משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אייביק איז די ליבע?

טײַערע חזנטע,

מײַן ווײַב, וואָס כ׳האָב מיט איר צוזאַמענגעלעבט 48 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געווען און וועט אייביק זײַן מײַן איינציקע אמתע ליבע. אָבער לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס געפֿעלט מיר. כּמעט יעדן טאָג פֿאַרברענגען מיר צוזאַמען. מיר האָבן ענלעכע אינטערעסן און האָבן ליב עסן אין די זעלבע כּשרע דעליקאַטעסנס אין מאַנהעטן. זי וואָלט געוואָלט חתונה האָבן מיט מיר, און איך פֿיל, אַז איך וואָלט קיין מאָל נישט געווען איינזאַם, אויב מיר וואָלטן טאַקע חתונה געהאַט. אָבער איך פֿיל אויך, אַז איך וואָלט דערמיט פֿאַרראַטן מײַן אסתּרל. זי פֿלעגט מיך סטראַשען מיטן טויט, אויב איך וועל האָבן צו טאָן מיט אַן אַנדער פֿרוי (און איך האָב עס קיין מאָל נישט געטאָן!). ווי קען איך וויסן, צי אַזאַ חתונה וועט זײַן מיט מזל?

אַ פֿאַרמישטער

טײַערער "פֿאַרמישטער",

איר זענט, דאַכט זיך, אַ גוטע נשמה. מזל־טובֿ, וואָס איר האָט געפֿונען אַ פֿרוי, מיט וועמען איר האָט ליב צו פֿאַרברענגען. ס׳וואָלט געווען אַ שאָד צו פֿאַרלירן אַזאַ באַציִונג.

ווען זי האָט געלעבט, זענט איר געווען געטרײַ אײַער אסתּרל. אײַער ליבע וועט עקזיסטירן אייביק. זי וועט שטענדיק זײַן אײַער כּלה, דאָס ווײַב פֿון אײַער יוגנט, מיט וועלכער איר האָט זיך געעלטערט. ס׳וועט זיך גאָרנישט בײַטן, וואָס איר האָט געהאַט צוזאַמען.

אָבער אַזוי ווי זי איז מער נישט מיט אײַך קערפּערלעך, מעגט איר אויך ליב האָבן אַן אַנדערע. אײַער נײַ ווײַב וועט נישט פֿאַרנעמען אסתּרס אָרט. זי וועט מאַכן אַ פּלאַץ פֿאַר זיך אין אײַער לעבן, הײַנט און אין אײַערע קומענדיקע יאָרן צוזאַמען. אסתּר וועט תּמיד זײַן מיט אײַך. איך מיין, אַז זי וואָלט זיך דערפֿרייט וועגן אײַער גליק.

ליבע אָן געלט

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס ווילן די מיידלעך נאָר חתונה האָבן מיט איינעם, וואָס האָט אַ סך געלט? איך פֿאַרשטיי שיינקייט, יוגנט, אָבער פֿאַר וואָס געלט? איך מיין, אַז איך בין נישט קיין מיאוסקייט, אָבער איך אַרבעט ווי אַ ביבליאָטעקער אין אַ קליינער ייִדישער טאָגשול. ס׳איז נישט בלויז אַן אַרבעט, כ׳האָב עס ליב ווי דאָס לעבן — אָבער די שׂכירות זענען, נעבעך, קליינע, און מײַן אָרעמקייט שרעקט אָפּ די אַלע מיידלעך. וואָס איז מיט זייער זשעדנעקייט אויף געלט?

דער שטאָלצער אָרעמאַן

טײַערער "אָרעמאַן",

דאַכט זיך מיר, אַז איר דאַרפֿט געפֿינען אַ מיידל, וואָס שאַצט אײַך פֿאַר דעם, וואָס איר זענט. אפֿשר קענט איר אַנטוויקלען אַ באַציִונג מיט אַ פֿרוי, וואָס האָט ליב ליטעראַטור און לערנען?

אַזוי ווי עס שטייט אין פּרקי־אָבֿות: "איזהו עשיר, השׂמח בחלקו" — ווער איז רײַך? דער וואָס איז צופֿרידן מיט זײַן חלק. איר האָט דערגרייכט דאָס אמתדיקע עשירות. זוכט אַ מיידל, וואָס פֿאַרמאָגט די זעלבע חכמה.

בײַ וועמען אויף פּסח?

טײַערע חזנטע,

כ׳האָב נאָר וואָס חתונה געהאַט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. מיר האָבן שוין אַ גרויסן קאָפּווייטיק וועגן דעם, וווּ צו פֿאַרברענגען די ימים־טובֿים. ביידע משפּחות ווילן אונדז האָבן די גאַנצע צײַט. איך האָב פֿאָרגעלייגט, אַז איך און מײַן מאַן זאָלן פּראַווען אַ טייל ימים־טובֿים באַזונדער, אָבער ער האַלט מײַן פּלאַן פֿאַר נישט געראָטן. וואָס קענען מיר טאָן, כּדי אַלע זאָלן זײַן צופֿרידן?

צווישן צוויי פֿײַערן

טײַערע "צווישן צוויי פֿײַערן",

איך דאַרף מודה זײַן, אַז איך בין מסכּים מיט אײַער מאַן. איר זענט געוואָרן אַ משפּחה און איר דאַרפֿט בלײַבן צוזאַמען אויף די ימים־טובֿים.

מײַן פֿאָרלייג: זעצט זיך אַוועק מיט אײַער מאַן און שטעלט צונויף אַ רשימה פֿון אַלע ימים־טובֿים. רעדט אַרום וואָסער יום־טובֿ איז וויכטיקער פֿאַר וועלכער משפּחה — אפֿשר האָבן אײַערע עלטערן אַ ספּעציעלן מינהג פֿאַר פּסח אָדער "דאַנקטאָג". צעטיילט די ימים־טובֿים גלײַך אויף גלײַך, און האַלט איין־צוויי פֿאַר זיך — דעמאָלט קענט איר פֿאַרבעטן אײַערע ביידע עלטערן צו זיך. אײַערע עלטערן דאַרפֿן האָבן דרץ־ארץ פֿאַר אײַער באַשלוס, און איר דאַרפֿט בלײַבן בײַ אײַערס.

זאָלן אַלע ייִדן וויסן נאָר פֿון אַזעלכע צרות!

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער


Cantors Office
10400 Wilshire Blvd,
Los Angeles, CA 90024