הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס.

אַנומלט האָב איך זיך באַקענט מיט אַ ייִדן וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַן אימעניע אין העמפּטאָנס, בײַם ים דווקא, און אַן אימעניע אין פּאַלם־ביטש, אויך אויפֿן ים, אָנגעשטאָפּט מיט אַלעם גוטן. אָבער יענער לעבט נאָך. אפֿשר ווײַל ער איז פֿאַרנומען ציילנדיק זײַן געלט און קען זיך נישט אַוועקרײַסן אויף אַ מינוט, אָדער ער איז כּסדר בײַם ים. אָנגעברענט איז ער ווי אַ שוואַרצער לאָדער, טראָגט אַ קאָפּ שוואַרצע לאָקן מיט אַ צעפּל. נישט אַלע מאָל האַלט עס זיך אויפֿן שפּיץ פּליך, אָבער אים אַרט עס נישט. ער האָט הנאה פֿון זײַן הולך. ער טראָגט קאָלירטע הויזן און געבלימלטע העמדער, פֿירט אַ מערצעדעס צוזאַמען מיט זײַן בחורטע, וועלכע הייסט אויך מערצעדעס, און שטעלט זיך אָפּ אין שטעטל פּאַלם־ביטש צו באַוווּנדערן די וויטרינעס מיט די אויסשטעלונגען. דער עיקר בילדער פֿון הינט און פֿון פֿערד. זײַן זיידע איז טאַקע געווען אַ פֿערד־גנבֿ און האָט פֿאַרמאָגט אַ הונט. ער גרויסט זיך דערמיט, און קוועלט אָן פֿון דעם וואָס ס'איז אַרויסגעקומען פֿון זײַן אייניקל, אַ פּאָלנעם גבֿיר־אַדיר. מענטשן האָבן פֿאַר אים דרך־ארץ, מ'עפֿנט פֿאַר אים טיר און טויער אין די טײַערע רעסטאָראַנען, מען באַגריסט זיך מיט אים ווי מיט אַן אייגענעם, ווען ער גיט איבער זײַן אויטאָ דעם וואַלעטניק, און באַלד קומען צו אַ פּאָר קעלנער און האַווערן איבער אים. דער ייִד עסט ווי נאָך אַ מגפֿה. טרינקט, ווער זאָגט ער טרינקט — ער זויפֿט די בעסטע משקה, און האָט די גאַנצע וועלט אין דר'ערד. שטאַרבן זאָלן אַנדערע, נישט ער.

אין דרינען באַקען איך זיך מיט אַ ייִדישער מאָלערין, אַמאָל איז זי געווען אַ לינקע. איך דערקען די אַמאָליקע לינקע לויט זייערע פֿריזורן, בדרך־כּלל אַ קאָקס פֿון אויבן ווי אַ קוגל און די רובאַשקע. קוים וואָס זי זשיפּעט, זי רעדט ווי אַ פֿייגעלע וואָלט געצוויטשעט, זי עסט ווי אַ הינדעלע — איין פּיקע און גענוג. מיינט איר דאָך זי האַלט זיך קוים אויף די פֿיס; זי האַלט אויך נישט פֿון שטאַרבן. זי זאָגט מיר, אַז דאָס איז נישט איר סטיל. זי שרײַבט כּסדר, מאָלט כּסדר דעם טויט, ווי דער טויט איז איר געקומען צו חלום, ווי זי האָט אים באַגעגנט בײַם אַרויסשמײַסן דאָס מיסט, אויפֿן וועג צום פּאָסטקעסטל, אומעטום איז ער דאָ. האָט זי אים אַמאָל אָפּגעשטעלט און געזאָגט: "חבֿרה־מאַן, האָסט שוין נישט קיין בעסערע געשעפֿטן ווי צו טשעפּען זיך צו מיר? גיי זוך זיך אָפּ דײַנס גלײַכן. בײַ מיר ביסטו נישט קיין "מורינו". מ'האָט שוין געזען אַזוינס. די צײַטונג איז פֿול מיט דיר. האָסט נישט גענוג קיין רעקלאַמע? וואָס בין איך דיר שולדיק?" און דער פֿויגל נעמט זײַן עק צווישן די פֿיס און הײַדאַ, זוכן אַן אַנדער קאַנדידאַט.

