כאָטש דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָט ער געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער "שׂיחת חולין" אין 1886, וואָס איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל. עס איז פֿאַר מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרצייכענען די ערטער, וווּ ער רעדט וועגן ייִדיש.
אין דער פֿערטער אויפֿלאַגע (1899), וואָס מיר האָבן בײַ דער האַנט, שרײַבט פֿריִער דער אַרויסגעבער צוו״אַנד: "איך מאַך אויפֿמערקזאַם די זשאַרגאָנישע לעזער, אַז דער באַרימטער יל״ג איז דער איינציקער העברעיִשער פּאָעט, וועלכער האָט ניט פֿאַרגעסן זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער זשאַרגאָנישער שפּראַך און האָט פֿיר זיי אויך געשריבן אַ קליינע ווערק, זיי זאָלן האָבן מיט וואָס זיך צו אַמוזירן און אַ פֿאַרגעניגנדע שטונדע צו פֿאַרברענגען".
אין זײַן ערשט ליד שרײַבט גאָרדאָן: "[איך] בין אַ גאַנץ טײַערער ערלעכער ייִד; / מיר איז הייליק דער לשון פֿון ׳צאינה־וראינה׳ / דער לשון, וואָס אַלע ייִדן ריידן / דער לשון פֿון מײַן עלטער־באָבען כיענע / זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן / דער לשון פֿון מײַן באָבען, פֿון מײַן זיידן, / פֿון מײַן טאַטן, פֿון מײַן מאַמען, / דאָס מאַכן אָבער אַלץ אָן די גראַמען, / אַז מע קומט אַ מאָל צו קורץ מיט אַ גראַם / כאַפּט אַבי וווּ אַ וואָרט מן־הסתּם, / אַ טײַטשעס, אַ רײַשעס — אַלץ איז אַ מציאה, / אַז מע דאַרף דעם גנבֿ, נעמט מען אים פֿון תּליה".
צו ד״ר ז־ץ (געצל זעליקאָוויטש) שרײַבט ער אַ ליד צום געזעגענען זיך בײַם פּראָפֿעסאָרס פֿאַרלאָזן אייראָפּע פֿאַר אַמעריקע, אין וועלכן ער דערמאָנט: "איצט קענסטו אין קורצער צײַט, / פֿאַרגעסן אונדזער לשון, / און פֿאַר דײַנע ייִדישקייט, / גיב איך ניט אַ גראָשן. // דרום וויל איך הײַנט דיר שענקען, / דעם ביכל מיט די גראַמען, / דו זאָלסט ווייניקסטנס געדענקען / דעם לשון פֿון דײַן מאַמען".
אין זײַן לעצט ליד "פֿרוי און הערן פֿלר און וו" שרײַבט ער: "פֿרעמדע שפּראַכן קענט איר ביידע, / דאָס איז הײַנט בײַ אונדז קיין חידוש, / קענט איר אָבער, זײַט זיך מודה, נאָך אַ ביסל לייענען ייִדיש? // זײַט איר דערצו ניט מסוגל, / לאָזט אַ זאָגערקע אײַך ברינגען, / זי זאָל שבת פֿרי בײַם קוגל, / מײַנע זמירות אײַך פֿאָרזינגען".
יהודה־לייב גאָרדאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1830 אין ווילנע. ער איז אונטער דער השפּעה פֿון זײַן שוואָגער, דער ייִדישער פֿאָלק־פּאָעט מיכל גאָרדאָן, געוואָרן אַ משׂכּיל. ער איז געוואָרן אַ לערער אין דער רוסיש־ייִדישער רעגירונג־שול אין פּאָניעוועזש, דערנאָך אין שאַוול און אין טעלז. גאָר יונג האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע העברעיִשע לידער, וואָס האָבן געמאַכט אַ גרויסן רושם אין דער העברעיִשער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. ער האָט אויך געשריבן פּראָזע און מיטגעאַרבעט אין רוסיש־ייִדישע און דײַטש־ייִדישע צײַטשריפֿטן. אין 1872 איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין פּעטערבורג, וווּ ער איז געוואָרן דער סעקרעטאַר אין דער "חבֿרה מפֿיצי השׂכּלה" און האָט אָנגעפֿירט אַ קאַמף קעגן די פֿאַרגליווערטע פֿאָרמען פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, און האָט דערבײַ אויסגעשמידט דעם לאָזונג "זײַ אַ ייִד אין דער היים און אַ מענטש אויף דער גאַס", וואָס איז געוואָרן דער אַני־מאמין פֿון דער השׂכּלה אין רוסלאַנד. צוליב אַ בילבול איז ער געוואָרן אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין פּודאַזש, אָבער אַ דאַנק דער אינטערווענץ פֿון פֿרײַנד האָט ער זיך צוריקגעקערט אין פּעטערבורג, וווּ ער איז געוואָרן געהילפֿס־רעדאַקטאָר פֿון "המליץ". נאָך יאָרן פֿון שרײַבן וויכטיקע אַרטיקלען וועגן דער העברעיִשער ליטעראַטור, וועגן דער ייִדישער קהילה אין פּעטערבורג א״אַ טעמאַטיק, איז ער געשטאָרבן אין פּעטערבורג אין 1892.
