די חלקים פֿון יוגאָסלאַוויע פֿון 1914 ביז 1992 |
פֿון צײַט צו צײַט נעם איך זיך אַ פֿרײַען האַלבן טאָג און פֿאַרבלאָנדזשע בכּיוון אין מײַנס אַ באַליבטער ביכערקראָם. קיל איז דאָרטן אַ מחיה, און שטיל אויך (פֿאַרן מוֹכר־ספֿרים, שוין אַ ביסעלע צו שטיל). דער באַלעבאָס האָט עפּעס אַ ידיִעה (צי אַ חוש) לגבי מײַנע אינטערעסן און איך געפֿין אָפֿט בײַ אים שוין אַוועקגעלייגט פֿון מײַנעטוועגן זאַכן וואָס האָבן טאַקע אַ שײַכות צו "מײַנס" אַ טעמע. אָבער, דעם אמת געזאָגט, ציט מיך צו דער ביכערקראָם ניט אַזוי די ביכער וואָס איך געפֿין דאָרטן ווי דער קרעמער אַליין. איזן איז ער אַ קאָרייער און די אַנדערע אָנגעשטעלטע זײַנען זײַנע אייגענע צוויי טעכטער, וועמען ער אַליין האָט אַרײַנגעפֿירט אין דער ביכערוועלט פֿון אַנדערשדיקע אַלף־ביתן, לשונות און טעמעס פֿון מרחקים. איך טרעף זיי אָפֿט זאַלבע־דריט און קיין שום אַנדערער איז ניטאָ מיט זיי. דער טאַטע נעמט מיך אויף ווי אַן אַלטער פֿרײַנד, אָבער אַזוי שנעל ווי ס'איז אים קלאָר אַז איך בין געקומען סתּם זיך אַרומצוקוקן, קערט ער זיך אום צו די טעכטער און פֿירט ווײַטער זײַן פֿריִערדיקן שמועס מיט זיי. דאָס איז שוין געשען ניט איין מאָל פֿריִער און ס'געפֿעלט מיר דווקא אַזוי. ער איז ניט מחויבֿ מיך צו פֿאַרווײַלן. איך שטער אים ניט און ער שטערט מיך ניט און דערפֿאַר טאַקע קום איך אָפֿטער אַהער ווי אין די אַנדערע ביכער־געשעפֿטן, מיט וועלכע דער געגנט איז ניט נאָר פֿול נאָר איבער־פֿול.
ווער רעדט מײַן לשון?
איין מאָל בעת איך בין דאָרט געווען, באַווײַזט זיך מיט אַ מאָל אַן אַנדער קונה. יענער נעמט פֿרעגן עפּעס וואָס איז דעם קרעמער ניט אין גאַנצן קלאָר און ס'וועט בײַ אים מסתּמא צונעמען שיינע עטלעכע מינוט דאָס אויפֿצוקלערן. גיי איך דערווײַל אַריבער צו אַ דערבײַיִקער פּאָליצע. ס'געדויערט עטלעכע מינוט ביז איך כאַפּ זיך, אַז דער קרעמער ווענדט זיך צו מיר און מאַכט אין מײַן ריכטונג מיט דער האַנט צום אַנדערן קונה. יענער לאָזט זיך לאַנג ניט בעטן און גיט מיר עטלעכע מאָל שנעל אַ פֿרעג זײַן איין און איינציקע פֿראַגע. דער אַקצענט איז מיר פֿרעמד, נאָר סוף־כּל־סוף איז מיר קלאָר, אַז ער פֿרעגט "הו ספּיקס מײַ לענגווידזש?" (ווער רעדט מײַן לשון?).
