ליטעראַטור
פֿון בערל שוביץ (רוסלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס
ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס

ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס (1883־1964) איז איינער פֿון די סאַמע באַוווּסטע שפּאַנישע שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער איז געווען אַ פּראָזאַיִקער, אַ פּאָעט, אַ ליטעראַטור־קריטיקער און אַן איבערזעצער (איבערגעזעצט אויף שפּאַניש און אַרויסגעגעבן אין 8 בענד דאָסטאָיעווסקיס געקליבענע ווערק). ער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער אַוואַנגאַרד־באַוועגונג "על אולטראַיִמאָ" (1918) — באַגלײַך מיטן טשיליער פּאָעט וויסענטע אַיִדאָבראָ און דעם שפּעטער וועלט־באַרימטן אַרגענטינער כאָרכע לויִס באָרכעס (Jorge Luis Borges), וועלכער האָט אים תּמיד געהאַלטן פֿאַר זײַן לערער און אים געווידמעט עטלעכע זייער וואַרעמע, האַרציקע לידער.

צווישן זײַנע פּען־קאָלעגעס אין שפּאַניע פֿון יענער צײַט, האָט ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס (רק״אַ) זיך אויסגעטיילט מיט זײַן כּסדרדיקן אינטערעס צו דער ייִדישער טעמע — דערמיט האָט ער אויסגעדריקט און באַשטעטיקט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם און נאַציאָנאַלן זעלבסט־באַוווּסטזײַן. נאָך אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ער אָנגעהויבן שאַפֿן לידער אונטערן קעפּל "תּהילים" (Salmos), וועלכע זײַנען אין יאָר 1914 דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרעם אונטערן טיטל "די מנורה מיט זיבן רערן..." (El candelabro de siete bragos).

צו דער זעלבער, ייִדישער, ריכטונג געהערן זײַנע ביכער "שפּאַניע און שפּאַנישע ייִדן. דער צוריקקער פֿונעם גירוש" (España y los judíos españoles. El retorno del éxodo, 1919); "די מעלות פֿון תּלמוד" (Las bellezas del Talmud, 1920) און אַנדערע. אין יאָר 1924 גיט ער אַרויס אַ ראָמאַן "חנוכּה־ליכטלעך" (Las luminarias de Hanukah), געווידמעט דער אַנטשטייונג פֿון דער נײַער ייִדישער קהילה אין מאַדריד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. ער איז געווען דער מחבר פֿון אַ ריי ליטעראַריש־קריטישע ווערק מיט אַ ייִדישן אינהאַלט, צווישן וועלכע עס טיילן זיך אויס די ביכער: "די עראָטישע ווערטן אין רעליגיע אין ‘שיר־השירים’" (Los valores eróticos en las religiones. El amor en el Cantar de los Cantares, 1930), און “ייִדן אין דער שפּאַנישער ליטעראַטור" (Los judios en la literatura española, 1937).

אין זײַנע לעצטע לעבנס־יאָרן, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען זײַנע געציילטע ייִדישע פֿרײַנד אין שפּאַניע זײַנען אויסגעשטאָרבן, און ער איז שוין ניט געווען מסוגל זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט, האָט ער פּראַקטיש אַ סוף געמאַכט צו דער אַקטיווער ליטעראַרישער אַרבעט. פֿונדעסטוועגן האָט ער פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן וועגן ייִדישקייט און ייִדנטום, געשאַפֿן אַ שלל אַרטיקלען און עסייען אויף די טעמעס, וועלכע פֿלעגן זיך באַווײַזן אין די אַרגענטינער ייִדישע זשורנאַלן "דבֿר", "כודאַיִקאַ" א״אַ, און שפּעטער (1950) זײַנען זיי אַרויס אין אַ בוך־אויפֿלאַגע אונטערן טיטל "ייִדן אין ספֿרד" (Los judíos en Sefard).

אַ באַזונדערן אינטערעס צווישן זײַנע ליטעראַריש־קריטישע ווערק אויף דער ייִדישער טעמע שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס בוך "ייִדן אין דער שפּאַנישער ליטעראַטור", וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין יאָר 1937 אין בוענאָס־אײַרעס מיט אַ נאָכוואָרט פֿונעם אַרגענטינער ליטעראַט לויִס עמיליאָ סאָטאָ (Luis Emilio Soto) און איז פּובליקירט געוואָרן אין דער צווייטער אויפֿלאַגע אין 2001 אין דער שפּאַנישער שטאָט וואַלענסיאַ מיט אַ הקדמה פֿונעם הײַנטצײַטיקן שפּאַנישן ליטעראַטור־פֿאָרשער כאַקאָבאָ איסראַעל גאַרזאָן (Jacobo Israel Garzón).