גאָרדאָנס אַנדערע לידער זײַנען לײַכט און סאַרקאַסטיש, וועגן די אַזוי־גערופֿענע נסים פֿון רביים, אויך טרויעריקע לידער וועגן דער רעקרוטשינע, וועגן די קהלס־לײַט. איין ליד איז פּשוט און רירנדיק, וועגן אַ מוטערס אָפּשייד פֿון איר זון, וואָס מע האָט אָפּגעגעבן פֿאַר אַ רעקרוט אין 1845:
זײַ געזונט, מײַן טײַערעס קינד,
איך וועל דיך מער ניט זען;
גיי וווּהין דיך טראָגט דער ווינט,
וואָס באַשערט איז זאָל געשען.
אַז איך האָב אויף דיך פֿאַרבראַכט
געזונט און בלוט און גוט,
האָב איך אַוודאי ניט געטראַכט,
אַז דו וועסט זײַן אַ רעקרוט.
איך האָב דיך געטראָגן, דיך געבאָרן,
געזייגט מיט מײַנער ברוסט,
דיך דערצויגן אַזוי פֿיל יאָרן,
פֿון קיין נחת ניט געוווּסט;
דערלעבט צו שיקן דיך אין חדר,
דו האָסט שוין געלערנט גמרא,
געהאָפֿט צו נייען חתונה־קליידער
און דערלעבט אַזאַ צרה.
— — — — — — — — — — — —
זײַ געזונט, מײַן טײַערעס קינד,
גיי הין וווּ זיי דיך יאָגן;
מײַנע אויגן האָב איך געוויינט מיר בלינד,
איך קען שוין מער ניט קלאָגן.
און וואָס קען העלפֿן וויינען און טרערן —
מאַכן זיי דען אום דעם דעקרעט?
אַנדערש וועט דאָך שוין ניט ווערן —
דו ביסט און בלײַבסט אַ רעקרוט.
פֿינף און צוואַנציק פֿינצטערע יאָר
מוזסטו אין קאַזאַרמע לעבן;
פֿאַר אַלע צרות, איך ווייס דאָס קלאָר,
וועט מען דיר קיין לוין ניט געבן;
דערדינען קאָנסט זיך אין לעבן ניט,
מעגסט זײַן דער גרעסטער כוואַט,
דו ביסט געבאָרן געוואָרן אַ ייִד —
דו ביסט און בלײַבסט סאָלדאַט!
דאָס זאָל דיך אָבער, מײַן קינד, ניט אַרן,
דו דין דעם קייזער טרײַ,
אַפֿילו אין די גרעסטע געפֿאַרן
זײַ כראַברע און ערלעך דערבײַ;
דײַן בלוט, דײַן לעבן זאָלסטו ניט שוינען,
אַז מע פֿאַרלאַנגט עס פֿון דיר,
ווילן מענטשן דיר ניט באַלוינען,
באַצאָלט דיר גאָט דאַפֿיר.
זײַ געזונט, מײַן טײַערעס קינד —
דאָרט קומט דער אָפֿיציר.
זײַ געזונט און גיי געשווינד,
ער פֿרעגט געוויס נאָך דיר.
גיי געשווינד; ניין, צי נאָך אויף,
באַלד וועט מען אײַך אַרויסטרײַבן —
גיב מיר דײַן האַנט און שווער דאַרויף,
דו זאָלסט אַ ייִד נאָר בלײַבן.
אַ קליין סידורל און אַ פּאָר תּפֿילין
אויך ציצית גיב איך דיר מיט,
פֿאַרגעס ניט, מײַן קינד, אום גאָטעס ווילן,
פֿאַרגעס דײַן גלויבן ניט.
און אַז דו האָסט אַ ווײַלע צײַט,
קאָנסט אָפּקומען אָן סכּנה,
לייג די תּפֿילין און גיי אָן אַ זײַט
און דאַוון מיט כּוונה.