הכּלל, אַ וואָרט אַהער און אַ וואָרט אַהין און ס'ווײַזט זיך אַרויס, אַז זײַן לשון רופֿט ער "באָסנייִש" (BOSNIAN) און אַזוי ווי די דרום־ און מיזרח־סלאַווישע לשונות זענען זייער ענלעך צווישן זיך, זוכט ער אויף אָט דער גאַס, וואָס איז פֿול מיט ביכערקראָמען מכּל־המינים, עמעצן מיט וועמען ער וואָלט געקענט נעמען אַ היימיש וואָרט אין מויל אַרײַן. די סלאַווישע ביכערקראָם (וואָס רעקלאַמירט זיך אַז זי פֿאַרקויפֿט ביכער אַזש "אויף 15 פֿאַרשיידענע סלאַווישע לשונות") איז גראָד לעצטנס אַריבער אויף אַ דערבײַיִקער גאַס, דערקלער איך אים, און לייג פֿאָר אַהין אים צוצופֿירן. ער נעמט גערן אָן מײַן פֿאָרלייג און מיר גייען שוין זאַלבעצווייט אויפֿן טראָטואַר. פֿרעג איך דעם באָסניער: זינט ווען הייסט דאָס לשון אײַערס באָסנייִש? איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, איך בין געווען אויף אַ פֿולברײַט־וויזיט אין יוגאָסלאַוויע, מײַנס אַן "אַרײַנפֿיר אין דער סאָציאָלינגוויסטיק" האָט מען אַרויסגעגעבן אין פֿאַרשיידענע לשונות, סערבאָ־קראָאַטיש בתוכם. אָבער עד־היום האָב איך נאָך קיין מאָל ניט געהערט פֿון קיין לשון "באָסנייִש". ווער, אַ שטייגער, שטעלט זיך אײַן דערפֿאַר, און ווער איז צווישן (אָדער איז אין אַ געוויסער צײַט געווען קעגן) אירע פּאַטריאָטן? און וואָס פֿאַר אַ פֿונקציעס קען מען בײַ דער לאָקאַלער רעגירונג דערליידיקן דערויף? און, דער עיקר, וואָס איז די אויטאָריטעט וואָס דערהײַנטיקט דאָס לשון ס'זאָל קענען טויגן און באַנוצט ווערן פֿאַר אַלע מאָדערנע צווײַגן פֿון יחידישן און געזעלשאַפֿטיקן לעבן?
קודם־כּל, האָט מײַן מיטשמועסער מיר געעצהט, מיר זאָלן ערגעץ באַשטעלן אַ טעפּל קאַווע פֿאַר אונדז ביידן, ווײַל ס'איז דאָך אייגנטלעך שוין לאָנטשצײַט. צווייטנס, האָט ער מיר פֿאַרזיכערט, אַז אויב איך האָב גענוג צײַט און געדולד, וועט ער מיר ענטפֿערן אויף אַלץ וואָס איך פֿרעג.
וויפֿל מינים סערבאָ־קראָאַטיש באַדאַרף מען האָבן פֿאַר די אַלע נײַע דעמאָקראַטישע יורשים־מלוכות פֿון דער אַמאָליקער יוגאָסלאַוויע?
די אַמאָליקע פֿאַראייניקטע יוגאָסלאַוויע, וואָס מאַרשאַל טיטאָ האָט געהאַט אַרויסגעפֿירט פֿון דער סאָוועטישער געוועלטיקונג (אין 1948), איז זיך, נאָך טיטאָס טויט (1960), צעפֿאַלן אויף 6 חלקים צוליב זייער קעגנערשאַפֿט לגבי מילאָשעוויטשעס סערבישן נאַציאָנאַליזם. נאָך בימי־טיטאָ האָט די רעגירונג געצוווּנגען קראָאַטיש צו ווערן ניט מער ווי אַ שאָטן פֿון סערביש, מיטן חנעוודיקן נאָמען "סערבאָ־קראָאַטיש". די אַנדערע געגנט־לשונות האָבן אויפֿגעהיט באַגרענעצטע רעכט, וואָס האָבן אויף קיין גרויסע אָדער הויכע אַספּיראַציעס ניט פּרעטענדירט און האָבן געדאַנקט דעם אייבערשטן וואָס די סערבן האָבן זיי זעלטן און ווייניק באַמערקט. איצט איז שוין דאָס לאַנד צעגלידערט אויף טיילן, יעדע אַ סוּווערענע מלוכה מיט אַן אייגענעם נאַציאָנאַלן לשון: סערביע (סערביש), קראָאַטיע (קראָאַטיש), סלאָוועניע (סלאָוועניש), מאַקעדאָניע (מאַקעדאָניש), באָסניע (באָסנייִש), און מאָנטענעגראָ (מאָנטענעגריש). דעם פּאָליטישן עתיד פֿון דער אַלבאַניש־רעדנדיקער קאָסאָווע איז נאָך דערווײַל צו פֿרי פֿאָרויסצוזאָגן. וועט זי ווערן אַ פֿרײַע מלוכהלע פֿאַר זיך אַליין, וואָלט איר לשון דעמאָלט זיכער געהייסן לויטן נײַעם נאָמען פֿון דער מדינה, און טאָמער ניט, ד"ה זי וועט ווערן אַ מער־ווייניקער אויטאָנאָמער טייל פֿון סערביע, וועט דער נאָמען זיכער צוגעווינען מער אויפֿמערק דורך אָנגערופֿן ווערן "אַלבאַניש" און ניט "קאָסאָוואָיִש".
