יונגע לײַט ווייסן איצט אָדער גאָרנישט, אָדער זייער ווייניק, וועגן די באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין אַ ווײַט-מיזרחדיקן עק פֿון רוסלאַנד. אַזוי האָט אין יאָר 1928 באַשלאָסן די סאָוועטישע ריגירונג. טויזנטער ייִדן, סײַ סאָוועטישע, סײַ אויסלענדישע, האָבן פֿאַרבונדן זייער לעבן מיט ביראָבידזשאַן.
אָבער אַ סך הײַנטיקע סטודענטן, ייִדישע בתוכם, איז בכלל ניט אויסגעקומען צו הערן אַזאַ וואָרט: "". מען געפֿינט ניט קיין סימן אין די ייִדישע לערן-פּראָגראַמען וועגן דער געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן.
דעם עלטערן דור, אָבער, איז דאָס וואָרט זייער גוט באַקאַנט. אַ געוויסע צײַט, בפֿרט אין די 1930ער יאָרן, האָט מען זיך מיט ביראָבידזשאַן אַרומגעטראָגן, ווי מיט אַ סגולה פֿאַר שיִער ניט אַלע ייִדישע פּראָבלעמען. אַזוי האָט מען, לכל-הפּחות, געהאַלטן אין די לינקע קרײַזן. אַנדערש איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, די באַציִונג צו ביראָבידזשאַן אין די ציוניסטישע קרײַזן. דער סאָוועטישער פּראָיעקט איז דאָך געווען אַ קאָנקורענט פֿאַר די באַמיִונגען צו פֿאַרלייגן אַ יסוד פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ-ישׂראל.
ראָמאַנטיק און ייִאוש
די סאָוועטישע רעגירונג האָט צוגעזאָגט, אַז אין דער געגנט פֿון ביראָבידזשאַן וועט אויסוואַקסן אַ ייִדישע רעפּובליק. צו באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ ייִדישער רעפּובליק, האָט מען דאָרטן געדאַרפֿט האָבן אַ מער-ווייניקער ממשותדיקע צאָל ייִדן. מע האָט דערוואַרט, אַז ניט ווייניקער פֿון 100 טויזנט ייִדישע איבערוואַנדערער וועלן זיך באַזעצן אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן און אין די אַרומיקע נײַע ייִשובֿים.