אַז מען וועט אים שיקן אין מלחמה זיך צו שלאָגן מיט דעם שׂונא זאָל ער ניט פֿאַרגעסן ווידוי צו זאָגן. צום סוף זינגט די מוטער:
נו, גיי שוין, גיי, מײַן טײַערעס לעבן,
ער רופֿט שוין אויס אויפֿן קול.
נאָך איין קוש וויל איך דיר געבן,
נאָך איינעם, צום לעצטן מאָל;
נו גענוג שוין, איצט גיי געשווינד,
ער האָט גערופֿן דײַן נאָמען —
זײַ געזונט, מײַן טײַערעס קינד,
געזונט און גליקלעך — אָמן.
אין נאָך אַ ליד קומען דרײַ אָרעמע מענטשן אין שול, אַן אַלמנה, אַ קימפּעטאָרין און אַ שמיד מיט טענות צו קהל, פֿאַר וואָס זייער משפּחה האָט קהל אויסגעקליבן צו דינען אין מיליטער, בשעת די רײַכע זין האָט מען פֿאַרשפּאָרט צו נעמען. די כּלי־קודש קימערט ווייניק וועגן דעם אומרעכט, וואָס זיי זײַנען באַגאַנגען און זיי ווערן פּטור פֿון די דרײַ לײַדנדיקע.
אין אַ ליד וועגן די נײַע לגבי די אַלטע צײַטן און פֿירונגען, חוזקט יל״ג אָפּ פֿון די פֿירונגען פֿון געוויסע חסידים, און שיט פּעך אויף די אויפֿגעקלערטע, אַזוי ווי ער וואָלט געווען אַ חסיד:
איצט איז אָבער אויפֿגעוואַקסן
אַ דור פֿון אַפּיקורסים,
אַלץ מיט חכמות, אַלץ מיט פֿאַקטן —
ווילן זײַן גאָטס יורשים;
מאַכן פֿון חסידות חוזק, טורעס,
גיבן קיין גראָשן פּדיון;
קיין ייִדיש האַרץ, קיין ייִדישע צורות —
וואָס זײַנען דאָס פֿאַר ייִדן?
וואָס דאַרפֿן מיר אײַערע אײַזנבאַנען,
אַז מיר האָבן קפֿיצת־הדרך,
און קענען קומען צום רבין פֿון דאַנען
צײַט אין אַ חודש בערך;
וואָס דאַרפֿן מיר אײַערע שוואַרצע קונץ
טעלעפֿאָנען, טעלעגראַמען?
גלוי אליהו איז דאָ בײַ אונדז —
אַ רוח אין אײַער מאַמען!
דאָך עצבֿות מאַכט נאָר מרה־שחורה,
חדוה — רוח־הקודש;
דרום ליבע ברידער, האָט קיין מורא,
לעבט ווי אונדזערע זיידעס,
ייִדן זײַנען נאָך ניט גוסס —
האָבן געלעבט און וועלן לעבן;
קומט אַהער, גיסט אָן די כּוסות —
לחיים, לחיים דעם רבין!
די שורות פֿון ליד דערמאָנען אַ ליד פֿון וועלוול זבאַרזשער־עהרענקראַנץ. יל״ג האָט אויך אַ ליד וועגן אַ תּם, וואָס זיצט גאַנצע טעג און נעכט אין שיל, און יעדע נאַכט קומט צו זײַן פֿרוי אין שטוב אַ הוסאַר, ביז דער תּם זעט אים און איז זיכער ער איז אַ מלאך, וואָס האָט אויסגעטריקנט די רעדאַווקע — אַ נס, וואָס דער סיפּור־המעשׂה דערמאָנט אין באַשעוויסן. אין אַן אַנדער ליד לאַכט ער אָפּ פֿון אַן אַסיפֿה פֿון קהל, וווּ מע האָט זיך בלויז צעקריגט צוליב אַלטע חשבונות, און קיין נײַע ענינים ניט אויפֿגענומען, ביז עס האָט געהאַלטן בײַ אַ געשלעג, און דער איינציקער באַריכט, וואָס דער באַטייליקטער גיט אָפּ איז, אַז ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן היטל.
דאָס ביכל לידער פֿון יהודה־לייב גאָרדאָן האָט מען צעכאַפּט, און ס׳איז קיין וווּנדער ניט — מע קען הנאה האָבן פֿון לייענען די זאַמלונג, וואָס דער אַרויסגעבער האָט געזאָגט איז געווען יל״גס כּוונה — זיך "צו אַמוזירן און אַ פֿאַרגעניגענדע שטונדע צו פֿאַרברענגען".