קולטור
טאָראָנטער ייִדישער פֿאָלקסכאָר
טאָראָנטער ייִדישער פֿאָלקסכאָר

אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָט דער ייִדישער עולם אין טאָראָנטע געהאַט די געלעגנהייט בײַצוּוווינען און געניסן פֿון אַ גאַנצער ריי ליטעראַריש־קינסטלערישע אונטערנעמונגען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט.

דער קולטור־סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט הונדערט יאָר ייִדישע טעאַטער־מוזיק. די אונטערנעמונג איז אַראַנזשירט געוואָרן פֿון דעם אַ״ג קאַסרילעווקע־קאָמיטעט, וואָס באַשטייט פֿון פֿאָרשטייער פֿון אַלע ייִדיש־פֿאַראינטערעסירטע אָרגאַניזאַציעס בשותּפֿות מיט דער ביבליאָטעק פֿון דער "בית־צדק"־קאָנגרעגאַציע. דער־אָ לעצטנס־געשאַפֿענער קאָמיטעט האָט זיך געשטעלט פֿאַר אַן אויפֿגאָב אײַנצואָרדענען איין מאָל אַ יאָר אַ ייִדיש־קולטורעלע אונטערנעמונג פֿון גרעסערן פֿאַרנעם. מיט אַ יאָר צוריק האָט דער קאָמיטעט אראַנזשירט אַ גרויסן שלום־עליכם־נאָכמיטאָג מיט דער באַטייליקונג פֿון אַרטיסט רפֿאל גאָלדוואַסער פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך. דער הײַיאָריקער קאָנצערט איז, ווי געזאָגט, געווען געווידמעט דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן טעאַטער, מיט דער באַטייליקונג פֿון זלמן מלאָטעק, מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, און דער באַקאַנטער זינגערין און אויסטײַטשערין פֿון ייִדישן ליד, דזשאָאַן באָרטס. די אימפּרעזע איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין גרויסן זאַל פֿון דער "בית־צדק"־סינאַגאָגע זונטיק, דעם 29סטן אַפּריל, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג.

זלמן מלאָטעק האָט געגעבן אַן אינטערעסאַנטן און באַלערנדיקן איבערבליק איבער די פֿאַרשיידענע אַנטוויקלונגס־פֿאַזעס פֿון מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער, אָנהייבנדיק פֿון די בראָדער זינגער און אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס טעאַטער ביז צו די "סעקאָנד־עוועניו"־פֿאָרשטעלונגען, און ווײַטער. מלאָטעקס נאַראַטיוו איז געווען דורכגעפֿלאָכטן מיט פּאַסיקע מוסטערן, געזונגען פֿון דזשאָאַן באָרטס, אָפֿט מאָל צוזאַמען מיט זלמנען, און מיט זײַן פּיאַנע־באַגלייטונג. די איבער זיבן־הונדערט צושויער האָבן אויפֿגענומען די אַרויסטריטן פֿון ביידע געסט־אַרטיסטן מיט אָוואַציעס און אַפּלאָדיסמענטן.

מיט צוויי וואָכן שפּעטער, דעם 13טן מײַ, איז אין אַל גרין־טעאַטער בײַם מײַלס נאַדייל־ייִדישן צענטער אויף ספּאַדײַנע־עוועניו אָפּגעהאַלטן געוואָרן, אין די ראַמען פֿון ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, אַ מוטער־טאָג־קאָנצערט פֿון דער אַמסטערדאַמער זינגערין שורע ליפּאָווסקי, וואָס האָט אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע ליבע־לידער, אַ גריכישן טאַנץ־נומער מיט ייִדישע לידטעקסטן פֿון מרים קרעסין, און אייניקע נומערן פֿון חווה אַלבערשטײַנס רעפּערטואַר. שורע ליפּאָווסקיס דערקלערונג, אַז ווי לאַנג זי לעבט וועט זי לעבן מיט ייִדיש, ווי אויך אירע הומאָריסטישע דיגרעסיעס צווישן איין געזאַנג און דעם צווייטן, האָבן שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם.