אין דעם דאָזיקן בוך גייט די רייד ניט וועגן שפּאַנישע שרײַבער, ייִדן לויט זייער עטנישער אָנגעהעריקייט (אַזעלכע זײַנען דאָ ניט געווען נאָכן "גירוש ספֿרד", אפֿשר ביז דער סאַמע לעצטער צײַט, ווײַל קיין ייִדן זײַנען ניט געווען אין שפּאַניע); עס רעדט זיך דאָ ניט וועגן שפּאַנישע שרײַבער מיט מער אָדער ווייניקער ווײַטע ייִדישע שורשים פֿון זייערע משפּחות (וואָס איז טאַקע אַ רעאַלער און העכסט אינטערעסאַנטער ענין). דער מחבר באַהאַנדלט דאָ אַן אַנדער פֿראַגע: זײַן בוך איז וועגן דער ייִדישער טעמע אין דער שפּאַנישער ליטעראַטור, אָדער, פּינקטלעכער, וועגן פּערסאָנאַזשן־ייִדן אין די שאַפֿונגען פֿון שפּאַנישע שרײַבער.

נאָכן "גירוש ספֿרד" האָט די שפּאַנישע ליטעראַטור קיין באַזונדערן אינטערעס צו ייִדן ניט אַרויסגעוויזן, ווײַל אין גיכן נאָך דעם ווי שפּאַניע איז געבליבן "ייִדנפֿרײַ", איז דער ייִד געוואָרן אַ ווילד־פֿרעמדער עלעמענט, ניט בלויז אין דער רעאַלקייט פֿונעם שפּאַנישן לעבן, נאָר אויך אין דער אינערלעכער וועלט פֿונעם רובֿ שפּאַניער, דערונטער אויך פֿון שרײַבער, קינסטלער, אינטעלעקטואַלן. ווי ס’שרײַבט רק"אַ: "שוין אינעם 18טן אָרהונדערט האָט דער שפּאַניער פֿאַרלוירן אַפֿילו די אַנונג וועגן דעם אויסערלעכן אויסזען פֿון אַ ייִד". דערפֿאַר, ווען אַ געוויסער שרײַבער פֿלעגט מאַכן אַ פּרוּוו צו שילדערן אַ געשטאַלט פֿון אַ ייִדן, איז דאָס געווען, מערסטן טייל, זייער ניט קיין געלונגענער שריט; עס פֿלעגן זיך באַקומען אין אַזעלכע פֿאַלן סכעמאַטישע פֿיגורן אָן גײַסט און לעבן, אָפֿט מאָל אָפּגעשטעמפּלט דערצו נאָך מיט אַנטיסעמיטישע שטימונגען פֿונעם מחבר.

ווען דער אויטאָר האָט שוין יאָ געוואָלט אַרויסהייבן די ווערטן און מעלות פֿון זײַן ייִדישן פּערסאָנאַזש, האָט עס זיך באַקומען אויפֿן חשבון פֿון זײַן ייִדישקייט; אַ גוטער ייִד (אָדער אַ ייִדישקע) איז גוט, און פֿײַן, און נאָבל, ווען ער האָלט זיך וואָס ווײַטער פֿון זײַנע שטאַמברידער און, ווי אַזאַ מין אויסנאַם פֿונעם כּלל, איז ער גרייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַן אמונה און ווערן אַ משומד. אַזוי איז די לאַגע אין דער דראַמע פֿון וויצענטע גאַרסיאַ דע לאַ אוערטאַ (Vicente García de la Huerta) "רחל" (La Rackel, 1778) און אין דער ראָמאַנטישער לעגענדע "די רויז פֿון לײַדנשאַפֿט" (1864) פֿון דעם פּאָעט־קלאַסיקער אַדאָלפֿאָ גוסטאַוואָ בעקער (Adolfo Gustavo Becquer).