אַנומלט האָב איך זיך צוגעהערט צו אַ טעלעוויזיע־אַנאָנס, וואָס עס האָט איבערגעגעבן אַ סימפּאַטיש, בלאָנד מיידל אין אַ זשאָרזשעטן קליידל, פֿול מיט חן און פֿרייד. זי האָט פֿאַרקויפֿט אַן אָפּפֿיר־מיטל מיט עפּעס אַ מאָדנעם נאָמען, און געהאַלטן אין איין צוזאָגן גאָלדענע גליקן. נאָר וואָס? מענטשן וואָס לײַדן אויף דער לעבער טאָרן דאָס נישט נעמען. פֿרויען וואָס האַלטן בײַם פֿאַרגיין אין טראָגן, טאָרן דאָס נישט נעמען. פֿאַראַן מענטשן וואָס נעמען דעם אָפּפֿיר־מיטל און לײַדן פֿון איבל, פֿון שוואַכקייט אין איין קני, פֿון פֿאַרלירן די האָר, פֿון אַ האַרץ־אַטאַק און פֿון פּלוצעמדיקן טויט. הייסט עס, האָב איך געטראַכט, אַז נישט נאָר די חולאַתן לייגן אונדז אין דר'ערד אַרײַן, נאָר די רעצעפּטן אויך. מ'קען זיך נישט אַרויסדרייען פֿון דער טאַבלעטן־מגפֿה. זיי אַרבעטן בשותּפֿות מיטן מלאך־המוות. די ציגאַרעטן־אינדוסטריע האָט אַ סך מיטגעהאָלפֿן דער שטאַרב־עפּידעמיע. דער עיקר ווען מ'הייבט אָן פֿרי צו רייכערן, און מ'קען זיך בשום־אופֿן נישט אָפּרײַסן דערפֿון. ס'איז אַ מאַגנעט, ס'ציט דיך צו ביסלעך אַראָפּ צו דער שאול־תּחתּיה, און דו קענסט זיך נישט באַפֿרײַען פֿון איר מאַגנעט. דער כּישוף איז שוין אַרײַן אין יענעמס אָדערן, אין יענעמס לונגען, אין יענעמס אינגעוויידן. ער איז שוין אין דער פּאַסטקע. און ווען ער קוקט זיך אַרום און הייבט אָן שינדן די הויט פֿון זיך מיט חרטה, אַזוי הערט ער שוין דעם שופֿר בלאָזן פֿון יענער וועלט.

אָקיי. הײַנט איז דער טאָג ווען איך וועל אָנהייבן די פֿיזיש־אַטלעטישע פּראָגראַם, די פּראָגראַם וואָס וועט מיך מאַכן שלאַנק, געזונט און אָנציִענדיק. פּונקט ווי די מענטשן אין די ציגאַרעטן־אַנאָנסן. איז קודם־כּל און צום אַלעם ערשטן מוז מען נעמען דעם פּולס, ווײַל אַ געזונט האַרץ איז דער שליסל צום אויסטויגן ווי אַ פֿיזישער אַטלעט. אויב דאָס האַרץ איז געזונט, קען מען האַלטן אין באַקומען דאָס "סאָשל סעקיוריטי" (סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג)־טשעקל העט נאָך דעם ווי די אַנדערע הויפּט־אָרגאַנען זײַנען שוין געוואָרן עובֿר־בטל און וואַנדערן אַרום אין דער וועלט אָן אַן אַנונג וואָס פֿאַר אַן אַנדערע פֿונקציעס זיי דאַרפֿן אַדורכפֿירן.

דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרשטיין די באַציִונג צווישן דײַן האַרץ און דײַן געזונט־צושטאַנד, איז אַ קוק צו טאָן און אָבסערווירן אַן אמתדיק האַרץ. דער אמת איז, אַז אַן אייגן האַרץ קען מען דאָך נישט עפֿענען. אַכיבע אײַך אַרט נישט צו לײַדן ווייטיקן. דער איינציקער אויסוועג איז אַריבערצוכאַפּן זיך צום קצבֿ, און בײַ אים בעטן ער זאָל אײַך באַזאָרגן מיט פֿאַרשיידענע הערצער פֿון פֿאַרשיידענע בעלי־חי, לאָמיר זאָגן אַ קו, אַ פֿיש, אַ ווערעמל. וועט איר אויסגעפֿינען אַז ס'רובֿ קצבֿים זײַנען אײַך גרייט אָפּצוגעבן די הערצער בחינם, אַבי פּטור צו ווערן פֿון אַזעלכע נודניקעס. מיט דעם באַגאַזש פֿון די הערצער, ווי נאָר איר קומט אַרײַן אין הויז, שפּרייט אויס אויף אַ פּינג־פּאָנג־טיש אַ ריינע, ווײַסע סערוועטקע און הייבט אָן אַרײַנצוקוקן וואָס נעענטער אין די הערצער. איר וועט באַמערקן אַז די הערצער זײַנען אַנדערש איינס פֿון ס'אַנדערן מיט איין אונטערשייד. די אַלע בעלי־חי זײַנען שוין טויט. פֿון דעם קען מען זיך אָפּלערנען אַז הערצער זײַנען שטאַרק נוצלעך. אויב שוין יאָ אַזוי, לייגט זיי אַרײַן אין אַ פּלאַסטיש סלוייִקל און פֿאַרפֿרירט זיי אויף דער אייבערשטער פּאָליצע פֿון פֿרידזשידער (אײַזקאַסטן). דאָס איז אין פֿאַל אײַערע קינדער וועלן זיך אַמאָל נייטיקן אין אַ טראַנספּלאַנטאַציע, וועט איר אַלע מאָל זײַן גרייט.