אַן אַנדער מוזיקאַלישע פּראָגראַם געווידמעט מרדכי געבירטיגס 65סטן יאָרצײַט איז אַראַנזשירט געוואָרן פֿון מוזיק־קאָמיטעט בײַ דער "בית־אמת"־סינאַגאָגע, צוזאַמען מיטן קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון טאָראָנטע. דער נאָכמיטאָג איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן זונטיק, דעם 10טן יוני, אין איינעם פֿון די זאַלן פֿון דער "בית־אמת"־קאָנגרעגאַציע. דוד אַבראַמאָוויטש, פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, האָט גערעדט אויף דער טעמע "פֿונעם סטאָליערס באַנק: די לידער פֿון מרדכי געבירטיג". דוד אַבראַמאָוויטשעס נאַראַציע איז געווען דורכגעפֿלאָכטן מיט געבירטיגס לידער, אויסגעפֿירט דורך דער באַקאַנטער טאָראָנטער זינגערין לענקאַ ליכטענבערג, וואָס האָט מיט געפֿיל און אַ רײַכער קאָלאָראַטור, בײַ איר אייגענער גיטאַרע־באַגלייט, געזונגען: "היי ציגעלעך", "רייזעלע", "דרײַ טעכטערלעך", "דאָס ליד פֿון גאָלדענעם לאַנד", "צום אַרבעטסלאָזן" און דאָס געטאָ־ליד "מינוטן פֿון בטחון", און צום סוף — געבירטיגס הומאָריסטישע לידער: "קאַרטאָפֿל־זופּ מיט שוואָמען", "כ׳וויל נישט אַזאַ חתן" און "קום, לייבקע, טאַנצן".

די קולמינאַציע פֿון אָט דער סעריע מוזיקאַלישע אַרויסטריטן איז געווען דער 81סטער יערלעכער קאָנצערט פֿון טאָראָנטער פֿאָלקסכאָר, וואָס איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 3טן יוני, אין לאה פּאָסלונס־טעאַטער בײַם ייִדישן צענטער אויף באַטהוירסט־סטריט. דער כאָר, וואָס באַשטייט פֿון 30 זינגער פֿון פֿאַרשידענעם עלטער, האָט, אונטער דער דירעקציע פֿון אַלכּסנדר וועפּרינסקי, און בײַ דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון לינאַ זעמעלמאַן, אויסגעפֿירט אַ קאַנטאַטע פֿון וולאַדימיר חפֿץ, באַזירט אויף אַבֿרהם סוצקעווערס באַרימט ליד "די לערערין מירע". אין דעם ליד דערציילט זיך וועגן דער לערערין מירע בערנשטיין, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען אין ווילנער געטאָ מיט די היימלאָזע קינדער, געזונגען מיט זיי און פֿאָרגעלייענט שלום־עליכמס מעשׂיות, ביז די האַק פֿון די מערדער האָט זיי אַלעמען פֿאַרשניטן. באַגלײַך מיט דעם קאַנטאַטע־געזאַנג זײַנען געוויזן געוואָרן אויפֿן עקראַן ליכטבילדער מיט סצענעס פֿון ייִדישן לעבן אין ווילנע און אין אַנדערע שטעט אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן, לויט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ראָמאַן ווישניאַק.

אין אָנדענק פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס 100סטן יאָרצײַט האָט דער כאָר אויך געזונגען "אויפֿן פּריפּעטשיק" און "די ראָד" און דערנאָך אויסגעפֿירט פֿעליקס מענדעלסאָנס "שומר ישׂראל" פֿון זײַן אָראַטאָריע "אליהו", ווי אויך אייניקע קאָמפּאָזיציעס פֿון דעם ניט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם קאַנאַדער קאָמפּאָזיטאָר מילטאָן באַרנעס.

