ישׂראלים בײַ אַ דענקמאָל אין כּפֿר גלעדי, מאָנטיק, לזכּרון די צה״ל־סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה אין לבֿנון פֿאַראַיאָרן זומער |
Getty Images |
אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל. צי האָט עס געמוזט זײַן אַזוי? אמת, די צוויי סיטואַציעס זענען פֿאַרשידנאַרטיק. אין דער ענטעבער אָפּעראַציע איז דער רעזולטאַט געווען אויסשליסלעך אָפּהענגיק פֿון דער טעטיקייט פֿון דער אַרמיי. אין די רעזולטאַטן פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע די פּאָליטישע און מיליטערישע פֿירער פֿון דער מדינה. אָבער אויך אין דעם פֿאַל איז די ראָלע פֿון דער אַרמיי געווען אַ דעצידירנדיקע.
די ענטעבע־אָפּעראַציע האָט געדויערט אייניקע שעה און עס איז געפֿאַלן אין איר קאָלאָנעל יונתן נתניהו. די צווייטע לבֿנון־מלחמה האָט געדויערט 81 טעג, פֿון זיי — 33 טעג פֿון אַקטיווער מלחמה, מיט 119 געהרגעטע סאָלדאַטן און 44 ציווילע, 400 פֿאַרוווּנדיקטע סאָלדאַטן און 2,000 ציווילע, און 3 פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן. ווייניק אָפּעראַציעס פֿון דעם סאָרט האָבן געשאַפֿן אַרום זיך אַזוי פֿיל לעגענדעס ווי די ענטעבע־אָפּעראַציע, אין ביכער און פֿילמען, און אַזוי פֿיל דיסקוסיעס און קאָנטראָווערסיעס. שוין דרײַ טעג נאָך דער אָפּעראַציע האָבן האָליוווּד־סטודיאָס און ביכער־פֿאַרלאַגן געמאָלדן זייערע כּוונות צו מאַכן פֿילמען און פּובליקירן ביכער. דאָס איז געווען אַ וועלט־רעקאָרד אין שנעלקייט פֿון טעלעקאָמוניקאַציע־רעאַקציעס צו אַזאַ דראַמאַטישער געשעעניש.
די געשיכטע פֿון ענטעבע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 26סטן יוני 1976, ווען אַן "עיר־פֿראַנס" עראָפּלאַן, מיט 246 פּאַסאַזשירן און אַ מאַנשאַפֿט פֿון 12, איז געווען אויף זײַן וועג פֿון פּאַריז קיין תּל־אָבֿיבֿ, דורך אַטען. צווישן די פּאַסאַזשירן זענען געווען 100 ישׂראלים. אין אַטען זענען אַרויף 12 פּאַלעסטינער טעראָריסטן און 2 דײַטשע טעראָריסטן און זיי האָבן פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן און אים געבראַכט קיין בענגאַזי אין ליביע, וווּ דער עראָפּלאַן איז געבליבן 7 שעה און אָנגענומען ברענשטאָף. אין בענגאַזי איז איין פּאַסאַזשיר, אַ שוואַנגעריקע פֿרוי, באַפֿרײַט געוואָרן. פֿון דאָרט האָבן די טעראָריסטן באַפֿוילן דעם קאַפּיטאַן פֿון עראָפּלאַן צו פֿליִען צום ענטעבער לופֿטפּאָרט, אין אוגאַנדע, וווּ עס האָבן זיך צו די פֿאַרכאַפּער אָנגעשלאָסן נאָך 4 טעראָריסטן. די טעראָריסטן האָבן געהערט צום "פּאַלעסטינער באַרפֿרײַונגס־פֿראָנט".
דרײַ טעג נאָך דער פֿאַרכאַפּונג, דעם 29סטן יוני, האָבן די טעראָריסטן דורכגעפֿירט אַ סעלעקציע און אָפּגעטיילט די ישׂראלדיקע און ייִדישע פּאַסאַזשירן פֿון אַלע אַנדערע. די ישׂראלדיקע און ייִדישע פּאַסאַזשירן האָט מען צונויפֿגעקליבן אין פּאַסאַזשירן־זאַל אין אַלטן טערמינאַל פֿון ענטעבער לופֿטפּאָרט און די אַנדערע פּאַסאַזשירן האָט מען באַפֿרײַט. דער קאַפּיטאַן פֿון עראָפּלאַן, מישעל באַקאַס, האָט באַשלאָסן צו בלײַבן מיט די אַרעסטירטע פּאַסאַזשירן און צוזאַמען מיט אים איז געבליבן זײַן גאַנצע מאַנשאַפֿט.
