- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איר זעט פֿאַר זיך דעם לעצטן געדרוקטן נומער פֿון דער פּאַפּירענער צײַטונג "ווײַטער". נאָך פֿינף יאָר פֿון דערשײַנען אין דעם פֿאָרמאַט, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" באַשלאָסן אַרויסצוגעבן די צײַטונג נאָר אויף אַן עלעקטראָנישן אופֿן. די רעדאַקציע האָפֿט, אַז דער נײַער פֿאָרמאַט וועט דערמעגלעכן צו פֿאַרברייטערן דעם אינהאַלט פֿון "ווײַטער" און פּובליקירן מאַטעריאַלן, געצילט אויף דער לייענערשאַפֿט פֿון פֿאַרשיידענעם צוגרייט־ניוואָ.
די רעדאַקציע וועט זיך באַמיִען עס טעכניש צוגרייטן אַזוי, אַז די לייענער, בפֿרט סטודענטן, זאָלן קענען יעדן אַרטיקל אַליין אָפּדרוקן און זיך מיט דעם באַנוצן אין קלאַס. די רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" טוט ניט ווייניק זאַכן, כּדי אַרויסצוהעלפֿן די מענטשן, וואָס לערנען זיך ייִדיש — נאָך טיפֿער און ברייטער צו באַהערשן די שפּראַך. אייגנטלעך, צוליב דעם לאָזן מיר אַרויס די צײַטונג “ווײַטער". מיר ווייסן אָבער, אַז דעם הײַנטיקן לייענער פֿונעם ייִנגערן דור פֿעלט אויס אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה. עס פֿעלט אים זייער צו הערן דעם קלאַנג פֿונעם וואָרט, די אינטאָנאַציע און מוזיק פֿון אַ לעבעדיקן דיאַלאָג. דער דיכטער און "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער מאָריס ראָזענפֿעלד האָט אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ פֿון קראָקע געשריבן פֿאַרן לאָזן זיך אין וועג קיין טשערנאָוויץ: "דער געדאַנק פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, ניו־יאָרק, צו דער צײַט, וואָס ד״ר נתן (נאַטאַן) בירנבוים האָט דאָרט געהאַלטן זײַנע פֿאָרלעזונגען. דעמאָלט האָבן עטלעכע ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער זיך אונטערגעשריבן אונטער דעם דערקלערונג־בריוו וועגן דער נויטיקייט פֿון אַזאַ קאָנפֿערענץ. פֿון יענע אַלע געחתמעטע פֿאָרט אָבער צו דער טשערנאָוויצער אַסיפֿה בלויז איין איינציקער זשיטלאָווסקי, און איך בין דער צווייטער אַמעריקאַנער, וועמען עס איז באַשערט צופֿעליק צו זײַן פֿון די קאָנפֿערענצלער." אַ פֿאַרגעסענע געשיכטע יונגע לײַט ווייסן איצט אָדער גאָרנישט, אָדער זייער ווייניק, וועגן די באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין אַ ווײַט-מיזרחדיקן עק פֿון רוסלאַנד. אַזוי האָט אין יאָר 1928 באַשלאָסן די סאָוועטישע ריגירונג. טויזנטער ייִדן, סײַ סאָוועטישע, סײַ אויסלענדישע, האָבן פֿאַרבונדן זייער לעבן מיט ביראָבידזשאַן. אָבער אַ סך הײַנטיקע סטודענטן, ייִדישע בתוכם, איז בכלל ניט אויסגעקומען צו הערן אַזאַ וואָרט: "". מען געפֿינט ניט קיין סימן אין די ייִדישע לערן-פּראָגראַמען וועגן דער געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן. ווי מיר האָבן אָנגעוויזן אינעם פֿאָריקן נומער, וועט דער איצטיקער "ווײַטער" דערציילן וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער "ייִדישער גאַס" אין אוקראַיִנע. העלפֿן וועט אונדז אין דעם די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "דער קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" JCDF Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine, בראָש מיט איר פֿאַרוואַלטער ד״ר מאַרטין האָרוויץ. ווי מיר האָבן צוגעזאָגט אינעם יאַנואַר־נומער פֿון "ווײַטער", ווערט דער הײַנטיקער נומער כּמעט אין גאַנצן צונויפֿגעשטעלט פֿון די אַרטיקלען, אָנגעשריבן פֿון אונדזערע לייענער אין