די לעצטע אימפּאָזאַנטע קולטור־אונטערנעמונג איז געווען די יערלעכע פּרעמירונג פֿון נײַ־דערשינענע ביכער מיט אַ ייִדישן אינהאַלט, דורך דעם ייִדישן בוך־קאָמיטעט בײַ דעם קאָפֿלער־צענטער פֿאַר קונסט. די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 21סטן יוני, אין לאה פּאָסלונס טעאַטער בײַם ייִדישן צענטער אויף באַטהוירסט־סטריט. דעם פֿאָרזיץ האָט געפֿירט דער גרינדער פֿון בוך־קאָמיטעט, פּראָפֿ׳ אַדאַם פֿירסטענבערג, און עס זײַנען אויסגעהערט געוואָרן באַגריסונגען פֿון עקזעקוטיוו־דירעקטאָר און דעם פּרעזידענט פֿון קאָפֿלער־צענטער. עס זײַנען אויסגעטיילט געוואָרן צען ערן־צײַגענישן און געלט־פּרעמיעס צו מחברים פֿון נײַע ביכער אין די פֿאָלגנדיקע קאַטעגאָריעס: חורבן־פֿאָרשונג און חורבן־מעמואַרן, ביאָגראַפֿיע, בעלעטריסטיק, פּאָעזיע (צוויי פּרעמיעס) און קינדער־ליטעראַטור, ווי אויך אַ ספּעציעלע אָנערקענונג־פּרעמיע צום "סעקאָנד סטאָרי־פֿאַרלאַג", וואָס ספּעציאַליזירט זיך מיט אַרויסגעבן ביכער פֿאַר קינדער אויף דער חורבן־טעמע.

צווישן די פּרעמירטע ביכער זײַנען אויך געווען צוויי נײַע פּובליקאַציעס, וואָס האָבן אַ נאָענטן שײַכות מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. פֿרוי שירלי קומאָוו, די אויטאָרין פֿון צוויי זאַמלונגען ייִדישע שפּריכווערטער ("ווערטער ווי פֿײַלן" און "נאָך מער ווערטער ווי פֿײַלן") איז פּרעמירט געוואָרן פֿאַר איר בוך "שיכּור פֿון ביטערן אמת: דיכטונג פֿון אַננאַ מאַרגאָלין". דאָס בוך שליסט אײַן אַן אויספֿירלעכן אַרײַנפֿיר וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון אַננאַ מאַרגאָלין און אַ גרעסערן אָפּקלײַב פֿון אירע לידער אין ייִדישן אָריגינאַל זײַט־בײַ־זײַט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון פֿרוי קומאָוו. דאָס אַנדערע פּרעמירטע בוך איז "געבוירן צום קוועטשן זיך: די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין אַלע אירע שטימונגען" פֿון טאָראָנטער לעקטאָר און הומאָריסט מײַקל וועקס. דאָס בוך איז פֿיל געלויבט געוואָרן אין דער ענגלישער פּרעסע און איז געוואָרן איבערגעזעצט אין אייניקע שפּראַכן.

פֿיל חשיבֿות האָט צוגעגעבן דעם אָוונט דער אַרויסטריט פֿון גאַסטרעדנער, דעם באַקאַנטן קאַנאַדער זשורנאַליסט און קריטיקער ראָבערט פֿולפֿאָרד. אין אַ קורץ־געפֿאַסטער לעקציע האָט ער אַנאַליזירט די עיקר־טעמעס פֿון די אַמעריקאַנער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם און אָנגעוויזן, אַז זיי זײַנען אַלע באַווירקט געוואָרן פֿון דעם תּלמודישן אופֿן פֿון דענקען און נאָכפֿאָרשן, פֿון פֿרײַער שקלא-וטריא-דיסקוסיעס איבער די תּוכיקע פּראָבלעמען פֿון לעבן.

נאָך דעם אָפֿיציעלן טייל פֿון פּראָגראַם האָט דער עולם זיך מהנה־געווען מיטן פֿײַנעם כּיבוד, געשמועסט מיט די שרײַבער און טייל האָבן זיך אײַנגעשאַפֿט פֿון די אויסגעשטעלטע פּרעמירטע ביכער.