אָבער די רשימה פֿון 6 נײַע לשונות אויפֿן אָרט פֿון סערבאָ־קראָאַטיש איז נאָך ניט דערגאַנגען צום רעליגיעזן גרענעץ, וואָס איז אין די באַלקאַנען אַזוי מוראדיק וויכטיק. בײַ די קראָאַטן, באָסניער, און מאָנטענעגרער זענען אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג געוואָרן (בעת עטלעכע הונדערט יאָר טערקישער ממשלה) אויס פּראַוואָסלאַוונע און אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן. ס'וואָלט קײַן סך ניט געפֿאָדערט, אַז ס'זאָלן זיך דאָרטן אין די "נײַע באַלקאַנען" אויך שפּאַלטן איינע אָדער מער פֿון די נײַ־אָנערקענטע דרום־סלאַווישע לשונותלעך אויף פֿאַרזיכיקע פּראַוואָסלאַוונע און איסלאַמישע וואַריאַנטן (עפּעס אַזוינס ווי ס'איז שוין געשען מיט עטלעכע דורות צוריק אין אינדיע) צווישן הינדי און אורדו. הכלל, פֿון דעם אַלעמען איז געדרונגען, אַז מען קען יענעם ניט אײַנרעדן, אַז אָביעקטיוו גערעדט האָט ער ניט קיין קינד אין בויך. ווען עס קומט אויף אַ נײַ לשונדל בײַ אַ באַפֿעלקערונג, וואָס האָט ביז איצט גערעדט (אָדער געשריבן) עפּעס וואָס זיי האָבן דערפֿילט איז "יענעמס", וועט די געשיכטע שוין מוזן מישפּטן צי זיי וועלן בלײַבן איינס צי צוויי און אין גאַנצן אָביעקטיוו וועגן דעם קען קיינער ניט זײַן, צי דאָס לשונדל איז ייִדיש צי באָסנייִש.
די גלוסטעניש נאָך אַן אייגן וואָרט, אַן אייגן קלאַנג
דער פֿאַרגרעסערטער געמיש פֿון באַפֿעלקערונגען איבער דער וועלט האָט פֿאַרגרעסערט די בענקעניש צו דערהערן אַן אייגן וואָרט, פֿון אַן אייגענעם מענטשן. אַ וואָרט פֿון עמעצן וואָס די אייגענע באָבע־זיידע האָבן געקענט יענעמס באָבע־זיידעס מנהגים אין טרויער און פֿריידן, אַלץ אײַנגעזאַפּט דורכן כּסדרדיקן דאַווענען פֿונעם זעלבן "סידור", דער סידור פֿון וועלכן ביידנס אור־עלטערן האָבן נאָך מקדמונים געדאַוונט. זאָל מען מיך ניט שלעכט פֿאַרשטיין. איך בין ניט פֿון די וואָס האַלטן, אַז דאָס וואָרט "חדש" איז אָסור מן התּורה און איך פֿאָדער ניט אַז "יענעמס ייִדיש" (לאָמיר זאָגן אַז דער וואָס איז פֿאַרשפּרייט בײַ אַ סך חרדים) זאָל זײַן פּונקט ווי מײַנער. יעדע שפּראַך בײַט זיך מיט עפּעס יעדן טאָג אינעם מויל פֿון יעדן רעדער און אין משך פֿון יאָרן שפּאָרט זיך אָפּ פֿון די אַלע קליינע בײַטן עטלעכע גרעסערע בײַטן וואָס פּשוטע בשׂר־ודמס באַמערקן שוין אויך. די גאָלדענע צײַט פֿון אַ לעגענדאַרן אַ מאָל, ווען אַלע מיטגלידערס פֿון דער אייגענער "שפּראַך־געמיינדע" האָבן גערעדט און אַרויסגערעדט אַלץ אויפֿן זעלבן ריינעם און קאָרעקטן אופֿן, איז אַ פֿיקציע, "אַשר לא היה ולא ניבֿרא", אַפֿילו ווען דאָס זאָל האָבן געווען לשון־קדוש אַליין און האָט בלויז געלעבט אין די הייליקע מײַלער פֿון די אָבֿות־אַבֿותינו אַליין.