דער הערשער פֿון אוגאַנדע, אידי אַמין, איז אַמאָל געווען אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל און האָט זיך אַפֿילו טרענירט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי ווי אַ פּילאָט, אָבער ער איז געוואָרן אַ שׂונא־ישׂראל דעם טאָג ווען ישׂראל האָט נישט מסכּים געווען אים צו פֿאַרקויפֿן אָנגריף־געווער. און ווען פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן דערמאָרדערט די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אויף דער אָלימפּיאַדע אין מינכן, אין 1972, האָט אידי אַמין עפֿנטלעך געשיקט דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען" אַ טעלעגראַמע מיט לויב און פֿרייד פֿאַר די טעראָריסטן.
ישׂראל האָט אָנגעהויבן אונטערהאַנדלען מיט אידי אַמין וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון די פֿאַרכאַפּטע. אידי אַמין האָט פֿאַרשטייט זיך קאָלאַבאָרירט מיט די טעראָריסטן. די פֿאַרכאַפּער האָבן פֿאַרלאַנגט די באַפֿרײַונג פֿון 53 "פֿרײַהייט־קעמפֿער": 40 אַרעסטירטע אין ישׂראל, 5 אין קעניאַ, 6 אַנאַרכיסטן אַרעסטירטע אין דײַטשלאַנד, איין אַנאַרכיסט אין שווייצאַריע און איינער אין פֿראַנקרײַך. אַחוץ דעם האָבן זיי פֿאַרלאַנגט אויסלייז־געלט פֿאַר די פֿאַרכאַפּטע. זיי האָבן געשטעלט אַן אולטימאַטום, אַז אויב זייערע פֿאַרלאַנגען וועלן נישט אָנגענומען ווערן ביזן 1טן יולי, וועלן זיי דערהרגענען אַלע פֿאַרכאַפּטע. אין פֿאַרלויף פֿון די אונטערהאַנדלונגען, האָבן די פֿאַרכאַפּער מסכּים געווען צו פֿאַרלענגערן דעם אולטימאַטום ביזן 4טן יולי.
אין פֿאַרלויף פֿון די אונטערהאַנדלונגען מיט אידי אַמין און די טעראָריסטן, אין וועלכע עס האָבן זיך אויך באַטייליקט אַנדערע לענדער, וואָס זייערע בירגער זענען געווען צווישן די פֿאַרכאַפּטע, איז ווידעראַמאָל קלאָר געוואָרן דער טרויעריקער פֿאַקט — גוט באַקאַנט פֿונעם חורבן־פּעריאָד — אַז נישט נאָר די דײַטשן און פּאַלעסטינער טעראָריסטן פֿירן אויס סעלעקציעס, נאָר אויך פֿאַרשיידענע אַנדערע לענדער, וואָס זייער איינציקער אינטערעס איז געווען צו באַפֿרײַען זייערע פֿאַרכאַפּטע בירגער.