אין אַנדערע ווערק, וואָס שפּיגלען אָפּ די ליבעראַלע, וועלטלעכע טענדענץ אין דער שפּאַנישער קולטור, באַווײַזט זיך דער ייִד — דער הויפּטהעלד ווידער אַ מאָל ווי אַ נאָבעלער יחיד אַנטקעגנגעשטעלט דעם ייִדישן זייער ניט קיין סימפּאַטישן קהל, און אין דעם פֿאַל איז ער אויך ניט שטאַרק צוגעבונדן צו זײַן ייִדישקייט און איז גרייט זי צו פֿאַרבײַטן. אָבער דאָס מאָל ניט אויפֿן קריסטלעכן גלויבן, נאָר לטובֿת דער אַלמענטשלעכער, ליבעראַלער שטעלונג, ווי דאָס קומט פֿאָר אין די ראָמאַנען פֿון צוויי גדולים פֿון דער שפּאַנישער ליטעראַטור פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט "גלאָריאַ" פֿון בעניטאָ פּערעז גאַלדאָס (Benito Pérez Galdós) און "לונאַ בענאַמאָר" פֿון בלאַסקאָ איבאַניעז (Blasco Ibáñez).

אַ געמיש פֿון אַלטערטימלעכע, קריסטלעכע און געצנדינערישע פֿאָראורטיילן מיט די נײַסטע ראַסיסטישע טעאָריעס (וואָס איז אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דעם פֿאַשיזם בכלל) שטעלט מיט זיך פֿאָר דער צוגאַנג צו דער ייִדנפֿראַגע פֿון דעם שרײַבער אַדאָלפֿאָ רייעס (Adolfo Reyes) אין זײַן ראָמאַן "דער קאַמף־וואָגן", און אין דעם ראָמאַן פֿון קאָנטשאַ עספּינאַ (Concha Espina) "דער רויטער בעכער", איז דער הויפּטהעלד, דער יונגער ספֿרדישער ייִד איסמאַעל (!) ממש אַ מוסטער פֿון אַלערליי מענטשלעכע מעלות: ער איז שיין, געבילדעט, איידל, גרויסמוטיק, אָבער דאָס איז אין גאַנצן אַ קינסטלעכע געשטאַלט, אַ מאַנצביל — אַן אידעאַל פֿון אַן עלנטער ראָמאַנטישער פֿרוי און ניט קיין לעבעדיקער וועזן, און דערצו נאָך, ניט געקוקט אויף דער אידעאַלקייט פֿונעם העלד, פֿילט זיך דאָ אַ טיף פֿאַרבאָרגענער, דורותדיקער אַנגסט און פֿאַרדאַכט פֿון דער קאַטוילישער שפּאַנישער מחברין לגבי אַ ייִד.

וועגן דעם אַלעם שרײַבט רק"אַ אין זײַן בוך. ער איז רויִק און אויסגעהאַלטן אין זײַן שרײַבן, נאָר פֿון מאָל צו מאָל דערלויבט ער זיך אַ ביטערן איראָנישן שמייכל און זעלטן ווען — אַ סאַרקאַסטישן שטאָך. ער באַהאַנדלט די טעמע, וואָס איז אָנגעוויזן אין דעם טיטל פֿונעם בוך, מיט אַ געפֿיל פֿון קרובֿהשאַפֿט און ווייטיק פֿון אַ ייִד און פֿון אַ שפּאַנישן שרײַבער, וואָס די שפּאַנישע ליטעראַטור, וועלכע איז פֿאַר אים היימיש און טײַער, איז געווען אַזוי אומגערעכטיק צו זײַן פֿאָלק.

וועגן זײַן ייִדישקייט האָט ער זיך דערוווּסט גאַנץ צופֿעליק — בעת אַן אינטערוויו, וואָס ער האָט גענומען אין יאָר 1905 בײַ איינעם אַ שפּאַנישן פּאָליטיקער, וועלכער האָט געפֿירט אַ קאַמף פֿאַר רעהאַביליטירן די ספֿרדישע ייִדן און דערלויבן זיי זיך צוריקקערן קיין שפּאַניע. דער מענטש האָט אים מגלה געווען, אַז זײַן פֿאַמיליע־נאָמען האָט אַ ייִדישן אָפּשטאַם און איז פֿאַרשפּרייט צווישן די ספֿרדישע ייִדן אין גיבראַלטאַר — אין דער ענגלישער קאָלאָניע אין דעם דרומדיקן שפּיץ פֿונעם פּירענעיִשן האַלב־אינדזל. דאַן האָט זיך רק"אַ געווענדט צו משפּחה־אַרכיוון און זכרונות און האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז ער איז טאַקע אַ ייִד. פֿון דעמאָלט אָן איז ער תּמיד געווען טרײַ זײַן ייִדישן גורל.