רוסלאַנד. פֿאַר וואָס דווקא רוסלאַנד? נאָכן אַנטיסעמיטישן פּאָגראָם איבער דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז דאָס ייִדישע קולטור־לעבן דאָרטן געווען זייער באַגרענעצט פֿון דער מאַכט. דער "ווײַטער" איז געוואָרן מיט איין יאָר עלטער. אַנדערש געזאָגט, עס איז אַוועק דער ערשטער יאָרגאַנג. וואָס מיינט עס פֿאַר אונדזערע לייענער? זיי זײַנען אין פֿולן גאַנג אויף זייער וועג פֿון ייִדיש. זיי זײַנען געוויס ווײַטער פֿון דעם אָרט, וווּ זיי זײַנען געווען מיט אַ יאָר צוריק; און זיכער נענטער צו דעם ציל, וואָס זיי האָבן פֿאַר זיך געשטעלט. וואָס מיינט עס פֿאַר אונדז, דער רעדאַקציע פֿון "ווײַטער"? מיר האָבן זיך איבערצײַגט, אַז אין אַזאַ צײַטונג נייטיקן זיך אַ סך מענטשן, ניט וויכטיק וויפֿל זיי זײַנען אַלט און וואָס איז זייער פֿאַך, אָדער אינטערעס. די "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" טיילט אויס סטיפּענדיעס פֿאַר אַקטיוויטעטן וואָס שטיצן גערעכטיקייט, דאָס ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע לעבן און די ייִדישע שפּראַך און קולטור. אַלע פֿאָרלייגן וועלן באַטראַכט ווערן פֿונעם סטיפּענדיע־קאָמיטעט בײַ דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", אויף אַ קאָנפֿידענציעלן אופֿן. די פֿאָרלייגן מוזן אַרײַנגעשיקט ווערן ביזן 16טן פֿעברואַר 2007. ביזן 30סטן מערץ וועט מען לאָזן וויסן די אַפּליקאַנטן, צי זייער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן; די פֿאָנדן וועלן אויסגעטיילט ווערן אין גיכן נאָך דעם. אויף ייִדיש זאָגט מען: אַ דריי מיט דער נאָז קאָן פּטרן אַ גוטע זאַך. אָבער נאָך ערגער איז, ווען אַ גוטע זאַך ווערט געפּטרט צוליב גלײַכגילט. וויפֿל מאָל קאָן מען הערן אַזאַ מבֿינות: "ווייס איך וואָס! בלאָטע! וועמען אַרט עס?! זאָל עס גיין ווי עס גייט! און אַז די קאַטשקע וועט שרײַען, זאָל זי שרײַען! עס אַרט מיך ניט אויף אַ האָר", אָדער נאָך שטאַרקער: "שלאָג זיך אַליין מיטן קאָפּ אין דער וואַנט!" בײַ ייִדן, אַז מע וויל אַרויסברענגען דעם ייִחוס פֿונעם קינד, זאָגט מען: "ער איז אַ טאַטנס אַ קינד". מיר דערציילן אין יעדן "ווײַטער"־נומער וועגן דעם נעכטן פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס", כּדי איר, טײַערע לייענער, זאָלט וויסן, אַז אונדזער "ווײַטער" האָט זײַן ייִחוס, און דער ייִחוס איז גאָר ניט קיין קליינער. כּמעט פֿיר דורות ייִדיש־לייענער אין אַמעריקע און איבער דער וועלט האָבן זיך צוגעהערט צו דער מיינונג פֿון די "פֿאָרווערטס"־שרײַבער. צווישן זיי זײַנען אויך געווען די זיילן פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. סוף סעפּטעמבער האָט "ווײַטער" זיך באַוויזן אויף דעם באַנײַטן וועבזײַטל פֿון "פֿאָרווערטס". איצט וועט איר קאָנען לייענען אײַער צײַטונג אויך אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט. נאָך מער: אין גיכן, וועט מען קאָנען נישט בלויז לייענען יעדע זײַט פֿון "ווײַטער", נאָר זי אויך הערן, וואָס איז זייער נוצלעך. דער זומער איז געקומען צום סוף, און צוזאַמען מיט אים האָבן זיך פֿאַרענדיקט די וואַקאַציעס. אָבער די מענטשן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, וועלן באַגלייט ווערן דאָס גאַנצע יאָר מיט די האַרציקע, ברידערלעכע געפֿילן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעטראָגן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל זומער איז די בעסטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־ברודערשאַפֿט. |