פֿאַר דער ישׂראלדיקער רעגירונג — און איר אַרמיי — איז אַנטשטאַנען דער ציל אויפֿצוּווײַזן, אַז מער וועט קיין ייִדיש בלוט נישט פֿאַרגאָסן ווערן. אינעם אַלטן טערמינאַל פֿון ענטעבע האָבן זיך געפֿונען נאָר ישׂראלים און ייִדן. האָט ישׂראל אָנגעהויבן, פּאַראַלעל מיט די אונטערהאַנדלונגען מיט אידי אַמין, אַ באַפֿרײַונג־אָפּעראַציע — קענענדיק זייער גוט דעם ענטעבע לופֿטפּאָרט, וואָס אַ ישׂראלדיקע בוי־געזעלשאַפֿט האָט געבויט. עס זענען געווען אַזעלכע אין ישׂראל וואָס האָבן זיך געשטעלט קעגן אַזאַ סכּנותדיקער אויסלייזונג־אָפּעראַציע. אָבער ווען עס איז קלאָר געוואָרן, אַז אויף ביידע טיילן פֿון דעם ענטעבע־לופֿטפּאָרט — דעם אַלטן און דעם נײַעם — איז נישטאָ קיין אַנטי־אַוויאַציע פֿאַרטיידיקונג און אַז דעם לופֿטפּאָרט היטן נישט קיין 500, אָדער 1,000 אוגאַנדישע סאָלדאַטן, ווי מען האָט געמיינט פֿון אָנהייב, נאָר אַ פּאָר צענדליק סאָלדאַטן, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג באַשלאָסן דורכצופֿירן די אָפּעראַציע.
ישׂראל האָט דורכגעלעבט אַ וואָך פֿון אומבאַשרײַבלעכער שפּאַנונג און אין פֿאַרלויף פֿון דער דאָזיקער וואָך איז באַשטימט געוואָרן אין ביוראָ פֿון גענעראַל־דירעקטאָר פֿון אויסערן־מיניסטעריום אַ 24 שעהדיקער דיזשור פֿון די העכערע באַאַמטע. מײַן ריי פֿון דיזשור איז געווען די נאַכט צווישן דעם 3טן און 4טן יולי, די נאַכט וואָס די רעגירונג האָט באַשלאָסן דורכצופֿירן די אויסלייז־אָפּעראַציע. 4 "הערקולעס"־עראָפּלאַנען און אין זיי 200 קעמפֿער, זײַנען אָפּגעפֿלויגן פֿון שאַרם על־שעיך קיין ענטעבע. ווי קאָמענדאַנט פֿון דער אָפּעראַציע איז באַשטימט געוואָרן גענעראַל דן שומרון, און זײַן פֿאַרטרעטער — גענעראַל מתן וילנאי. ווי קאָמענדאַנט פֿון דער דורכברוך־אָפּטיילונג אי טערמינאַל איז באַשטימט געוואָרן קאָלאָנעל יונתן נתניהו, און זײַן פֿאַרטרעטער — מאַיאָר מוקי בעצער.
די ישׂראלדיקע קעמפֿער האָבן מצליח געווען אָנצוקומען אויפֿן פּלאַץ אין דער באַשטימטער צײַט און האָבן אויך מצליח געווען צו לאַנדן ווי געהעריק די עראָפּלאַנען. אָבער ווען די קעמפֿער זענען אַרויס פֿון די עראָפּלאַנען מיטן "מערצעדעס" און דזשיפּן, האָבן זיי נישט געהיט די כּללים, וואָס זיי האָבן געהאַט באַשטימט. לויטן פּלאַן, האָט דער כּוח געדאַרפֿט דערגיין צום פּלאַץ פֿון די פּאַסאַזשירן אָן אָפּהאַלט, אַפֿילו אויב עס האָט זיי געדראָט אַ סכּנה, כּדי נישט צו פֿאַרלירן דעם עלעמענט פֿון סורפּריז.
אָבער פֿאַרן אָנקומען צום פּלאַץ האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אויף 2 אוגאַנדישע סאָלדאַטן, און אַנשטאָט זיי צו איגנאָרירן און ממשיך צו זײַן, האָבן זיי געשאָסן די צוויי סאָלדאַטן און דאָס האָט דערוועקט דעם אויפֿמערק פֿון די אוגאַנדער. מוקי בעצער האָט ממשיך געווען צופֿוס מיט זײַנע סאָלדאַטן צום טערמינאַל און יונתן (יוני) נתניהו איז זיי נאָכגעלאָפֿן. אַן אוגאַנדישער סאָלדאַט פֿונעם קאָנטראָל־טורעם האָט אויף אים געשאָסן און אים דערהרגעט.