אָבער שפּראַך־פֿיקציעס ווי עניני־אמונה קענען זײַן זייער און זייער לעבעדיקע, אַקטיווע און גורמדיקע. דער גלויבן אַז נאָר איין מאָל, און דווקא אויף לשון־קודש דערצו, האָט דער בורא־עולם באַפֿוילן "יהי אור" נעמט דורך דעם גלייביקן ייִדן דורך און דורך, און זײַן באַציִונג צו אַלע אַנדערע לשונות אויף דער וועלט ווערט באַווירקט דערפֿון, צי ער גלייבט דאָס באמונה־שלימה, וואָרט נאָך וואָרט, צי ניט. פּונקט אַזוי קען זײַן בײַ איינעם אַ הונגער נאָך אַ געוויס לשון, אָדער אַ דורשט דערצו, אָדער אַפֿילו אַזאַ עקל דערצו אַז מען וואָלט געווען גרייט צו אַנטלויפֿן פֿון דער מעגלעכקייט דאָס צו הערן אַפֿילו אויף הונדערטער מײַלן. אַ מאָל, גייענדיק זיך דאַכט זיך פֿראַנק און פֿרײַ אויף דער גאַס, דערפֿיל איך אַזאַ בענקשאַפֿט נאָך הערן אַ ייִדיש וואָרט (אַ זאַץ, אַ זאָג, אַן אַרײַנזאָג, אַ גוטוואָרט צי אַפֿילו אַ טענה), אַז דאָס האַרץ ווערט מיר טרויעריק און אין האַלדז און הינטער די אויגן דוכט זיך מיר, אַז אָט־אָט און איך צעוויין זיך אויף דער גאַס, אין מיטן דער ראַשיקער ניו־יאָרק.
ווען איך וואָלט געהאַט וווּהין אַרײַנצופֿאַלן, מען זאָל מיך ניט באַטראַכטן ווי אַ חסר־דעה, וואָלט איך גערן געטאָן פּונקט ווי יענער באָסניער און אַהין אָפּגעשטאַט אַ וויזיט און אויסגעשריִען "ווער רעדט מײַן לשון? וווּ איז עס?" עס קען דאָך ניט זײַן אַז פֿאַר מײַנע אייניקלעך, אויסגעפּוצטע שבת אין שיל, זאָל מער ניט זײַן אַ גאַליציאַנער חזן בײַ וועמען זייערע טאַטעס האָבן קינדווײַז זיך אַזוי געריסן צו זײַן דער ערשטער אים אָפּצוגעבן אַ "גוט־שבת", פּשוט כּדי צו הערן ווי ער זאָגט זיי (אַ ביסל איבערגעטריבן) אַז זיי זײַנען "זײַער שײַן אויסגעפּיצט". וואָס זאָל איך זיי זאָגן ווען זייערע טאַטעס כאַפּן זיך אַ מאָל אַרויס מיט דער בייזער שורה אַז ניט נאָר "קיין גאַליציאַנער חזן איז מער ניטאָ", נאָר אַז ס'וועט שוין קיין מאָל בכלל מער ניט זײַן אַזוינס אויף דער גאָרער וועלט, ניט נאָר ניט קײַן גאַליציאַנער חזנים, נאָר ניט קיין בעסאַראַבער, ניט קיין ליטווישע, ניט קיין פּוילישע? ווי קען דאָס זײַן? אויף דער גאַנצער וועלט ניט? געוואַלד! וווּ זשע רעדט מען מײַן לשון? ווען, ווי אַזוי?
אויב דער ענטפֿער איז "בײַ די חרדים", איז דאָס פֿאַר מיר קיין ענטפֿער ניט. ערשטנס, איז קיין חרדישע שיל ניטאָ בײַ מיר אין געגנט. איך בין גליקלעך וואָס בײַ אונדז לייענט כאָטש דער בעל־קורא מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה (האַוואָרע), אָבער ס'איז פֿאָרט ניט "די זעלבע זאַך" ווי גאַליציאַניש. איר פֿרעגט "וואָס איז די נפֿקא־מינה?" איר גיט מיר צו פֿאַרשטיין, אַז מיר זענען דאָך אַלע ייִדן, כּל ישׂראל חבֿרים, און דער חילוק איז דאָך בלויז אַ קלייניקייט, אַ קוצוֹ־של־יוד, ניט מער. איז איצט דען די צײַט זיך אָפּצוגעבן מיט אַזעלכע קלייניקייטן? וועל איך אײַך ענטפֿערן, אַז איר האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען דעם משל מיט די סערבן, קראָאַטן, באָסניער און מאָנטענעגרער. וואָס איז דען דער חילוק בכלל צווישן זייערע לשונות? וועל איך פֿאַרענדיקן מיט ציטירן דאָס וואָס מײַן באָסניער האָט מיר געענטפֿערט אויף אָט דער קשיא. "באָסנייִש האָט גאָר אַן אַנדער טעם אין מויל און אַן אַנדער ניגון אין אויער". אַז מען האָט שוין סוף־כּל־סוף דערלעבט אַן אייגענע היים, צי אין ישראל צי אין "גאָלדענעם גלות", וויל מען זיך דאָרטן פֿילן טאַקע אין גאַנצן היימיש און ניט בלויז "כּמעט היימיש". וווּ "לייענט" מען, כאָטש שבת, בפֿירוש אויף מײַן לשון?