בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלעם-הרשע האָט געפּרוּווט צו שעלטן די ייִדן, אָבער דער אייבערשטער האָט אים אָפּגעשטעלט, און אַרײַנגעלייגט אין זײַן מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. הגם בלעמען האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו שעדיקן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן, האָט ער זיך געגעבן אַן אַנדער עצה: אויסצונוצן דעם יצר-הרע פֿון די ייִדן, כּדי זיי זאָלן זיך אַליין גורם זײַן אַ היזק. צוליב דעם, האָט בלעם געגעבן אַן עצה — צו שיקן די טעכטער פֿון זײַן פֿאָלק, מואבֿ,
אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן זינדיקן מיט זיי. אַ טייל ייִדן זענען טאַקע פֿאַרפֿירט געוואָרן דורך די פֿרויען, פֿאַרלירנדיק דעם שׂכל, און האָבן אָנגעהויבן דינען די מואבֿישע עבֿודה-זרה; זיי זענען אַראָפּ פֿון זייער גײַסטיקער מדרגה, און באַשטראָפֿט געוואָרן מיט אַ מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות.
פּינחס, אַהרן הכּהנס אַן אייניקל, האָט דערזען, אַז זמרי בן סלוא, אַ נשׂיא פֿונעם שבֿט שמעון, האָט געזינדיקט אָפֿענערהייט מיט אַ פּרינצעסין פֿון מדין, כּזבי בת צור; ער האָט אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד, און דערהרגעט זיי ביידע. די ייִדן האָבן אויפֿגעהערט זינדיקן, און די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט. ווי עס שטייט אין דער הײַנטיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געגעבן פּינחסן און זײַנע קומענדיקע אייניקלעך, צוליב זײַן קנאות-אַקט, דעם אייביקן סטאַטוס פֿון כּהנים (ער איז געבוירן געוואָרן, איידער זײַן טאַטע האָט זוכה געווען צו ווערן איינער פֿון די ערשטע כּהנים אין דער וועלט, דערפֿאַר איז פּינחס ביז דעמאָלט געווען אַ "פּשוטער" לוי).
אין אַ צאָל חסידישע ספֿרים ווערט די דאָזיקע מעשׂה דערקלערט אויף אַ זייער אינטערעסאַנטן אופֿן. ווי עס שטייט אין אַ מדרש, האָבן די מלאכים געטענהט, אַז פּינחס האָט נישט פֿאַרדינט צו ווערן אַ כּהן, ווײַל, לויט זייער מיינונג, האָט ער נישט געהאַט קיין רעכט צו הרגענען זמרי. ווי עס שטייט אויך, האָט משה רבינו געוווּסט וועגן דעם, וואָס זמרי האָט געטאָן, אָבער ער האָט זיך נישט געוואָלט אַרײַנמישן.
דער איזשביצער רבי, אינעם ספֿר "מי השלוח", האָט מסביר געווען, אַז ווען זמרי, בײַם אָנהייב אַ באַשיידענער און גײַסטיק-דערהויבענער מענטש, האָט פּלוצעם דערפֿילט אַ שטאַרקע תּאווה צו כּזבי, האָט ער זיך אַרײַנגעטראַכט און פֿאַרשטאַנען, אַז כּזבי איז געווען זײַן באַשערטע פֿון הימל! אָבער, הגם ער איז טאַקע געווען גערעכט, האָט ער זיך אויסערגעוויינטלעך גראָב אויפֿגעפֿירט: אַנשטאָט זי מגייר צו זײַן און חתונה האָבן מיט איר, האָט ער זיך נישט געקענט אײַנצוהאַלטן, און האָט זיך פֿאַרבונדן מיט כּזבי גלײַך אויפֿן אָרט, דערצו אויף אַ גאָר מיאוסן, אָפֿענעם אופֿן, צוגעבנדיק "פֿײַער" צו דעם זנות און עבֿודה־זרה, וואָס די מואבֿישע פֿרויען האָבן געבראַכט אינעם ייִדישן לאַגער.
משה רבינו, ווי אַ נבֿיא, האָט געוווּסט וועגן דעם אינערלעכן שײַכות צווישן זמריס און כּזבֿיס נשמות, דערפֿאַר האָט ער נישט געוואָלט אים שטראָפֿן; ווען פּינחס, אויך אַ בעל-רוח-הקודש, וואָלט זיך רויִק אַרײַנגעטראַכט אין זמריס אויפֿפֿירונג, וואָלט ער אויך פֿאַרשטאַנען זײַן מאָטיוואַציע, און וואָלט מסתּמא אים נישט גערירט; ער איז אָבער אַרײַן אין כּעס, און האָט זיי ביידע דערהרגעט. ווי דער איזשביצער רבי האָט באַטאָנט, האָט פּינחס זיך אויך אויפֿגעפֿירט נישט כּשורה צוליב זײַנע געפֿילן, ווײַל כּעס ווערט, געוויינטלעך, פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסער עבֿירה. אָבער, אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט זמרי, וועלכער האָט אָפּגעטאָן זײַן ווילדע מעשׂה צוליב זײַנע פּערזענלעכע צוועקן און געפֿילן, הגם געמישט מיט אַ טראָפּן כּוונה-לשם-שמים, האָט פּינחס זיך אויפֿגערעגט צוליב זײַן גרויסער ליבע צום אייבערשטן און צו ייִדן, כּדי זיי צו ראַטעווען פֿון דער שרעקלעכער מגפֿה. דערפֿאַר איז פּינחס געוואָרן אַ כּהן, און זמרי האָט געהאַט אַ ביטערן סוף.
ווי מיר האָבן שוין געזען אין די פֿריִערדיקע פּרשיות פֿונעם חומש "במדבר", זענען אַ סך באַרימטע תּנ״כישע "רשעים", אַזעלכע ווי קורח און די מרגלים, באמת געווען זייער דערהויבענע מענטשן, וועלכע האָבן זיך טועה געווען אין גאָר איידעלע ענינים, אָדער אַרײַנגעפֿאַלן אין אומגעוויינטלעכע נסיונות, אַזוי ווי זמרי.
וואָס קענען מיר אָפּלערנען פֿונעם דאָזיקן חסידישן אָפּטײַטש פֿון מעשׂה-זמרי? ווי ס׳איז דערמאָנט געוואָרן פֿריִער, האָבן די מלאכים געטענהט, אַז פּינחס האָט זיך נישט ריכטיק אויפֿגעפֿירט; ווען אַ פּשוטער מענטש וואָלט אַרײַן אין כּעס, און וואָלט דורכגעפֿירט אַזאַ קנאות-אַקט, וואָלט זײַן כּעס פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ זינד. אַוודאי, דאַרף מען פֿײַנט האָבן אַזעלכע עקלדיקע עבֿירות, ווי מעשׂה־זמרי, אָבער מיר זענען אויך גאָר ווײַט פֿון פּינחסעס מדרגה, דערפֿאַר מוזן מיר זיך באַציִען צו יעדן ייִד פּערזענלעך מיט ליבשאַפֿט און ברודערלעכקייט. הגם מיר טראָגן דאָס פֿולע אַחריות פֿאַר אונדזערע אייגענע מעשׂים, מוזן מיר דן זײַן דעם צווייטן לכף-זכות, — געדענקענדיק, אַז אַפֿילו זמרי, נישט געקוקט אויף זײַן אויסערגעוויינטלעך ווילדער אויפֿפֿירונג און ביטערן סוף, האָט אין זײַן האַרצן אויך געמיינט עס לשם-שמים.