ווען די ישׂראל־זעלנער זענען אָנגעקומען צום טערמינאַל, האָבן זיי גלײַך דערקאָנט די טעראָריסטן און זיי געשאָסן. איין פֿרוי, אידאַ באָראָוויטש, איז דערמאָרדערט געוואָרן דורך די טעראָריסטן, און די פֿרוי דאָראַ בלאָך איז דערמאָרערט געוואָרן לויטן באַפֿעל פֿון אידי אַמין. אַלע טעראָריסטן און 20 אוגאַנדישע סאָלדאַטן זענען דערהרגעט געוואָרן.
די ישׂראלדיקע קעמפֿער האָבן פֿאַרניכטעט אויפֿן פֿליפּלאַץ 8 "מיג"־עראָפּלאַנען, כּדי זיי זאָלן נישט קאָנען נאָכפֿאָלגן די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען. אויפֿן וועג צוריק האָבן די ישׂראלדיקע עראַפּלאַנען זיך אָפּגעשטעלט אין קעניאַ און אָנגענומען ברענשטאָף. די קעניער האָבן זיך באַצויגן צו די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען אַזוי ווי זיי וואָלטן דורכגעפֿירט רעגולערע קאָמערציעלע לופֿט־רײַזעס. די גאַנצע וועלט האָט מיט פֿאַרערונג און התפּעלות אָפּגעשאַצט די קאָלאָסאַלע ישׂראלדיקע אָפּעראַציע. בלויז די מדינות פֿונעם סאָוועטישן בלאָק און די אַראַבער האָבן די אָפּעראַציע געטאַדלט. ליידער, האָט אויך די "יו־ען" געטאַדלט די אָפּעראַציע און איר גענעראַל־סעקרעטאַר, קורט וואַלדהײַם, האָט די אָפּעראַציע אָנגערופֿן "אַן אַגרעסיע".
איך פּערזענלעך האָב געהאַט דעם זכות אַרויסצושיקן צו ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס אויף דער גאַנצער וועלט די טעלעגראַמע מיט דער ידיעה, אַז ישׂראלס לופֿטפֿלאָט האָט באַפֿרײַט די פֿאַרכאַפּטע פּאַסאַזשירן אין ענטעבע. און אַרויסשיקנדיק די דאָזיקע טעלעגראַמע, האָב איך געקלערט: ווי אַנדערש וואָלט געווען דער גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען מדינת־ישׂראל וואָלט שוין דאַן עקזיסטירט! ווי אַנדערש האָבן מיר אָבער געפֿילט נאָך דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, דורכגעפֿירט דורך דער זעלבער אַרמיי.
* * *
דעם 25סטן יוני 2006 איז דער סאָלדאַט גלעד שליט פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון זײַן באַזע נעבן עזה דורך פּאַלעסטינער און דעם 12טן יולי זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן נאָך צוויי סאָלדאַטן — אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו — דורך "כעזבאָלאַ"־טעראָריסטן אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון. די צווייטע לבֿנון־מלחמה האָט נישט געדאַרפֿט זײַן ווי זי איז געווען; און פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אירע פּײַנפֿולע רעזולטאַטן זײַנען אַלע פּאָליטישע און מיליטערישע פֿירער פֿון ישׂראל זינט זי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון לבֿנון אין מײַ 2000 — אהוד ברק, שאול מופֿז און באגי יעלון — צוזאַמען מיט דער איצטיקער פֿירערשאַפֿט.
די גאַנצע צרה האָט זיך אָנגעהויבן מיט ישׂראלס אַנטלויפֿן פֿון לבֿנון אין מײַ 2000. דאָס פֿאַרלאָזן לבֿנון איז געווען, אָן צווייפֿל, אַ ריכטיקער און דרייסטער שריט פֿון פּרעמיער אהוד ברק. עס איז געווען לעבנסוויכטיק צו פֿאַרלאָזן לבֿנון. אָבער ישׂראלס פּאָליטיק לגבי "כעזבאָלאַ" נאָכן פֿאַרלאָזן לבֿנון איז געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע. פֿאַרן פֿאַרלאָזן לבֿנון האָט ברק עפֿנטלעך דערקלערט די סיבות פֿון זײַן באַשלוס און האָט צוגעזאָגט, אַז אויב עס וועט זײַן איין שאָס פֿון לבֿנון אויף ישׂראלס ייִשובֿים, וועלן די שיסער ווערן שטאַרק באַשטראָפֿט. ברקס אויסערן־מיניסטער, דוד לוי, האָט דערקלערט: "אויב קריית שמונה וועט ברענען, וועט לבֿנונס ערד ברענען. בלוט פֿאַר בלוט. אַ קינד פֿאַר אַ קינד". אין טאָג פֿון פֿאַרלאָזן לבֿנון האָט ברק דערקלערט, אַז ישׂראל וועט באַשטימען אַ הויכן סטאַנדאַרד פֿון שטראָף פֿאַר לבֿנון.