זײַן ייִדישקייט איז געווען טיף און אָרגאַניש און ניט ווי עפּעס אַן עקזאָטישער צוגאָב צום שרײַבערס געשטאַלט, וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן אין די שווערע צײַטן פֿון פֿראַנקאָ־רעזשים. ווי באַוווּסט, איז שפּאַניע אין יענער צײַט געווען אַן אַליִיִרטע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. אָבער די האַנדלונג פֿון פֿראַנקאָ־מאַכט לגבי די ייִדן איז געווען גאָר ניט אידענטיש צו דעם וואָס עס האָבן געטאָן אין דעם פֿאַל די דײַטשן. די שפּאַנישע אָפֿיציעלע אַנשטאַלטן אין אייראָפּע פֿלעגן אַרויסגעבן די ייִדן פּאַפּירן, וואָס האָבן זיי געגעבן די מעגלעכקייט זיך צו באַזעצן אין שפּאַניע און געפֿינען דאָ אַ מקום־מיקלט (ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרהיט מען אין אַ צאָל ייִדישע היימען אין שפּאַניע אַזעלכע דאָקומענטן ווי די טײַערסטע רעליקוויעס). אַ סך ייִדישע קינדער האָט מען אין געהיים אַריבערגעפֿירט פֿון דער אָקופּירטער פֿראַנקרײַך קיין שפּאַניע און דערמיט געראַטעוועט זייערע לעבנס. אָבער אינעווייניק, אין לאַנד גופֿא, אין דער אָפֿיציעלער פּראָפּאַגאַנדע און קולטור האָט געבושעוועט אין יענער צײַט אַ ווילדע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע מיט אויסנוצן דעם גאַנצן רײַכן רעפּערטואַר פֿונעם וועלט־אַנטיסעמיטיזם. ביז צו אָפֿענע מאַסן־פֿאַרפֿאָלגונגען אָדער הריגות פֿון ייִדן.

אין יאָר 1939 האָט רק"אַ זיך געווענדט צו אָפֿיציעלע אינסטאַנצן מיט אַ ביטע צו באַקומען אַ דערלויבעניש זיך צו פֿאַרנעמען מיט זשורנאַליסטיק (אַזאַ כּלל האָט אײַנגעפֿירט די נײַע מאַכט). קיין גרויסער פּאָליטישער אויפֿטוער איז ער קיין מאָל נישט געווען און אויך ניט געהאַט אַ סך צו טאָן מיט דער באַזיגטער רעפּובליקאַנישער מאַכט. דעריבער האָט ער רויִק געוואַרט אויף אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער. די מעשׂה האָט געדויערט אַ יאָר צײַט. מען האָט גענישטערט אין אַלטע צײַטשריפֿטן, מען האָט אויסגעפֿרעגט שכנים און לסוף האָט די פֿראַנקיסטישע פּאָליציי דערוויזן, אַז ניט אומזיסט עסט זי איר טרוקן שטיקל ברויט: מען האָט אים אָפּגעזאָגט, צוליב דעם וואָס ער איז אַ ייִד און געהערט צו דער ייִדישער אמונה.

רק״אַ האָט זיך אָבער ניט איבערגעשראָקן און געבליבן טרײַ זײַן ייִדישקייט און דער ייִדישער טעמע אין זײַן שאַפֿונג. אין יאָר 1948 האָט ער באַגריסט די אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל מיט בײַגײַסטערטע שורות:

Ya glorece de nuevo en Sión
De Jericó la rosa inmortal
Ghettos y pogromos ya lejos quedaron
El judío en su tierra celebra la Pascua trinfal.

(עס צעבליט זיך פֿון דאָס נײַ אין ציון
די רויז אומשטערבלעכע פֿון יריחו,
געטאָס און פּאָגראָמען זײַנען שוין העט ווײַט געבליבן
און דער ייִד פּראַוועט זײַן נצחון־פּסח אויף דער אייגענער ערד)

פֿון צווישן זײַנע לעצטע אויפֿטוען דאַרף מען באַטאָנען די איבערזעצונג אויף שפּאַניש פֿון דער באַרימטער פּאָעמע פֿון רשב"נ (רבי שלמה בן־גבירול) "כּתר מלכות" (1962).

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס שוין געווען ברייט באַקאַנט און אָנערקענט אין דער ייִדישער וועלט. אין די 1940ער יאָרן איז געגאַנגען אַ רייד וועגן אײַנלאַדן אים ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן איז ער געבליבן טרײַ זײַן שפּאַנישער היים און שפּראַך און זײַן ייִדישן פֿאָלק.