון קיין לאַנד נישט דערלעבט. וואָס איז? מעגלעך, די צוויי פּרעזידענטן האָבן זיך טאַקע אַזוי פֿאַרחבֿרט, אַז זיי פֿאַרבעטן איינער דעם אַנדערן צו גאַסט. דער אַמעריקאַנער, ווי אַ פֿאַרברענטער פֿישער, פֿאָרט מיט וולאַדימירן כאַפּן פֿיש, און וולאַדימיר,

ליטעראַטור
פֿון בערל שוביץ (רוסלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס

ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס (1883־1964) איז איינער פֿון די סאַמע באַוווּסטע שפּאַנישע שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער איז געווען אַ פּראָזאַיִקער, אַ פּאָעט, אַ ליטעראַטור־קריטיקער און אַן איבערזעצער (איבערגעזעצט אויף שפּאַניש און אַרויסגעגעבן אין 8 בענד דאָסטאָיעווסקיס געקליבענע ווערק). ער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער אַוואַנגאַרד־באַוועגונג "על אולטראַיִמאָ" (1918) — באַגלײַך מיטן טשיליער פּאָעט וויסענטע אַיִדאָבראָ און דעם שפּעטער וועלט־באַרימטן אַרגענטינער כאָרכע לויִס באָרכעס (Jorge Luis Borges),

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marina Benjamin. Last Days in Babylon: The History of a Family, the Collapse of a Nation. New York: Free Press, 2006.

דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל.

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים בײַ אַ דענקמאָל אין כּפֿר גלעדי, מאָנטיק, לזכּרון די צה״ל־סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה אין לבֿנון פֿאַראַיאָרן זומער

אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויבן: קאָנראַד אַדענאַוער (רעכטס), מיט דוד בן־גוריון, אין 1960. אונטן: די העברעיִשע צײַטונג

אין דײַטשלאַנד, אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם שלאָס "בעלעוויו", איז אָפּגעמערקט געוואָרן דאָס אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געלטער, לטובֿת די געוועזענע קרבנות פֿון נאַצי־רעזשים, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דער באַלעבאָס פֿונעם שלאָס, כאָרס קיאָלער, האָט געזאָגט: "איך בין גליקלעך וואָס מײַן דור האָט אויסגעפֿירט דעם חובֿ פֿאַר די אומגליקלעכע, וואָס די נאַציס האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין קנעכט און אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלעם-הרשע האָט געפּרוּווט צו שעלטן די ייִדן, אָבער דער אייבערשטער האָט אים אָפּגעשטעלט, און אַרײַנגעלייגט אין זײַן מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. הגם בלעמען האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו שעדיקן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן, האָט ער זיך געגעבן אַן אַנדער עצה: אויסצונוצן דעם יצר-הרע פֿון די ייִדן, כּדי זיי זאָלן זיך אַליין גורם זײַן אַ היזק. צוליב דעם, האָט בלעם געגעבן אַן עצה — צו שיקן די טעכטער פֿון זײַן פֿאָלק, מואבֿ,

קהילה־לעבן, קולטור
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג

זומער־לעב! דער ייִדישער אויסדרוק צו באַשרײַבן די פֿאַרווײַלונגען זומערצײַט קומט אָפֿט אויפֿן געדאַנק בײַם אָנקוקן די נײַע אויסשטעלונג — "דאָס אַנדערע צוגעזאָגטע לאַנד: וואַקאַציע, אידענטיטעט און דער ייִדישער־אַמעריקאַנער חלום" בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַ נאָסטאַלגישן קוק אויף דער טעמע — ייִדן און זייערע וואַקאַציעס אין אַמעריקע פֿון 1890 ביז הײַנט.

קולטור
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טאָראָנטער ייִדישער פֿאָלקסכאָר

אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָט דער ייִדישער עולם אין טאָראָנטע געהאַט די געלעגנהייט בײַצוּוווינען און געניסן פֿון אַ גאַנצער ריי ליטעראַריש־קינסטלערישע אונטערנעמונגען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט.

דער קולטור־סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט הונדערט יאָר ייִדישע טעאַטער־מוזיק.

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אייביק איז די ליבע?

טײַערע חזנטע,

מײַן ווײַב, וואָס כ׳האָב מיט איר צוזאַמענגעלעבט 48 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געווען און וועט אייביק זײַן מײַן איינציקע אמתע ליבע. אָבער לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס געפֿעלט מיר.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

כאָטש דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָט ער געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער "שׂיחת חולין" אין 1886, וואָס איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל. עס איז פֿאַר מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרצייכענען די ערטער, וווּ ער רעדט וועגן ייִדיש.

פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די חלקים פֿון יוגאָסלאַוויע פֿון 1914 ביז 1992

פֿון צײַט צו צײַט נעם איך זיך אַ פֿרײַען האַלבן טאָג און פֿאַרבלאָנדזשע בכּיוון אין מײַנס אַ באַליבטער ביכערקראָם. קיל איז דאָרטן אַ מחיה, און שטיל אויך (פֿאַרן מוֹכר־ספֿרים, שוין אַ ביסעלע צו שטיל). דער באַלעבאָס האָט עפּעס אַ ידיִעה (צי אַ חוש) לגבי מײַנע אינטערעסן און איך געפֿין אָפֿט בײַ אים שוין אַוועקגעלייגט פֿון מײַנעטוועגן זאַכן וואָס האָבן טאַקע אַ שײַכות צו "מײַנס" אַ טעמע. אָבער, דעם אמת געזאָגט, ציט מיך צו דער ביכערקראָם ניט אַזוי די ביכער וואָס איך געפֿין דאָרטן ווי דער קרעמער אַליין.