אָבער דער אמת איז, אַז נאָכן פֿאַרלאָזן לבֿנון האָט ישׂראל איבערהויפּט נישט באַשטימט קיין שטרענגע מיטלען קעגן "כעזבאָלאַ"; און "כעזבאָלאַ" איז געוואָקסן און זיך געשטאַרקט אײַנקויפֿנדיק אַמוניציע און באַשטימענדיק דעם סדר פֿון דער שפּיל. "כעזבאָלאַ" האָט געפֿילט, אַז ער קען זיך באַוואָפֿענען, שיסן אויף ישׂראל, פֿאַרכאַפּן ישׂראל־זעלנער — און ברק האָט געשוויגן. אין די זעקס יאָר נאָכן פֿאַרלאָזן לבֿנון האָט ישׂראל בײַגעטראָגן צו "כעזבאָלאַס" פֿאַרשטאַרקונג. ישׂראל האָט אויך געמאַכט אַ פֿעלער מיט דעם וואָס זי האָט נישט אַרויסגערופֿן אַ קאָנפֿליקט צווישן "כעזבאָלאַ" און די לבֿנונער. אַנשטאָט דעם האָט ישׂראל זיי געלאָזט מיטאַרבעטן צוזאַמען.
נאָך אַ זאַך. אויפֿן פּאַלעסטינער פֿראָנט האָט ישׂראל ליקווידירט די טעראָריסטן־פֿירער פֿון "כאַמאַס" און "דזשיהאַד". ישׂראל האָט אויך געדאַרפֿט ליקווידירן דעם פֿירער פֿון "כעזבאָלאַ", נאַסראַלאַ. דאָס נישט האַנדלען אויף אַ דעצידירנדיקן אופֿן קעגן "כעזבאָלאַ" האָט געבראַכט צו דער נישט־געלונגענער צווייטער לבֿנון־מלחמה. נאָך אַ סיבה, פֿאַר וואָס די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זענען נישט געווען עפֿעקטיוו אין דער צווייטער לבֿנון־מלחמה איז געווען דאָס, וואָס די אַרמיי גופֿא האָט זיי נישט דערצויגן ווי סאָלדאַטן, נאָר ווי פּאָליציאַנטן.
דאָס אַלץ האָט געבראַכט צום טרויעריקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, וועלכע באַשרײַבט די עיקרדיקע דורכפֿאַלן פֿון דער פֿירערשאַפֿט אין דער צווייטער לבֿנון־מלחמה: פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, זיכערהייט־מיניסטער עמיר פּרץ און הויפּט־פֿירער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, גענעראַל דן חלוץ. דער באַריכט שטעלט פֿעסט, אַז די ישׂראלדיקע פֿירערשאַפֿט איז דורכגעפֿאַלן בײַם פֿירן די מלחמה.
עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז די גאַנצע מוסולמענישע וועלט, נישט בלויז די אַראַבער, האָבן נישט געקאָנט גלייבן, אַז די שטאַרקע ישׂראל־אַרמיי, וואָס האָט צעשלאָגן אַלע אַראַבישע אַרמייען אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און כּמעט אָקופּירט קאַיִר און דמשׂק, איז נישט געווען בכּוח צו באַזיגן די קליינע אַרמיי פֿון "כעזבאָלאַ". דעריבער גלייבן זיי, אַז דער איצטיקער דור פֿון ישׂראלים קען באַזיגט ווערן, און לגבי דער צוקונפֿט איז דאָס אפֿשר איינער פֿון די מסוכּנדיקסטע רעזולטאַטן פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה.