דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, איז געווען אַ גאַסט בײַם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, אין זײַן היים. אַזאַ גרויסן כּבֿוד האָט נאָך קיין איין פּרעזידענט פֿון קיין לאַנד נישט דערלעבט. וואָס איז? מעגלעך, די צוויי פּרעזידענטן האָבן זיך טאַקע אַזוי פֿאַרחבֿרט, אַז זיי פֿאַרבעטן איינער דעם אַנדערן צו גאַסט. דער אַמעריקאַנער, ווי אַ פֿאַרברענטער פֿישער, פֿאָרט מיט וולאַדימירן כאַפּן פֿיש, און וולאַדימיר,
ווי אַן עכטער יעגער, וועט אָט־אָט, ווען אין רוסלאַנד קומט דער געיעג־סעזאָן, פֿאַרבעטן דזשאָרדזשן צו גיין מיט אים שיסן אַ בער, אָדער אַ האָזל.
ווי עס זאָל נישט זײַן, גיט אונדז די דאָזיקע טראַנסקאָנטינענטאַלע חבֿרשאַפֿט אָנצוהערן, אַז נישט תּמיד פֿאַלן די פּערזענלעכע געפֿילן צונויף מיט די געפֿילן צו דער מלוכה, וווּ דײַן חבֿר לעבט און פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן. דהײַנו: שוין אַ היפּשע צײַט האַלט פּוטין אין איין דערציילן אַ שרעקעוודיק מעשׂהלע וועגן אַ מין לאַנד, וואָס איז ענלעך צו אַ ווילדער חיה, און וואָס איז גרייט צו צערײַסן אויף שטיקער יעדן, ווער עס פֿאָלגט זי נישט; אַ מין נײַער "דריטער רײַך"... פּוטין אַליין, ווי אַ גוטער מעשׂה־דערציילער, רופֿט נישט אָן דאָס לאַנד. אָבער זײַן פֿאָלק, וואָס איז אויסגעכאָוועט געוואָרן אויף אַזעלכע שרעקעוודיקע מעשׂהלעך און רמזים, האָט באַלד פֿאַרשטאַנען וועגן וועמען עס גייט דאָ די רייד. איז טאַקע נישט צו חידושן זיך, וואָס אין רוסלאַנד איז איצט זייער פֿאַרשפּרייט דאָס וואָרט — "אַמעריקאַקי"!
פֿון אונדזער זײַט, דאָס הייסט, פֿון דער אַמעריקאַנער, האָט דאָס פֿאָלק אויך ליב מעשׂהלעך, אָבער, בדרך־כּלל, געמאָלט פֿון דיסנעי. מעגלעך דעריבער האָט דער קאָנגרעסמאַן טאָם לאַנטאָס געפֿונען אין פּרעזידענט פּוטין אַן ענלעכקייט צו די געמאָלטע דיסנעי־פּערסאָנאַזשן. צו וועלכן, פּינקטלעך, פּערסאָנאַזש האָט ער אויך נישט געזאָגט. אָבער מע קען פֿאַרשטיין, אַז געוויס נישט צו "סינדערעלאַ"...
ווי ס‘איז באַקאַנט, ווערט הײַיאָר געפֿײַערט אַ קײַלעכדיקע דאַטע — 200 יאָר זינט רוסלאַנד און אַמעריקע האָבן זיך אויסגעטוישט מיט אַמבאַסאַדאָרן. אין שײַכות מיט דער דאַטע באַווײַזן זיך הײַנט נישט ווייניק אַרטיקלען, וווּ עס ווערן באַטראַכט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון די רוסיש־אַמעריקאַנער און אַמעריקאַנער־רוסישע באַציִונגען. אַמעריקע און רוסלאַנד, ווי צוויי ריזיקע מלוכות, האָבן איבערגעלעבט פֿאַרשידענע צײַטן, אָבער קיין באַזונדערע וואַרעמקייט, אַפֿילו בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען פֿון ביידע זײַטן אָקעאַן קיין מאָל איינער צום אַנדערן נישט געפֿילט. מעגלעך, צוליב דעם, וואָס אין יסוד פֿון יעדער מלוכה ליגן היפּוכדיקע פּרינציפּן פֿון אָנפֿירן מיט איר.
אין רוסלאַנד האָט פֿון קדמונים (נאָך איידער אַמעריקע איז געוואָרן אַמעריקע) געהערשט אַ מיינונג, אַז די גאַנצע וועלט איז גרייט עס אומצוברענגען; אַז די סכּנה דראָט פֿון אַלע זײַטן. דעריבער איז יעדעס לאַנד, אויסער די גרענעצן, רוסלאַנדס אַ פּאָטענציעלער שׂונא. עקאַטערינאַ די צווייטע האָט אַמאָל אַ זאָג געטאָן: "דאַנקען גאָט, וואָס כאָטש אויף צפֿון צעשפּרייט זיך דער אײַז־אָקעאַן, אַנדערש וואָלטן מיר געמוזט האַלטן דאָרט אונדזער גאַנצע אַרמיי, און ס‘וואָלט נאָך נישט געווען גענוג..." ווער ווייסט, צי רוסלאַנד האָט טאַקע פֿאַרקויפֿט אַלאַסקע צוליב רוסלאַנדס מאַנגל אין געלט, צי צוליב רוסלאַנדס וועלן אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין אַמעריקע (אַ שפּאַס!?)
דעמאָקראַטיע. אַלע רעדן הײַנט אין רוסלאַנד וועגן דעמאָקראַטיע, אָבער באַלד גיט מען צו: "אויף אונדזער אייגענעם אופֿן"! אין רוסלאַנד דעמאָקראַטיע מיינט — אויסצוקלײַבן זיך, אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, אַ קייסער. דער מערבֿ קען אָבער נישט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי קאָן די מאַכט זײַן דעמאָקראַטיש, אַז זי שאַפֿט פֿאַר זיך אַ מין "ווערטיקאַל"? און וואָס מיינט עס בכלל — מאַכט־ווערטיקאַל? גיט אַ קוק, רבותי, אויפֿן קרעמל, וועט איר פֿאַרשטיין, אַז אין רוסלאַנד ווערט אַלץ געבויט צו אַ שפּיץ, וואָס איז געקרוינט מיט אַ צוויי־קעפּיקן אָדלער (ווי בײַ דער צאַרישער און איצטיקער מאַכט), אָדער מיט אַ רויטן שטערן (ווי ס‘איז געווען איבער 70 יאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד)...
און דאָך, שמט אין דער וועלט די רוסישע גאַסטפֿרײַנדלעכקייט. איז לאָמיר טאַקע האָפֿן, אַז בוש וועט, מירטשעם, אין פּוטינס היים אויך אָנטרעפֿן אויף אַ ברייטהאַרציקן אויפֿנעם. יעדנפֿאַלס, איז דאָס ווערטל: "זאָג מיר ווער דײַן פֿרײַנד איז, וועל איך זאָגן ווער ביסטו" — פֿאַרשטענדלעך פֿאַר ביידע פֿעלקער — סײַ דעם אַמעריקאַנער און סײַ דעם רוסישן.