איצט אַזוי: אויב איר קענט נישט געפֿינען אײַער פּולס, טרינקט אויס אַ פֿלעשל משקה, און ווען איר הערט אײַער פּולס קלאַפּן בײַ אײַך אין מוח, לייגט צו אַ פֿינגער און הייבט אָן צו ציילן. ציילט איבער וויפֿל מאָל אײַער האַרץ קלאַפּט אין קאָפּ אין איין מינוט. איז אויב איר זײַט אַ געזונטער אָקס, וועט עס אויסקלאַפּן אַ צוויי־דרײַ מאָל אַ מינוט. אויב נישט — פּאַקט אײַן דאָס פּעקל און טראָגט זיך אָפּ.

און איצט זײַט איר גרייט אײַנצולייגן וועלטן און אָנהייבן מאַכן גימנאַסטיק. אויף צו וויסן גענוי וואָס צו טאָן, דאַרפֿט איר אָנשטעלן די טעלעוויזיע, און ווען איר וועט זען אַ מיידל, אָנגעטאָן אין אַ קורץ קליידל, שפּרינגט און האָפּסט באַגלייט פֿון אַ ריטמישער מוזיק, זאָלט איר גלײַך נעמען שפּרינגען און האָפּסן ווי זי. דאָס וועט זיכער אויסטריקענען אײַער מוח און מאַכן דערפֿון מאַנע־קאַשע. דאָס וועט אײַך דערלויבן צו שטימען אין די וואַלן פֿאַרן פּרעזידענט בוש צום דריטן מאָל.

און איצט דאַרפֿט איר שפּרינגען אויף איין פֿוס ביז איר קענט שוין מער נישט. וואַרט נישט ביז איר חלשט אַוועק, הייבט אָן שפּרינגען אויפֿן אַנדערן פֿוס, נאָך דעם נעמט נאָך אַ מאָל אײַער פּולס. נאַכער גייט אַרײַן אין קיך און גרייט צו פֿאַר זיך אַ נאַרהאַפֿטיקן פֿרישטיק, און אויב איר זײַט נישט הונגעריק נאָך אַזוי פֿיל מאָל מעסטן דעם פּולס, טראַכט זיך אַרײַן ווי גוט עס איז פֿאַר אײַער האַרץ צו עסן נאַרהאַפֿטיק עסן. און בעת איר קײַט די קאַשע, טראַכט כּסדר וואָס ס'האָט פּאַסירט מיט דער קו און דעם פֿיש און דעם ווערעמל קליין, און ווי זייערע הערצער ליגן בײַ אײַך אין סלוייִקל אין אײַזקאַסטן פֿאַרפֿרוירן, בלויז אַ פּאָר טריט אַוועק פֿונען אָרט וווּ איר זיצט און עסט אײַער נאַרהאַפֿטיקן פֿרישטיק.

נאַכער וועט איר זײַן גרייט אָדער צו קעמפֿן ווײַטער מיט דער וועלט, אָדער צוריק לייגן זיך אין בעט אַרײַן. מיט איין וואָרט, מען דאַרף אָפּהיטן דאָס געזונט. דאָס וויכטיקסטע איז צו איבן די מוסקלען. דערמיט מיין איך לויפֿן. דאָ רופֿט מען עס "דזשאַגינג". די אַרמיי האָט אַלע מאָל געוווּסט ווי אַזוי זיך צו ספּראַווען מיט נײַע רעקרוטן. קודם שטעלט מען זיי אַוועק לויפֿן. וואָס זאָג איך לויפֿן, גאַנצע קילאָמעטראַזשן. יעדן טאָג, יעדער מינוט. אַזוי אַרום ווערן אָפּגעטויט זייערע טראַכט־קעמערלעך אין מוח. עס וועלן אַפֿילו זײַן אַזעלכע צווישן זיי וואָס וועלן פֿאַרלירן אַזוי פֿיל צעלעכלעך אין מוח אַז זיי וועלן נאָך אַמאָל זיך צושטעלן צום דינסט. אַלע לויפֿער ווייסן דאָס. דעריבער לויפֿן זיי. דער געדאַנק דערבײַ איז, אַז איר זאָרגט זיך פֿאַר אײַער געזונט, אײַער דזשאַב, אײַער לעבן. לויפֿט. און אַז איר וועט לויפֿן גענוג, וועלן די מוח־צעלעכלעך אויסגיין ווי די געשאָכטענע הינדעלעך און איר וועט זיך פֿילן אַ סך בעסער.

די איינציקע זאַך מוזט איר געדענקען דערבײַ — פֿאַרשרײַבט אײַער נאָמען, אײַער אַדרעס און אײַער טעלעפֿאָן־נומער און האַלט עס בײַ זיך, אין פֿאַל איר פֿאַרגעסט וווּ אַהיים צו גיין, אָדער גאָר אויסהויכן די נשמה ערגעץ אין דער פֿרעמד. אָט די אַלע גוטע עצות קומען צו אײַך בחינם פֿון דער ייִדישער צײַטונג, וועלכע איר זאָלט זיך מיט איר פֿאַרזאָרגן און נישט וואַרטן ביז דער שכן קריגט עס. דער שכן קען גאָר זײַן איינער פֿון די שטאַרבערס און איר וועט חלילה אָנווערן די גוטע עצות.

האסט מיר פון בענקל אראפגעווארפן...

אזא געלעכטער שוין לאנג נישט בייגעוואוינט...